מה בין.. חילוקים אין טייטש אויף ווערטער מיט ענליכע מיינונגען

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 3:30 pm

האב איך געוואוסט אז אפילו איך זאל אנשטעלן מיינע חושים פון הסבר אויף די העכסטע , וועט עס נאך אלץ נישט צוקומען צו אונזער לכתחלה,
א דאנק אייך!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 3:48 pm

ווי האט מיין מלמד געטייטשט
להקטיר קטורת, צו דעמפן א דעמפונג
tinyurl.com/DEMPFEN

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 4:41 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז עפעס וואס אין אידיש מישט מען אויך.

פארע איז ווען וואסער ווערט פארוואנדעלט אין פיצעלע שטיקלעך, און עס ווער א "פארע". דאס איז פון הייסע עסן, ווען מען קאכט עפעס אויף, ווען די וועטער איז גורם אז די וואסער זאל "ועועפערייזן", און עס איז אין א גרויסע מאס און עס ווערט א "נעפל" וכו'.

רויעך איז פון א פייער. ווען די ארטיקל ווערט "פארברעננט", און די אטאמען וואס שטעלן צוזאם די ארטיקל ווערט געטוישט אויף אנדערע סארט "פארטיקלס".

א ציגערעטל איז "רויעך" א "אי-ציגערעטל" איז "פארע".

לכתחילה דיין הסבר איז געוואלדיג אזש ס'גייט א 'רויך'.
וז"ל מלבי"ם העשן יהיה בהתפרד החלקים המוקשים בעצמם מחומר הנשרף באש, והוא מזיק לעינים. קיטור מציין האדים והחלקים המימיים העולים מחומר לח ושומני כשיוחם או יישרף באור. (אילת השחר תקא)
כפתור ופרח.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 4:44 pm

להוסיף: אין קיטור איז דא נאך ווערטער וואס צייגן אן אנדערע זאכן ואלו הם, קיטור - אד - ערפל - עב - ענן, מה ביניהם?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 7:00 pm

גערעכטער האט געשריבן: וז"ל מלבי"ם העשן יהיה בהתפרד החלקים המוקשים בעצמם מחומר הנשרף באש, והוא מזיק לעינים. קיטור מציין האדים והחלקים המימיים העולים מחומר לח ושומני כשיוחם או יישרף באור. (אילת השחר תקא) כפתור ופרח.

אילת השחר איז פון מלבי"ם ??????
מלבי"ם על ישעיהו א יג אויב זיי זענען בני סמכא האט געשריבן: קטרת". שם קיטור, הונח על האדים והחלקים המימים העולים מגשם לח כשיוחם באור, וזה המבדיל בינו לבין שם עשן שבא מן פירוד החלקים בעצמם, וע"כ בקרבנות שהם גשמיים לחים יאמר הקטרה בכ"מ. וקטרת, שם מופשט נכרת, המנחה המסבבת העלאת הקיטור היא תועבה

------------------
גערעכטער האט געשריבן:להוסיף: אין קיטור איז דא נאך ווערטער וואס צייגן אן אנדערע זאכן ואלו הם, קיטור - אד - ערפל - עב - ענן, מה ביניהם?

Capture.GIF

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 7:37 pm

קיקיון האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן: וז"ל מלבי"ם העשן יהיה בהתפרד החלקים המוקשים בעצמם מחומר הנשרף באש, והוא מזיק לעינים. קיטור מציין האדים והחלקים המימיים העולים מחומר לח ושומני כשיוחם או יישרף באור. (אילת השחר תקא) כפתור ופרח.

אילת השחר איז פון מלבי"ם ?????

יא. דער מלבי''ם האט געמאכט ספר אילת השחר. (יא כ'ווייס ס'דא נאך איין...)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 7:43 pm

קיקיון האט געשריבן:מלבי"ם על ישעיהו א יג אויב זיי זענען בני סמכא"] קטרת". שם קיטור, הונח על האדים והחלקים המימים העולים מגשם לח כשיוחם באור, וזה המבדיל בינו לבין שם עשן שבא מן פירוד החלקים בעצמם, וע"כ בקרבנות שהם גשמיים לחים יאמר הקטרה בכ"מ. וקטרת, שם מופשט נכרת, המנחה המסבבת העלאת הקיטור היא תועבה


יא דער מלבי''ם זאגט עס דארט אויך וכן ויקרא ט"ז, והיינו הך

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 7:56 pm

גערעכטער האט געשריבן:להוסיף: אין קיטור איז דא נאך ווערטער וואס צייגן אן אנדערע זאכן ואלו הם, קיטור - אד - ערפל - עב - ענן, מה ביניהם?


קיטור - מדבר הנשרף כנ''ל,

אד - איז vapor (יידיש?) בשעת ווען עס 'וועפערייזד'.

ענן - א וואלקן ווען די vapor איז שוין אין די ליפטן.

ערפל - נעפל, ד''ה ווען דער ענן איז אויפן ערד ווערט א נעפל-ערפל,

עב - איז א געדעכטע ענן, א שטייגער ווי פאר א רעגן.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 10:23 am

לפרשת ויחי
'כוחי וראשית אוני'

מה בין כוח - און - חיל - גבורה - אומץ - חזק
לעצט פאראכטן דורך גערעכטער אום דאנארשטאג ינואר 01, 2015 9:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

מה בין כח - און

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 8:55 pm

השני הוא על שקוי העצמות וגוף האדם, שהוא המחזיק את הגוף בכחו הטבעיי, כמ"ש ואונו בשרירי בטנו (איוב מ' ט"ז), וכן רפאות תהיה לשריך (משלי ג' ח') כי הוא המחזיק ומחבר את כח הגוף. והראשון הונח על האומץ והחוזק שבאדם, כמ"ש וכח אין ללדה (ישעי' ל"ג ד'), מפני חולשתה אז. ולכן אמר יעקב על בכורו כחי וראשית אוני (בראשית מ"ט ג'), מפני שהזרע שממנו נולד הוא מן המובחר שבשקוי עצמותיו של אדם, וכאשר ירבה לצאת יאבד חייו כידוע. ולכן נקרא הבן גם בשם 'און' כמו יהיה רעב אונו (איוב י"ח י"א) תרגום: בן בוכרי', וכן פירש"י. ולכן נאמר (ישעי' מ' כ"ט) ולאין אונים - שכבר אפסה כמעט תקות חייהם - עצמה ירבה. מרבה להם עוצב רב למען ישארו בחיים. וכמ"ש (ברכות י' ע"א) אפילו חרב חדה מונחת לו על צוארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים, כי ישועת ה' כהרף עין אף שהוא נגד הטבע.
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג ינואר 11, 2015 4:08 pm

מה בין;
'אין פאל' איך קום אן דארט
'טאמער' איך קום אן דארט
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג ינואר 11, 2015 7:06 pm

'טאמער' מיינט 'אין פאל' והיא קיצור לשון

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 1:56 pm

מה בין;
פון פין
וואו ווי
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 1:58 pm

עין טובה האט געשריבן:מה בין;
פון פין
וואו ווי

"פין" איז וואס מען נוצט ביים נייען. "פון" איז "פון דא ביז דארט".

וואו איז א "מקום" "פון וואו קומסטו? "ווי איז "וויאזוי" "ווי קען עס זיין"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 1:59 pm

פיל פול
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:01 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:"פין" איז וואס מען נוצט ביים נייען.


וואס זענען אונזערע איי'ניק'לעך אזוי פארנומען מיט נייען?

url=http://www.ivelt.com/forum/search.php?st=0&sk=t&sd=d&sr=posts&keywords=פין
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:02 pm

עין טובה האט געשריבן:פיל פול

"פיל" אסאך, "פול" אנגעפילט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:04 pm

א זוך פאר פין אויפן וועלטל ברענגט ארויף העכער 12 טויזנט רעזולטאטן!
מה פשט?
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:07 pm

עין טובה האט געשריבן:א זוך פאר פין אויפן וועלטל ברענגט ארויף העכער 12 טויזנט רעזולטאטן!
מה פשט?

ספעלינג מיסטעיק! די זעלבע סיבה פארוואס איך שרייב געוויסע ווערטער ראנג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:09 pm

ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, אזויפיל חברה מאכן דער זעלבע טעות?

מ'דארף לערנען ספעלינג!
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:12 pm

עין טובה האט געשריבן:ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, אזויפיל חברה מאכן דער זעלבע טעות?

מ'דארף לערנען ספעלינג!

דארפסט קוקן פערצענטיש וויפיל עס איז אנקעגן 'פון', נאר זינט פון איז אזויפיל באנוצט לאזט ער נישט זוכן דערפאר [מער ווי זעכצען טויזענט לאזט ער זיכער לויט וואס איך האב שוין געזוכט פאר, דארף מען וויסן וואס דער לימיט איז].
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:13 pm

פיל איז אויך פאר פילן. שוין גענומען דיינע פילן היינט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:34 pm

והנה און נון האט געשריבן:פיל איז אויך פאר פילן. שוין גענומען דיינע פילן היינט?

און אויך פאר עלעפאנט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 2:37 pm

ענגליש אידיש לשה"ק...
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 3:16 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, אזויפיל חברה מאכן דער זעלבע טעות?

מ'דארף לערנען ספעלינג!

דארפסט קוקן פערצענטיש וויפיל עס איז אנקעגן 'פון', נאר זינט פון איז אזויפיל באנוצט לאזט ער נישט זוכן דערפאר [מער ווי זעכצען טויזענט לאזט ער זיכער לויט וואס איך האב שוין געזוכט פאר, דארף מען וויסן וואס דער לימיט איז].

א ווארט 'פין' דריי אותיות קען מען אויך נישט זוכן


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט