די געדאנקען זיצען אויפן בענקל (פעליטאן)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די געדאנקען זיצען אויפן בענקל (פעליטאן)

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 31, 2007 2:47 pm

הער קרעמער דיינע געדאנקען האבן שוין אויפגעהערט לויפן? דאן לאמיר מאוון-אן.

באנק/בענקל (אין די ריקליינער פאמיליע):

האסט אמאל געהערט די חקירה וואס איז געקומען קודם די טשיקען אדער די איי? יא, דעמאלטס לייג צו קאפ.

דער באנק מהיכא-תיתי א לאנגער קלאץ מיט צוויי פיס העכסטענס א שטיקל אנליינער אויך פאר אירע ארימע באנוצער, פארפאלן א באנק איז עס אבער דורך-הוק אדער דורך-קרוק.

דאס בענקל א באקוועמער זיץ-ארט, א גרויסער רבישער האלטער פאר'ן אינטערשטען מיט א ניש-קשה'דיגער אנליינער צו א נויט צוויי ארעם-אפריערס פון די צוויי זייטן איין זאך פעלט אבער, דער נאמען א בענקל דאס איז עפעס אזא בענקעלע? היתכן ווי איז דער יושר? ממילא דער שענקל קעגן דעם שאנק איז דאך כקוף בפני האדם אבער דאס בענקל קעגן דעם באנק דער באנק קען זיך פארשטעקן אין א מויזן לאך!

וועסטו דאך אוודאי טענה'ען, מהיכן דנתני? פארוואס נעמסטו דעם ארימען שענקל פאר א קטיגור, נעם דעם תמימות'דיגען קווענקל אלס א סניגור, האסט שוין אמאל געהערט פון א קוואנק? ניין, איך אויך נישט, אלא מאי איז דער קווענקל נישט קיין קליינע ברודער פון קוואנק נאר א זעלבסטשטענדיגער ערוואקסענער וואס שטייט אויף די אייגענע פיס.

טא אפשר איז דער בענקל אויך פון די זעלבע טייג געקנאטן? נישט עפעס אזא בענקעלע נאר א בענקל כדבעי למיהוי.

אויב אזוי וואס איז דער באנק? גראמאטיש וואלט ער געדארפט טראגן דעם נאמען פון זיין ניי געווארענער טאטע הרב בענקל אין אז זיין טאטע איז א בענקל איז ער דאך נישט מער ווי א פיצינקע בענקעלע? סארא חוצפה האט ער זיך צו רופען מיט אזא פרעכהייט ווי גלייך ער איז גרעסער ווי זיינע פארגייער, אויף דעם האט דאך דער רבי געוויינט "איי ס'וועט נאך קומען א צייט וואס די אינגווארג וועט נאך זאגען אז זיי זענען גאר עלטער פון די גרויסע" ווען טייכען טרערן פליסען פון זיינע הייליגע אויגן.

דריי איך מיך בין פטיש לסדין אן א געהעריגע הכרע למעלה או למטה אלא כמצליף.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 31, 2007 3:05 pm

מיללער, ביסט דאך אייזן גוט, אויף קיין איינע פון דיינע טעיפ'ס האביך דאס נישט געהערט,

איך האלט אז 'בענקל' און 'בענקעלע' זענען אויך צוויי אנדערע באגריפן, און זעלבסשטענדיגע פערזאנען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 31, 2007 3:27 pm

ס'טוט מיר בענקל אז דער מיללער איז נישט געווען ביי אונז ביז היינט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 31, 2007 5:46 pm

מאשקע, דאס איז פון די באנג (באנג-בעד) משפחה, מיש-ניש-קיש מיט הודו.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 31, 2007 5:59 pm

ווייטע קרובים פון די אנדערע זייט זענען זיי זיכער.
בכלל, יעצט איז דאך דער סעזאן פון באשרייבן די 'באנק' משפחה... מ'וואלט זיי געברויכט פרעגן צי זיי זענען נישט קרובים מיט אנזער באנק דא.
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 31, 2007 6:20 pm

ערעב יענקל א קניפ אין בעק'ל...

אפפסס... בעק'ל? טא וואס איז ער, דער בעק'ל, אזא ענוותן כהלל אנטקייגן זיין טאטע דער בעק?. אהה איר רעדט פון בעק... וועלכער בעק? אה... איר מיינט אודאי די בעק רעדער וואס חברים האט פאראכטן. נו, גוט, לאז זיין אזוי...

ואם תאמר - איי וועסטו זיך וועלן דינגען אז ניין, ס'נישט אזוי, בעק'ל איז דאך פשוטו כמשמעו א בנו החביב פון דעם גרויסן באק. וועל איך דיר זאגן: "אינו" - ס'נישט אזוי, ווייל אויב אזוי וואלט מען אים דאך בעדארפן ביים ברית א נאמען גען באק'ל, כשם משפחת אביו. והא ראי' - א ראי' האבעך צו דעם, משי' ערעב יענקל. דתמן תנינן: בענק'ל מאי הוא? וכו', וכ"ת שהוא בנו של באנק וכו' בענקעלע מבעי' לי' וכו'. לא הוי ידעי, עד דאתי ר' יענקל מבני קרעטשמאיא, ופי' ואמר, ששני בעגריפן נפרדים הם, ובאנק אינו מגזירת בענקל. שבחו ואודי לי' כל בני חברייא.

ובהאי שעתא, מחמת חדוותא דשמעתא של ר' יענקל, הלכו בני הקרעטשמיא ופתחו באנק אקאונט, הכל כדי להוציא מלבם...

עכ"פ, חזינן דבענקל אינו מגזירת באנק. ואם בענקל אינו מגזירת הבאנק, על אחת כמה וכמה שבאק אינו מגזירת בעקל. ודברי פי ... ...

ובזה יצאתי ידי חובת הנאה, להראות למיללער גודל שמחתי מהני פלפליא שטחן אותו הדק היטב היטיב הדק, ויפה לבסומי...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 31, 2007 6:32 pm

לאמיר זעהן וועלכע באנק (סיגניטשור, טשעיס, סיטי אד"ג) וועט זיך די ערשטע טוישן דעם נאמען צו בענקל, להראות חיבתם לפני הכסא.... אפפפס

יעצט טראכט איך צו טוישן דעם נאמען פונעם אשכול אויף..... בית-הכסא!

ר' זארעך פעפפער הבא מן בית-כסא,

ר' משה דוד קרעמער דער זיידע פונעם אשכול אל הכסא,

ר' בערל מאשקע-וויטש מן הכסא אל הסנדק

כ"ק מרן הרב מבני היכלא שליט"א סנדק-מעומד (ברענגטס אים א בענקל)

ר' יעקב דוב מיללער פון סקרענטאן דער אבי הבעני מוהל

"זה הכסא של קרעמער זכור לטוב, שאלמלא הריק-ליינער לא ישבנו על הכסא, קרעמער קרעמער עמוד על ימיני וסמכני, לישועתך קויתי קרעמער, ואומר לך בדמיך חיי, הודו לקרעמער כי טוב כי לקרעטשמע חסדו, ויגמל באנק את בענקל בנו, וכו' וכו'...."

(אזויפיל שטוסים אין איין תגובה, הוי ווי נעמט מען די אינגע יארן)

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 11:47 am

כי עתה ידעתי, ווואס איך שוין פון לאנג,

צייטליך, ביסט נישט גערעכט, זיי זענען נישט פון אייזן, פון שטאל זענען זיי. מעכטיג, לעכטיג, פרעכטיג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 12:17 pm

מיללער האט געשריבן:(אזויפיל שטוסים אין איין תגובה, הוי ווי נעמט מען די אינגע יארן)


גערעכט. גערעכט. הוי, ווי נעמט מען טאקע יענע יארן... מ'וואלט זיך געקענט אנפילן מיט נאך מער ידיעות, און רעדן יעצט נאך מער שטותים...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 4:04 pm

פאר די רעקארד, און כדי עס זאלן נישט זיין אזעלכע וואס וועלן טראכטן אז בענקל און באנק זענען נישט פון די זעלבע פאמיליע, זאג איך דאס אייך, אז זיי שטאמען ביידע פון דעם זעלבן זיידע. דער זעלבער זאך מיט בעקל וועלכע שטאמט פון באק.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:02 pm

קרעזי, דו שטאמסט אפשר פון די קרעזי/משוגע פאמיליע?

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:22 pm

ניין, איך בין פון די באטק פאמיליע.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:52 pm

אני מתרולל על בענקעלתי, מרוב הלשונות של בענקל וכת דילי', עטץ זענטס אלע גוט, נעם אויף. (קיפ אן.)

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 8:14 pm

אינטערעסאנט איז אז ביי די גוים זענען זיי אינגאנצן נישט פון איין פעמעלי, לא ראי זה כראי זה.

צום ביישפיל א בענקל רופט מען אזוי למספרם אשעיר.

ווייטער גיימער צו א באנק רופט מען עס להבדיל בענטש, כ'מיין אז איז איז נישט די פון נאכן עסן, ווייל נאר די עם הנבחר האט דאס.

נישט צו פארקריכן....איין מינוט פון ווי?.......... אקעי ניין..........

אבער ווען עס קומט צו געלט, זעמער אלע די זעלבע מחותנים.. ווי מען האלט די געלט רופן מיר עס אלע באנק... באנק.....העכסנס בענק......

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:31 pm

דרך אגב, די באנק ווי מ'לייגט געלט (אין אינגעלייט עפענען אקאונטס, כמבואר מפי קרעטשמע וסופריו) מיט די באנק אויף וועלכע מ'זיצט, אה"נ אז אויף ענגליש האט עס א ווייטע שייכות (בענק/בענטש) אבער למשל אויף ספאניש זאגט מען ביידע "באנקא" (באנקא פאפולאר, איז א ספאנישע באנק).

מסתמא האבן מיר עס גע'ירש'נט פון די אנוסים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 05, 2007 3:47 am

מיללער;

איך בין דא, איך בין דא, אבער איך בין נישט ביי זיך פון אזויפיל לאכן, על כן אנטשולדיג מיר פארן נישט נעמען קיין שטעלונג אין די גע'באנק'עכץ. (מראי מקומות צום שיעור: באנג/ק בעט, באנג פאר קינדער, באנגעלוי פאר פאמיליעס)

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מאנטאג אוגוסט 06, 2007 1:48 pm

שוין איר מאכט שוין דא א גאנצן פשעטליך, נו אז מ'רעדט שוין יא אזוי, ווי איז דער צעט דער טאטע פונעם צעטיל? און וואו איז דער פיק דער טאטע פונעם פיקל? און וואו איז דער צוויק דער טאטע פונעם צוויקל און וואו איז דער יענק דער טאטע פונעם יענקל? און וואו איז דער שאכט דער טאטע פונעם שאכטל? און דער עפ דער טאטע פונעם עפל?....

קען זיין אז די היינטיגע וועלט איז עפעס געוארן אזא וועלט'עלע'לע'לע'לע.... אלעס לע'לע'לע'לע'ט זיך ארום היינט... קען טאקע זיין אז אמאל האט די מאמע געזאגט פאר יענק ער זאל גיין אין געשעפט און אויפשרייבן אויף א צעט צו קויפן א שאכט צוויק סאלאט, א פיק, און אן עפ אויף שבת....

גרעד קען זיין אז שאכטל שטאמט פונעם שפיל 'שאך'..... וועלכע ליגט געווענליך אין א שאכטל..... אבער אויב אזוי איז אפשר דער נאמען מאחטל אפשטאמיג פונעם 'שאך מאחט'?......

שוין איך בין שוין צו משוגעל..... איין מינוט.... און וואו איז משוג דער טאטע פון...... אה ניין ניין, ס'איז דזשאסט א ספעלינג מיסטעיק.....

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג ינואר 09, 2017 10:44 pm

טשולדיגט פארן אויפברענגען, איך האמיך פשוט ״צושמייכט״...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מצפהלישועה
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:02 pm

תגובהדורך מצפהלישועה » מאנטאג ינואר 16, 2017 10:05 am

באנק איז א חפץ וואס ערמעגליכט פאר מענטשן צו זיצן, משא"כ א בענקל גיט פשוט מקום נאר פאר איין מענטש צו זיצן וקושיא מעיקרא ליתא

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מאנטאג ינואר 16, 2017 4:36 pm

באנק מיט באנק איז איין זאב ווייל די סיבה פארוואס א געלט באנק הייסט באנק איז ווייל די ערשטע באנק איז געווען אויף א באנק די באנקירן זענען געזעצן אויבן אין דאס פעקל.... כמיין דאס געלט איז געליגען אונטערן באנק
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט