מה בין.. חילוקים אין טייטש אויף ווערטער מיט ענליכע מיינונגען

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 1:09 pm

גערעכטער האט געשריבן:עזר און מושיע האט כמה פשטים א שטייגער ווי אן בעטן און נאכן בעטן ווי מיללער האט געברענגט, וכן עזר איז פאר דער צרה איז אנגעקומען און מושיע איז בעת צרה, אבער דער חילוק פון גאנצע ישועה מיט ארויסהעלפן לא מצאתי במפרשים אזא פשט, ועוד לויט דעם 'עזרי מעם ה'' האט דוד נאר געבעטן א האלבע ישועה? אזוי אויך עזרת אבותינו אתה הוא מעולם נאר א האלבע ישועה?


כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז עס מיינט דוקא א "האלבע ישועה", נישט קיין גאנצע. נאר ארויסצוברענגען אז עס מיינט עפעס נענטער צו "צוהעלפן" אדער "ארויסהעלפן" ווי איידער "העלפן", האב איך עס מגדיר געווען כאילו דאס איז א גאנצע ישועה און דאס א האלבע, אבער אוודאי מיינט עס נישט דוקא דאס (בכלל קענסטו פרעגן, אויב ישועה מיינט נאר 'א גאנצע', ווי קען מען דען זאגן "א האלבע ישועה"... נאר ס'געווען בעיקר צו ערקלערן דעם פונקט).
אזוי ווי דער חילוק צווישן "ער איז ענדליך געהאלפן געווארן" און "ער האט ענדליך באקומען הילף". שפירסט דעם קליינעם חילוק צווישן די צוויי? עפעס ענליך קוקט מיר אויס דער חילוק צווישן עוזר און מושיע. עס איז אביסל א מילדערע דרגא פון ישועה.
יעצט טראכט איך נאך א ראי', מען ניצט דעם ווארט אין 'עזר כנגדו' און ענליכס, ווען עס איז קלאר מער אין א בחינה פון צוהעלפן און ארויסהעלפן, ווי איידער געבן הילף (א ישועה).
אבער דאס איז נאר אן אייגענע השערה. אפשר בין איך נישט גערעכט.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 1:14 pm

א פיינע השערה,
העמיר גיין ווייטער.

מה בין: 'בושה' ו'כלימה'.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 1:25 pm

גערעכטער האט געשריבן:מה בין: 'בושה' ו'כלימה',


לייג צו צו די ליסטע: חרפה (שאנד?), בזיון (פארשעמונג?), קלון (שאנדע?), דראון (נבזה'דיג?), און געוויס אנדערע.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 2:26 pm

חרפה, קלון, דראון, בזיון, קומט נישט דא אריין, מיר רעדן ווען א מענטש ווערט "ביי זיך" פארשעמט, ווי למשל "וחפרה הלבנה ובושה החמה", "אתה ידעתה חרפתי ובשתי וכלימתי", אבער די אנדערע זענען וואס עס ווערט "ביי יענעם", ווי "בוז יבוזו לו", "ונקלה אחיך לעיניך", "והיו לדראון לכל בשר" (א גיטע שאלה פאר זיך..).
"חפר" האב איך פארגעסן.


מה בין: 'חפר' 'בושה' 'כלימה'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 6:57 pm

גערעכטער האט געשריבן:חרפה, קלון, דראון, בזיון, קומט נישט דא אריין, מיר רעדן ווען א מענטש ווערט "ביי זיך" פארשעמט, ווי למשל "וחפרה הלבנה ובושה החמה", "אתה ידעתה חרפתי ובשתי וכלימתי", אבער די אנדערע זענען וואס עס ווערט "ביי יענעם", ווי "בוז יבוזו לו", "ונקלה אחיך לעיניך", "והיו לדראון לכל בשר" (א גיטע שאלה פאר זיך..).
"חפר" האב איך פארגעסן.


מה בין: 'חפר' 'בושה' 'כלימה'.

נבזה בעיניו נמאס

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 7:16 pm

עיין רש''י ושאר מפרשים שפירשו מי שהוא 'אדם הנבזה' ברשעתו נמאס בעיניו של צדיק. ודוק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 7:54 pm

בושה/כלימה

הכלימה יותר מן הבשת (רד"ק ישעי' מ"ה, ט"ז)

ענין ההכלמה, ההרגשה בבושה, והשתנות זיו פניו – ובכל מקום תראה הכלמה נזכרת אחר הבושה, כי היא יתרה מן הבושה (שערי תשובה לרבינו יונה שער א' סימן כ"ב).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:54 pm

לויט'ן מלבי"ם (תהלים לה): 'בושה' איז פון זיך אליין, 'כלימה' איז פון אנדערע, 'ויחפרו' איז אויך פון אנדערע און איז מער פון כלימה.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:36 pm

מב בין: פת לחם חלה

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 10:05 pm

גערעכטער האט געשריבן:מה בין: פת לחם חלה


לחם: גאנצע ברויט (אדער שם הכולל פון 'עסן'),

פת: א שטיקל ברויט,

חלה: צורת ה'לחם', (ולא כ'מצה' או 'רקיק',)

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 10:32 pm

גערעכטער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:מה בין: פת לחם חלה


לחם: גאנצע ברויט (אדער שם הכולל פון 'עסן'),

פת: א שטיקל ברויט,

חלה: צורת ה'לחם', (ולא כ'מצה' או 'רקיק',)

לפי"ז "ואקחה פת לחם" : א רעפטל ברויט. מלשון פתות אותה
חלה איז צורת הלחם מלשון חלולה ועגולה.
צ"ל ולא כרקיק, ששניהם מצות הם אצל מנחה, חלות מצות ורקיקי מצות.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 10:54 pm

זייער גיט!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 11:09 pm

לפרשת וישב.

מה בין: וישב, ויחנה, וישכן.
(ישב, חנה, שכן,)

תואר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

תגובהדורך תואר » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:14 am

גערעכטער, איך בין מיך מחיה מיט דיינע ידיעות און אויך די וואס העלפן, איך נוץ עס.
האלטס אן.

אוועטאר
שבתי
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2014 5:45 pm

תגובהדורך שבתי » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 12:50 pm

גערעכטער האט געשריבן:לפרשת וישב.

מה בין: וישב, ויחנה, וישכן.
(ישב, חנה, שכן,)

וישב - ער האט זיך יעצט דארט באזעצט.
ויחנו - זיי האבן דארט געריהט, אויף צייטווייליג, נישט אויף א לענגערע צייט.
וישכן - ער האט געריהט דארט אויף א לענגערע צייט.

כ'זאג דאס בדרך אפשר לויט ווי עס זעהט אויס פון די פסוקים.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 09, 2014 10:51 pm

שבתי האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:לפרשת וישב.

מה בין: וישב, ויחנה, וישכן.
(ישב, חנה, שכן,)

וישב - ער האט זיך יעצט דארט באזעצט.
ויחנו - זיי האבן דארט געריהט, אויף צייטווייליג, נישט אויף א לענגערע צייט.
וישכן - ער האט געריהט דארט אויף א לענגערע צייט.

כ'זאג דאס בדרך אפשר לויט ווי עס זעהט אויס פון די פסוקים.

כמעט גוט.
ויחנה - ער האט געריהט דארט פון זיין פארן.
וישכן - זיי האבן דארט געריהט, אויף צייטווייליג, נישט אויף א לענגערע צייט.
וישב - אויף א לענגערע צייט.

אוועטאר
באלזאם
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 9:18 am

וישכן איז ווארשיינליך יא טייטש אויף א לענגערע צייט אדער פערמענאנט.
מלשון שוכן עד, שכינה.
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 9:44 am

ריכטיג, אויף א קורצע צייט מיינט עס נאר ווען עס שטייט נעבן וישב, אויב שטייט עס אליין קען עס אויך מיינען, ווי איר זאגט, 'שוכן עד'.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:32 pm

מה בין: 'יצר' 'ברא' 'עשה'

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:36 pm

בריאה איז א נייע זאך יש מאין
יצירה איז די דיטעלס אין די בריאה אויספארמען וכדומה
עשייה איז ווען מען האט געפארטיגט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:39 pm

גערעכטער האט געשריבן:מב בין: פת לחם חלה

און וואס טוט זיך מיט כיכר?
פריסת לחם?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:40 pm

בריאה לויט רוב ראשונים מיינט נאר יש מאין. דער אבן עזרא ביי בראשית זאגט אנדערש אבער דער רמב"ם און רמב"ן און רד"ק און רוב ראשונים גייען אייביג מיט דעי מהלך.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:51 pm

סביב העולם האט געשריבן:בריאה איז א נייע זאך יש מאין
יצירה איז די דיטעלס אין די בריאה אויספארמען וכדומה
עשייה איז ווען מען האט געפארטיגט

'יוצר' אור 'ובורא' חושך. בדבר ה' שמים 'נעשו'? שטימט נישט?

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 2:54 pm

גערעכטער האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:בריאה איז א נייע זאך יש מאין
יצירה איז די דיטעלס אין די בריאה אויספארמען וכדומה
עשייה איז ווען מען האט געפארטיגט

'יוצר' אור 'ובורא' חושך. בדבר ה' שמים 'נעשו'? שטימט נישט?

די רבינו בחיי זאגט יוצר אור ובורא חושך אז בריאה איז גופני און יצירה איז שכלי. אויך בוראך יעקב יצירך ישראל טייטשט ער אזוי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 6:19 pm

סביב העולם האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:מב בין: פת לחם חלה

און וואס טוט זיך מיט כיכר?
פריסת לחם?


ישעי' פרק נח ז הֲלוֹא פָרֹס לָרָעֵב לַחְמֶךָ רד"ק הלא פרוס - הפריסה היא הבציעה ידוע בדברי רז"ל עניין חתיכות הלחם מברך ואחר כך בוצע וזולתו.
מצודת ציון משלי ו כ"ו "ככר לחם" - כן נקרא לחם שלם


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט