מה בין.. חילוקים אין טייטש אויף ווערטער מיט ענליכע מיינונגען

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

מה בין.. חילוקים אין טייטש אויף ווערטער מיט ענליכע מיינונגען

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 8:53 pm

לעצנסט זה איך אז דער עולם דא איז איטרעסירט און "מה בין'ס", אבער עפענען א אשכול פאר איעדע עקסטער איז נישט פאסיג, ווייל עס איז דא אן א שיעור מה בין'ס וואס איז נוגע.
אלזא וועלען מיר אנפאנגען מיט א 'אשכול כללי' אויף מה בין'ס ווי אלעס וועט גיין לפונדק אחד.
לעצט פאראכטן דורך גערעכטער אום זונטאג דעצמבער 14, 2014 7:44 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
הק' איש ימיני

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 8:54 pm

וזה החלי: מה בין: דרך, אורך, מעגל, נתיב, שביל, מסילה, משעול,
הק' איש ימיני

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 9:19 pm

מה בין אשכול זה לאשכולות אחרים?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 10:28 pm

''גערעכטער'' ביסט נישט גערעכט!
די אלע מה בין'ס זענען סוגיות פאר זיך, אלעס אין איין אשכול וועט גורם זיין צומישעניש און אומקלארקייט.

ווי קומט אריין אין די ליסטע אורך און מעגל?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:05 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
ווי קומט אריין אין די ליסטע אורך און מעגל?


אורך און מעגל מיינען ביידע 'א וועג' אזוי ווי אלע דערמאנטע. דוק ותשכח.
לעצט פאראכטן דורך גערעכטער אום מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' איש ימיני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:22 pm

גערעכטער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:''גערעכטער'' ביסט נישט גערעכט!
די אלע מה בין'ס זענען סוגיות פאר זיך, אלעס אין איין אשכול וועט גורם זיין צומישעניש און אומקלארקייט.

ווי קומט אריין אין די ליסטע אורך און מעגל?


אורך און מעגל מיינען ביידע 'א וועג' אזוי ווי אלע דערמאנטע. דוק ותשכח.

צ"ל אורח

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:23 pm

דרך מיינט פשוט א וועג, עני וועג
נתיב מיינט א שטעגל דאכצעך (דאס ברענגט ארויס א ספעציפישע מין פון א דורכגאנג)
שביל מיין איך אז ס'איז ארמיש
משעול, כמדומה לי אז איינער פון די מפרשים איז עס מסביר ביי בלעם'ן ואין הספרים תחת ידי כעת
איך וויס פון 'לכל אורך הדרך' וואס דאס מיינט די 'לענג' פון די וועג
מעגל ווייס איך מעגל השנה, א יאר רונדע
אנדערע משלים געדענק איך נישט

--
דער רב האקט, אורח מיינט 'א שטייגער', ניין?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:26 pm

נחנו באורח מישור

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:31 pm

גערעכּט,‎ נבּדוק
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:46 pm

.
צוגעלייגטע
12012014240.jpg
לעצט פאראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:49 pm

מיללער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
אורך און מעגל מיינען ביידע 'א וועג' אזוי ווי אלע דערמאנטע. דוק ותשכח.

צ"ל אורח

ריכטיג.
הק' איש ימיני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 12:15 pm

די אלע "מה בין" שאלות געהער אינעם ענין פון "שמות הנרדפים" וואס טראף דעם וואס רבים וכן שלימים האבן שוין געשריבן דערוועגן, סיי בדרך פשוטו און טייל בדרך רמז (יש הספר 'רדיפי מיא' ועוד), איז אלעס אבער בעיקר לשבר את האוזן, ווייל בעצם די רייכקייט פון א שפראך איז אז עס פארמאגט פיל סינאנימען, מ'קען זיך אויסדרוקן אויף פארשידענע וועגן און אלעס איז סובב והולך אל מקום אחד.

ויציב, ונכון, וקיים, וישר, ונאמן, ואהוב, וחביב, ונחמד, ונעים, ונורא, ואדיר, ומתוקן, ומקובךל, וטוב ויפה
להודות, להלל, לשבח, לפאר, לרומם, להדר, לנצח, לברך, לעלה ולקלס
שיר ושבחה, הלל וזמרה, עוז וממשלה, נצח גדולה וגבורה, תהלה ותפארת, קדושה ומלכות, ברכות והודאות
אהובים, ברורים, גבורים, קדושים

און אזוי צענדליגער און אפשר הונדערטער מושגים

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 12:19 pm

ששון, שמחה, גילה, רינה, דיצה, חדוה,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 1:11 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:מעגל ווייס איך מעגל השנה, א יאר רונדע
אנדערע משלים געדענק איך נישט

ינחני במעגלי צדק למען שמו

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:43 pm

גערעכטער האט געשריבן:מה בין: דרך, אורח, מעגל, נתיב, שביל, מסילה, משעול,


דרך: א וועג ווי דער רבים גייט.

אורח: אויך פאר א רבים, אבער עס קומט ארויס פונעם 'דרך' צו גיין צו א קלענערע ארט (ווי א דערפל וכדומה).

מעגל: א געדרייטע וועג (כמין מעגל).

נתיב: ווי א יחיד גייט, א פריוואטע וועג.

שביל: נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג.

מסילה: אויפן זייט פון דער דרך הרבים, א דרך פאר פריוואטע מענטשן וואס גייען נישט אויפן דרך הרבים.

משעול: גאר א שמאלע וועג.
הק' איש ימיני

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:30 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ששון, שמחה, גילה, רינה, דיצה, חדוה,


ששון: ער ווייזט ארויס די שמחה באיזה אויפן.

שמחה: שמחה הפנימית.

גילה: א פליצלינג'דיגע שמחה ווי א גוטע בשורה.

רנה: שרייען אדער זינגען דורך שמחה.

דצה: פארקערט פון דאגה.

חדוה: בפנימית זיך שטארקן אויף עצבות.
הק' איש ימיני

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 8:55 pm

מה בין: 'עוזר' ו'מושיע'.
הק' איש ימיני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 9:35 pm

גערעכטער האט געשריבן:מה בין: 'עוזר' ו'מושיע'.

עזרת אבותינו אתה הוא מעולם, מגן ומושיע וכו' טייטשן די ספרים הק' עזרה אפי' מען בעט נישט דאס איז געווען לאבותינו, ישועה איז נאר נאכן בעטן וכו'

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 3:25 pm

מה בין: 'שקר' ו'כזב'.
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 4:22 pm

שקר מיינט אז עס איז שקר מעיקרא, כזב מיינט אז עס לאזט זיך אויס פאלש, צב"ש א הבטחה וואס ווערט נישט פארווירקליכט, מלשון לא יכזבו מימיו, א קוואל וואס טרוקנט נישט אפ.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 11:03 pm

מה בין: 'צר' 'אויב' ו'שונא'
הק' איש ימיני

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 11:22 pm

מלבי"ם אילת השחר פרק נ
תקכה. (שונא אויב צר). השנאה נעלמת. האויב איבתו גלוי' ואינו מציר בפועל. והצר מציר בפועל. (קדושים ס' מ"ב וס' מ"ד. בחקותי ס' כ"ד):

שטייט אין רבינו בחיי אזוי:

ומה שהזכיר "אויביך" על ישמעאל ו"שונאיך" על עשו, מפני שהאויב גדול מן השונא, כי השונא אף על פי שיריע לו יעשה על דרך הרחמנות, אבל האויב הוא שבלבו איבה עולמית, לא ישים לו רחמים, על זקן יכביד עולו מאד, וזה מסוד הלשון ודקדוקו, כי "אויב" הוא מלשון אבוי, ואותיותיהם שוות, ועל שם שהנופל בידו צועק "אוי ואבוי".

ומה שהתחיל ב"אויביך" כדי שיסמוך הרדיפה אל השונאים שהם בני עשו, שעקר גלותנו בכל מקום שהוא לבני אדום הוא, וקראן "שונאיך" כענין שכתוב: "ואת עשו שנאתי" (מלאכי א, ג). וכן אמרו במדרש משלי: "תחת שנואה כי תבעל" (משלי ל, כג), זה עשו, שנאמר: ואת עשו שנאתי. "ושפחה כי תירש גברתה", זה ישמעאל הבא מהגר. ומפני שבני ישמעאל קשין לישראל יותר מבני עשו, לכך קראן הכתוב "אויביך". וכן אמרו: תחת אדום ולא תחת ישמעאל. וכן מצינו בהקב"ה שאמר: "על רבעים לשונאי" (שמות כ, ה), אבל באויביו נאמר: "ואיבי ה' כיקר כרים כלו בעשן כלו" (תהלים לז, כ). למדך כי האויבים אין להם השארות כלל, ולכך ימשילם לחלב הכבשים, שהכל כלה בעשן.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 11:57 am

קוקט מיר אויס אז 'מושיע' מיינט 'העלפן' (א גאנצע ישועה), ווידער 'עוזר' קוקט אויס מער ווי 'צוהעלפן' און 'ארויסהעלפן' (אפילו ס'נישט קיין גאנצע ישועה), אזוי ווי מען זאגט יענער איז געקומען לאחיעזר ולאחיסמך, דאס הייסט צוהעלפן און אונטערלאנען. דאס זעלבע 'ישועה' איז ווען עס איז געקומען א גאנצע ישועה, ווידער 'עזרה' איז ווען יענער האט דיר 'געהאלפן', אבער עס מוז נאך נישט זיין אז דו ביסט אינגאנצן א 'געהאלפענער' (א שטייגער ווי "קרן עזר", זיי העלפן ארויס די מענטשן צו האבן ברויט אין שטוב, אבער קיין ישועה איז דאס אוודאי נישט פאר דעם ארימאן).

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 12:48 pm

עזר און מושיע האט כמה פשטים א שטייגער ווי אן בעטן און נאכן בעטן ווי מיללער האט געברענגט, וכן עזר איז פאר דער צרה איז אנגעקומען און מושיע איז בעת צרה, אבער דער חילוק פון גאנצע ישועה מיט ארויסהעלפן לא מצאתי במפרשים אזא פשט, ועוד לויט דעם 'עזרי מעם ה'' האט דוד נאר געבעטן א האלבע ישועה? אזוי אויך עזרת אבותינו אתה הוא מעולם נאר א האלבע ישועה?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 1:01 pm

מה בין: 'בושה' ו'כלימה',


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט