דיך; מיך ≠ דיר; מיר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

דיך; מיך ≠ דיר; מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

דיך; מיך ≠ דיר; מיר

גראמאטיק:
דו - נאמינאטיוו
דיך; מיך - אקוזאטיוו
דיר; מיר - דאטיוו

פארטייטשונג:
דו - אתה
דיך - אותך. מיך - אותי.
דיר - לך. מיר - לי.

ביישפילן:
דו ביסט קלוג;
איך האב דיך ליב; דו האסט מיך ליב.
איך גיב דיר א מתנה; דו גיבסט מיר א מתנה.
לעצט פארראכטן דורך מאָזעס אום מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

נאך וואס די מעלות האט מיט דעם טועה געווען, איז וויכטיג צו רעדן דערוועגן.

ווי ר' @ערנסטער האט שוין דערמאנט האבן די ליטוואקעס געהאט א פארדארבענעם אידיש. די ליטוואקעס האבן פארדרייט די כ' פון מיך און דיך צו ר'. (אין ליטוויש אידיש עקזעסטירט אויך נישט דער נעטראלער מין).

אין דעם היינטיגן אידיש איז דער מצב אזוי: אין ארץ ישראל פארדרייט מען די כ' אויף ר', און אין אמעריקע און אייראפע פארדרייט מען עס צו כ'. אין "אייועלט" רעדט מען ווי עס דארף צו זיין; דיך און מיך אין אַקוזאַטיװ, מיר און דיר אין דאַטיװ.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אַקוזאַטיװ, דאַטיװ.?
וואס איז די אפטייטש פון די צוויי ווערטער?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
מאָזעס
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאָזעס »

נאָמינאַטיװ, אַקוזאַטיװ, און דאַטיוו, זענען גראַמאַטישע באגריפן וואס באנעמען זיך מיט וועלכן ארטיקל זיך צו נוצן, מיט וועלכן פּראָנאָם זיך צו נוצן, און וויאזוי צו דעקלינירן דעם אַדיעקטיװ, אין דעם זאץ, א.א.וו.


די דריי פאלן:
נאָמינאַטיװ - נושא. (צ.ב.ש.: דער טיש איז גרויס)
אַקוזאַטיװ - מושא ישיר. (דאס וואס ענטפערט אויף "וואס". צ.ב.ש.: איך וויל קויפן (וואס?) א שיינעם אתרוג / דעם שיינעם אתרוג) (דאס לשון־קודש'דיגע "אֶת" איז אַקוזאַטיװ)
דאַטיװ - מושא עקיף או אחרי מילת יחס. (נאך א פּרעפּאָזיציע אדער נאך געוויסע ווערבן וואס נאך זיי וואלט געקומען "צו". צ.ב.ש.: 1) אינטער דער ערד. 2) איך גלייב (צו) דער פרוי)


די ארטיקלען:
דער - מענלעך אין נאָמינאַטיוו; ווייבלעך אין דאַטיוו;
די - ווייבלעך אין נאָמינאַטיוו און אַקוזאַטיװ; מערצאָל אין אלע פאלן;
דאס - נייטראל אין נאמינאטיוו און אקוזאטיוו;
דעם - מענלעך אין אקוזאטיוו אין דאטיוו; נייטראל אין דאטיוו;


דער סדר איז אזוי:
נאָמינאַטיוו: דער מאן, די פרוי, דאס קינד.
אַקוזאַטיוו: דעם מאן, די פרוי, דאס קינד.
דאַטיוו: דעם מאן, דער פרוי, דעם קינד.


מען דעקלינירט אויף די אדיעקטיוון אט אזוי:
נאמינאטיוו: א / דער קלוגער מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
אקוזאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
דאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / דער קלוגער פרוי, א קלוג קינד, דעם קלוגן קינד.


ווערבן וואס קומען מיט דאטיוו: (װיקיפעדיע)
באַקומען;
איינגעבן זיך;
באַשערט זײן;
בײשטײן;
גלײבן;
געהערן;
געלינגען;
געפעלן;
געראָטן;
דאַנקען;
דינען;
העלפן;
מעלדן;


ליסטע פון פּרעפּאָזיציעס: (א פּרעפּאָזיציע קומט מיט דאטיוו)
אין;
ביי;
פאר;
נאך;
אויף;
אונטער;
הינטער;
ארום;
צווישן;
איבער;
לויט;
מיט;
אָן;
צו;
פון;
ביז;
וועגן;
צוליב;


ליסטע פון קאניוקציעס / פארבינדונג ווערטער: (א קאָניוקציע קומט מיט אַקוזאַטיװ)
און;
ווי;
צי;


קירצונגען:
אין דעם = אינעם / אינ'ם
ביי דעם = ביים / ביי'ם
פאר דעם = פארן / פאר'ן
נאך דעם = נאכן / נאכ'ן
אויף דעם = אויפן / אויפ'ן
אונטער דעם = אונטערן / אונטער'ן
הינטער דעם = הינטערן / הינטער'ן
איבער = איבערן / איבער'ן
לויט דעם = לויטן / לויט'ן
מיט דעם = מיטן / מיט'ן
פון דעם = פונעם / פונ'ם
צו דעם = צום / צו'ם
ביז דעם = ביזן / ביז'ן




נאך פּערל וועגן נאָמינאַטיװ אַקוזאַטיװ און דאַטיװ:

מיר ≠ אונז (באזייטיגן דאס "מיר" וואס מיינט: אותי / לי)

גראמאטיק:
מיר - נאמינאטיוו
אונז - אקוזאטיוו און דאטיוו

טייטש:
מיר - אנחנו
אונז - אותנו / לנו

ביישפילן:
מיר זענען אלע דא.
מען האט אונז גענומען אויף אן אויספלוג.
מען האט אונז געגעבן א מתנה.



ער ≠ אים

גראַמאַטיק:
ער - נאָמינאַטיװ
אים - אַקוזאַטיװ און דאַטיװ

טייטש:
ער - הוא
אים - אותו / לו

ביישפילן:
ער איז א תלמיד חכם.
איך וויל אים נעמען אויף אן איידעם.
איך וועל אים שענקען א גאָלדענעם זייגער.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א ריזן יישר כוח מאזעס
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”