Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שוין צייט "צו" וויסן א חילוק

זונטאג יולי 27, 2014 3:51 pm

הקדמה: כ'האב נישט באזוכט דעם פארום אין גאר א לאנגע צייט. מעגליך אז דער ענין איז שוין בארירט געווארן, אבער "חזרה שאדט נישט" פלעגט מיין רבי זאגן. (ער פלעגט אויך זאגן אז די פעטש טוט אים מער וויי ווי פאר מיר, אבער שוין...)

די לעצטע שטיק צייט האב איך באמערקט א נייע משוגעת ביי שרייבער אין פארשידענע אויסגאבעס, אריינגערעכנט די "מעלות"! פון אנדערע האב איך עס נאך געגלייבט, אבער הזאת מעלות?

איז לאמיר "צוגיין" "צו" די זאך וואס באדערט מיך.

איינער כאפט שוין? יא, דו דארט ביי די לינקע זייט אינגאנצן רעכטס!

ס'איז דא א ווארט וואס הייסט "צו". אין לשה"ק איז עס "אֶל" אדער "ל", אין ענגליש איז עס TO. אין איווריט ווייס איך נישט און אין ספאניש האב איך שוין פארגעסן.

נאכדעם קען מען נוצן דעם ווארט "צו" אלס א "צוגאב" צו א ווארט, למשל צומאכן, צושפארן, צוגיין, צולייגן וכדומה.

איי וועסטו פרעגן, וואס איז ווען איך וויל שרייבן "איך פלאן צו מאכן א סעודה", אדער "מ'האט מיר געהייסן צו לייגן די ברעטער אין די זייט"?

די ענטפער איז זייער פשוט, און חזר דיך עס גוט איין! די ווארט "אֶל" איז טייטש "צו". נאך די ווארט צו קומט א ספעיס. א געהעריגע ספעיס, אזוי ווי די ספעיס צווישן סיי וועלכע אנדערע ווארט. ס'מוז נישט זיין גרעסער, ס'מוז נישט זיין אזוי ווי די ספעיס שאטעל, אבער אויך נישט קלענער ווי א געווענליכע ספעיס.

און ווען שרייבט מען "צולייגן"? ווען דער "צו" איז א שימוש צום עצם ווארט.

עס איז אויך דא א ריזיגע חילוק אין די הברה. "צו מאכן א סעודה" דרוקט מען שטארק אויפ'ן "צו". "צומאכן די טיר" איז דער צו בלויז א טפל צום ווארט און מ'זאגט עס אנע דגש.

איך וועל געבן משלים, גענוג און נאך, אז מ'זאל זיך נישט קענען טועה זיין אפילו פאר דוקא...

איך פלאן צו געבן צדקה - איך וויל צוגעבן צו מיין ארגינעלע נדבה
ער האט מיר געבעטן צו שרייבן - איך וויל צושרייבן אפאר ווערטער
איך פלאן צו נעמען די באס - מ'טאר נישט צונעמען פון א צווייטן
מ'דארף צו מאכן א סעודת ברית - ביטע נישט צומאכן די טיר
איך האף צו ברענגען אפאר דאלאר צום מסיבה - איך וועל עס צוברענגען צום טישל
ער האט אים געבעטן צו לייגן די טישן - מ'דארף צולייגן נאך בענק
דער גבאי האט געבעטן צו שטעלן וויין - ער קען זיך נישט צושטעלן צו א סדר היום
דער עולם פלאנט צו עסן נאכ'ן זמן - כ'וועל צועסן א שטיקל מצה צו די אייער
דו האלטסט אז איך דארף צו גיין? אפשר וועל איך צוגיין שפעטער (קוק אויף די הברה!)
די פייער דארף צו ברענען איבער א שעה - איך האף אז דאס עסן וועט נישט צוברענען
נישט ערלויבט צו טרעטן אין מאראסט - עס קען אים צוטרעטן צום הארץ

ס'איז דא נאך ווערטער, צב"ש צוקומען, צולויפן, צוהעלפן, צוגרייטן, צובייסן, ועוד. ודי לחכימא.

עס זענען אויך דא ווערטער וואס האבן נישט קיין משל אלס א צוזאמגעכאפטע ווארט, ווייל ס'איז פשוט נישטא אזא ווארט, אבער געוויסע שרייבער וועלן נאך אלץ שרייבן די צוויי ווערטער צוזאמען. צב"ש "צוהייסן", "צושלאגן" (אויב עפעס איז צעשלאגן), "צוהעכערן", "צואפעלירן", ועוד צענדליגער ווערטער וואס כ'האב שוין באגעגנט אין די היימישע אויסגאבעס, ווערטער וואס עקזיסטירן בכלל נישט אינעם אידישן ווערטער-בוך און האבן נישט עקזיסטירט אין די אויסגאבעס ביז ממש געציילטע יארן צוריק.

ממילא בעט איך ענק טייערע שרייבער, מילא אויף "אומבאוואוסטלאז" האב איך שוין אויפגעגעבן האפענונג... דער געט נישט אויף... אבער אפשר איז נאכנישט "צו שפעט" אז מ'זאל זיך "צוהערן" צו מיר און אנהייבן שרייבן מיט די מינימאלסטע כללים אין אידיש?

Advertisement

זונטאג יולי 27, 2014 3:59 pm

כ'האב גארנישט וואס 'צוצו'לייגן...

ריכטיג,זאפטיג און קלאר ארויסגעברענגט.

ויה"ר שילמדו טועי"ם בינה.

זונטאג יולי 27, 2014 4:02 pm

אין וואסא חילוק צווישן "מעשה און פארזעצונג" ביז הודו אין כוש?

זונטאג יולי 27, 2014 4:04 pm

זעהט אויס אז איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען די אויסגאבע זינט עטליכע יאר צוריק, ווייל איך האב נאכנישט באגעגנט די ווערטער פון וואס דו רעדסט. צוהייסן? צושלאגן? איי דאונט קנאוי וואט יו אר טאלקינג אבאוט איט.

איך לאמיך שוין יוצא זיין דעם "וועלקם בעק" צום לעגענדארן מאשקע פון קרעטשמע.

זונטאג יולי 27, 2014 4:04 pm

מאשקע, איך פלאן דיר צו געבן צוויי פראסקעס - און נאכדעם וועל איך דיר נאך צוגעבן א דריטע..

זאגסט דאך אזוי גוט! פארוואס הערט מען נישט פון דיר אפטער?

יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין.
לעצט פאראכטן דורך ידיד אום זונטאג יולי 27, 2014 4:05 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג יולי 27, 2014 4:05 pm

צו'קער זיס אראפגעלייגט

זונטאג יולי 27, 2014 4:08 pm

דער איז "צי"קער זיס או "צו"קאקט גשמאק, אבער כ'וויל מיך נישט פרייען ווייל מארגן "צו"עט ער אפ פון דא פאר נאך א יובל צוויי האב איך מורא. שוין, אל תפתח שה לפטן.

זונטאג יולי 27, 2014 4:20 pm

אריין אין וויינען אשכול.
מאשקע מיר דארפן אייך האבן דא ערנסט, נאך אביסל ווערט פארגעסן דאס אידישע ווארט "געדענק" א שרעקליכע מגפה בוזשעוועט וואס מישט א קוגל צווישן דעם דענק-THINK מיטן געדענק-זכור, אנגעהויבן האט זיך עס מיט פאלנע אמעראצעס פון דארט איז עס געגאנגען צו ניי-געווארענע שרייבער וואס ווילן נוצן הויכבאשפריצטע ווערטער.
מאשקע אם אין לי מי לי.

זונטאג יולי 27, 2014 5:40 pm

מיין רע"ט אלער"ד האט זיך צו'פיפן, כאב געמיינט שוין נאך א פלאד ווארענונג. אבער וואס ווען וואו, פלעין מאשקע האט באזוכט און איבערגעלאזט זיינע פינגעראפדרוקן (דא קומט אויך א ספעיס?).

הונדערט פראצענט גערעכט

#ברענג צוריק אונזער אידיש

זונטאג יולי 27, 2014 6:07 pm

געוואלדיג‎!!!‎
אבער‎ ‎דאכ‎'‎צע‎'‎ך‎ ‎אז‎ ‎דא‎ ‎איז‎ ‎דא‎ ‎א‎ ‎טעות‎
מאשקע האט געשריבן:
עס איז אויך דא א ריזיגע חילוק אין די הברה. "צו מאכן א סעודה" דרוקט מען שטארק אויפ'ן "צו". "צומאכן די טיר" איז דער צו בלויז א טפל צום ווארט און מ'זאגט עס אנע דגש.

ניין‎?‎

זונטאג יולי 27, 2014 6:08 pm

ערשטענס ייש"כ ר' מאשקע, ב"ה מען זעהט אייך צוריק.


אז מען רעדט שוין, וואסא נפק"מ צווישען אינטרעסירטע און פאראינטרעסירטע? נוצער און באנוצער?

זונטאג יולי 27, 2014 9:46 pm

ייש"כ ר' מאשקע, ב"ה מען זעהט אייך צוריק

זונטאג יולי 27, 2014 10:57 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:געוואלדיג‎!!!‎
אבער‎ ‎דאכ‎'‎צע‎'‎ך‎ ‎אז‎ ‎דא‎ ‎איז‎ ‎דא‎ ‎א‎ ‎טעות‎
מאשקע האט געשריבן:
עס איז אויך דא א ריזיגע חילוק אין די הברה. "צו מאכן א סעודה" דרוקט מען שטארק אויפ'ן "צו". "צומאכן די טיר" איז דער צו בלויז א טפל צום ווארט און מ'זאגט עס אנע דגש.

ניין‎?‎


מיר שיינט אז דער געערטע ראה"ק האט פארדרייט די יוצרות.

ווען מען נוצט דעם ווארט צו עקסטער פאר זיך, אזוי ווי דער ענגלישע to, דרוקט מען עס נישט, און מען ליינט דער מלאפום כמעט ווי א שו"א נע - איך פלאן צ'געבען צדקה. משא"כ ווען עס ווערט גענוצט בלשון הוספה אדער פעולה, דרוקט מען ארויס דער מלאפום קלאר - איך וועל צו-לייגען צ'מיין אריגינעלע סומע.

.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:27 am

מיסטעריעז האט געשריבן:געוואלדיג‎!!!‎
אבער‎ ‎דאכ‎'‎צע‎'‎ך‎ ‎אז‎ ‎דא‎ ‎איז‎ ‎דא‎ ‎א‎ ‎טעות‎
מאשקע האט געשריבן:
עס איז אויך דא א ריזיגע חילוק אין די הברה. "צו מאכן א סעודה" דרוקט מען שטארק אויפ'ן "צו". "צומאכן די טיר" איז דער צו בלויז א טפל צום ווארט און מ'זאגט עס אנע דגש.

ניין‎?‎


גערעכט, גערעכט! ס'איז פונקט פארקערט! אזויווי אנעים זמירות ברענגט ווייטער ארויס.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:28 am

ידיד האט געשריבן:מאשקע, איך פלאן דיר צו געבן צוויי פראסקעס - און נאכדעם וועל איך דיר נאך צוגעבן א דריטע..

זאגסט דאך אזוי גוט! פארוואס הערט מען נישט פון דיר אפטער?

יישר כח פארן אזוי שיין מסביר זיין.


דער ידיד האט פיין געכאפט וואס מ'רעדט צו אים!

מאנטאג יולי 28, 2014 8:32 am

רמונים האט געשריבן:אריין אין וויינען אשכול.
מאשקע מיר דארפן אייך האבן דא ערנסט, נאך אביסל ווערט פארגעסן דאס אידישע ווארט "געדענק" א שרעקליכע מגפה בוזשעוועט וואס מישט א קוגל צווישן דעם דענק-THINK מיטן געדענק-זכור, אנגעהויבן האט זיך עס מיט פאלנע אמעראצעס פון דארט איז עס געגאנגען צו ניי-געווארענע שרייבער וואס ווילן נוצן הויכבאשפריצטע ווערטער.
מאשקע אם אין לי מי לי.


גוטע פונקט, וכהנה נאך אזעלכע ווערטער, ווי לעבן-נעבן, אנטשלאסן-באשלאסן, געשאסן-דערשאסן (יא ס'איז דא א חילוק!), און אומבאוואוסטלאז (ס'מיינט בעצם אז יענער איז געהעריג ביים באוואוסטזיין, סאו וואס איז די חידוש דא?).

מאנטאג יולי 28, 2014 8:36 am

אנעים זמירות האט געשריבן:ערשטענס ייש"כ ר' מאשקע, ב"ה מען זעהט אייך צוריק.


אז מען רעדט שוין, וואסא נפק"מ צווישען אינטרעסירטע און פאראינטרעסירטע? נוצער און באנוצער?


לכאורה גארנישט, אבער די צווייטע אויסוואל אין ביידע פעלער איז מער פראפאסיאנאל.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:37 am

איז שוין דא אן אשכול וועגן דעם חילוק צווישן "צו" און "צע"? אויב יא, ביטע צואווייזן. אויב נישט, וועל איך עס צעלייגן.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:42 am

מאשקע האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול וועגן דעם חילוק צווישן "צו" און "צע"? אויב יא, ביטע צואווייזן. אויב נישט, וועל איך עס צעלייגן.

און אינאיינוועגס צעלייג שוין אויך ווען מ'שרייבט צו מיט א ו' און ווען צי מיט א י'.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:51 am

"אל" איז "צו". "צי" מיינט "או", אזוי צי אזוי, אדער ציען א שטריק.

מאנטאג יולי 28, 2014 8:52 am

ייש"כ

ציען א שטריק איז דא וואס שרייבן מיט א ה', דהיינו ציה ארויס אדער ארויסציהען.

מאנטאג יולי 28, 2014 10:17 am

הערליך געשריבן מאשקע, און ריכטיג מעורר געווען מיסטעריעז און אנעים זמירות בנוגע דעם דגוש אויף 'צו געבן' אדער 'צולייגן' וכדומה.

מאנטאג יולי 28, 2014 10:27 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ייש"כ

ציען א שטריק איז דא וואס שרייבן מיט א ה', דהיינו ציה ארויס אדער ארויסציהען.


די איזראעליס שרייבן אזוי.

מאנטאג יולי 28, 2014 11:40 am

מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס איז פשט ביי אונז היימישע יידן זאגט מען צוצוגעבן, צוצוהערן וכדומה, אויף א אופן וואס מען דרוקט די ערשטע צו און נישט די צווייטע, לכאורה לויט אונזער הרגל אז מען דרוקט נאר ווען עס איז מער א חלק פונעם פעולה און נישט א דבר קודם כעין כדי, וואלט געווען פארשטענדליך אז די צווייטע איז די וואס איז א חלק פונעם ווארט און די כדי קומט פריער, כאדם האומר כדי צו צוגעבן.

דארף מען טאקע שרייבן צוצו געבן, צוצו הערן?
מאי ציצי דקא שמענא (ברכות מא., מנחות מא.), זיי מיר נישט אזא צוציק.

אלא מאי מוז מען זאגען אז די כלל האט אויך א יוצא מן הכלל, אז ווען עס קומט צוויי צו'ס דרוקט מען די ערשטע, כאטש אז באמת איז די צווייטע די וואס אונז דרוקן געווענליך.

מאנטאג יולי 28, 2014 2:35 pm

מאשקע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:געוואלדיג‎!!!‎
אבער‎ ‎דאכ‎'‎צע‎'‎ך‎ ‎אז‎ ‎דא‎ ‎איז‎ ‎דא‎ ‎א‎ ‎טעות‎
מאשקע האט געשריבן:
עס איז אויך דא א ריזיגע חילוק אין די הברה. "צו מאכן א סעודה" דרוקט מען שטארק אויפ'ן "צו". "צומאכן די טיר" איז דער צו בלויז א טפל צום ווארט און מ'זאגט עס אנע דגש.

ניין‎?‎


גערעכט, גערעכט! ס'איז פונקט פארקערט! אזויווי אנעים זמירות ברענגט ווייטער ארויס.

בּ‎''‎ה‎!!‎
כּ‎'‎האב‎ ‎שוין‎ ‎געמיינט‎ ‎אז‎ ‎ס‎'‎דא‎ ‎נאך‎ ‎א‎ ‎הבּרה...‎
שוין‎ ‎דא‎ ‎גענוג!!‎!
שרייב א תגובה

Advertisement