שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
שרייבן און ארויסרעדן ריכטיג
שרייבן און ארויסרעהדן קארעקט
איך בין ניי דא און דאס איז די ערשטע זאך וואס איך שרייב. איז לאמיר צו צוגיין צום עניין.
כ'האב צאמגענומען און מסדר געווען א ליסטע פון ווערטער וואס איז זייער גרינג צו צוקומען צו א טעות מיט שרייבן. בין איך טאקע גערעכט מיט אלץ וואס כ'האב געשריבן? האט איהר נאך דוגמאות צו ווערטער וואס מען קען קומען צו א טעות? זייט אזוי גוט און שרייבט מיר.
אלזא, דאס זענען די ווערטער:
אויבן ≠ אויוון, און ≠ אין, אויך ≠ הויך, אונטער ≠ הינטער, אלץ ≠ אלס, געזעסן ≠ געזעצן, וואו ≠ ווי, לעבן ≠ נעבן, עהרליך ≠ הערליך, ענדלעך ≠ ענלעך, פיל ≠ פיל ≠ פול, צו ≠ ציה ≠ צי. איז אזוי:
אויבן - למעלה (Up). אויוון - תנור (Oven).
דוגמא: אויבן אין הימל. א מצה אין אויוון.
אויך - גם (Also). הויך - גבוה (High).
דוגמא: דער ראש ישיבה איז אויך געווען אויף דער חתונה. דער זשיראפע איז זייער הויך.
און - ו (And). אין - ב (in).
דוגמא: דער חתן און די כלה. די שטריימל איז אין דער פושקע.
אונטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.
אלץ - הכל (Everything), תמיד (Always). אלס - בתור (As a)
דוגמא: אלץ וואס מען טוהט דארף זיין לשם שמיים. אלץ לערנט ער פלייסיג. דער דאקטער אלס דאקטער ווייסט וואס ער זאגט.
געזעסן (אינפינטיוו: זיצן) - לשבת (Sit). געזעצן - חוקים (Rules).
דוגמא: דער רב איז געזעסן איבער א ספר. אבער: זיי זיצן שוין לאנג. א פאליציאנט איז מענטש וועלכער איז פאראנטווארטלעך מען זאל האלטן די געזעצן.
וואו - איפה (Where). ווי - כמו (As), וויאזוי איך (How).
דוגמא: וואו ביסטו געווען? כ'האב דיר לאנג געזוכט!. ער איז געווען בלאס ווי דער וואנט. ווי קען מען וויסן.
לעבן - חיים (Life). נעבן- ליד (Near).
דוגמא: דאס לעבן איז א פארשפיל פון די אמת'דיגן לעבן. די מקוה איז נעבן דער שול.
עהרליך - ירא שמים (God fearing). הערליך - מדהים ביופי (Breathtaking beauty).
דוגמא: יוסל איז אן עהרליכע יונגערמאן. ירושלים איז א הערליכע שיינע שטאט.
ענדלעך - סוף כל סוף - סוף סוף (Finite). ענלעך - געראטן - דומה (Similar).
דוגמא: ענדלעך זענען מיר אנגעקומען. די צווילינג זענען זייער ענלעך איינער צום צווייטן.
פול / פוהל - אנגעפילט, מלא (Full). פיל/ן / פיהל/ן (זאכווארט: געפיל / געפיהל) - שפירן להרגיש (Feel), פיל / פיהל - אסך הרבה (Much).
דוגמא: די זאל איז געווען פול, אבער: אנפילן דעם גלאז. איך פיל מיך ב"ה זייער גוט. ס'איז געווען אין זאל פיל מענטשן.
צו - ל (To), יתר על המידה (Too). ציה / צי - שלעפ, משיכה, מתיחה (pull). צי - או (Or), בין אם (Whether), אם (if).
לדוגמא: מען דארף צו זיי גיין און זיי זאגן אז זיי שטערן לערנען. דאס שטריימל איז צו טייער. ביטע ציה נישט ביים דאווענען. וועלכער פארב האסטו מעהר ליב רויט צי געל?. א איד צי א גוי, ביידע זענען באשעפענישן. מענטשן ווילן וויסן צי ס'איז טאקע אמת.

לעצט פארראכטן דורך מאָזעס אום דינסטאג יולי 22, 2014 1:19 am, פארראכטן געווארן 12 מאל.
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

גדול, דער אפטייטש פין די ווערטער איבער וואס דו פרעגסט, איז בעצם די זעלבע נאר זיי ווערן אנדערש געזאגט אלס ל' זכר/נקיבה/יחיד/רבים, ר' מאזעס האט גערעדט פין ווערטער וואס מיינען כלל נישט די זעלבע זאך נאר זענען גראדע ענליך אין אויסלייג און אין אויסשפראך.
כ'וואלט נישט ברוגז געווען ווען הרב מאזעס זאל איינגיין צו געבן א שיעור דערויף אויך, אבער דאס איז שוין א העכערע לעוועל, נעמליך 'דקדוק' אונז האלט מיר נאך ביי 'שפראך', ודו"ק.

ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30748
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ידיד האט געשריבן:זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.
דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"
און מיר דאכטצעך אז נאר ביי אטע דעם 'צי' קומט עס מיט א יו"ד, משא"כ ביי דעם 'צו' וואס מיינט אדער קומט עס יא מיט א וא"ו.
און פאר איך פארגעס, א גרויסן דאנק הרב מאזעס, לערן דא אויס אביסל דעם עולם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

מאָזעס האט געשריבן:עהרליך - ירא שמים (God fearing), הערליך - מדהים ביופי (Breathtaking beauty).
דוגמא: יוסל איז אן עהרליכע יונגערמאן. ירושלים איז א הערליכע שיינע שטאט.
ברוכים הבאים ר' מאזעס.
א גרויסן יישר כח פארן מבאר זיין די ענין מיט א קלארקייט.
איין הערה נאר, לדעתי איז די ריכטיגע טייטש פון "עהרליך" - נאמן, ישר... (Honest).
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

קנאפער ידען האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:זייער פיין מסביר געווען רב מאזעס. יישר כח.
דאכט זיך אז איר האט אויסגעלאזט איין 'צי'.
"גיב אים דארט א 'צי' אין די פאה"
און מיר דאכטצעך אז נאר ביי אטע דעם 'צי' קומט עס מיט א יו"ד, משא"כ ביי דעם 'צו' וואס מיינט אדער קומט עס יא מיט א וא"ו.
און פאר איך פארגעס, א גרויסן דאנק הרב מאזעס, לערן דא אויס אביסל דעם עולם.
דאכט זיך אז עס דאכט זיך דיר נישט גוט.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
זאכליך האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז מאזעס וואוינט אין א"י.
ביי אונז אין אמעריקע מישט מען זיך נישט אויס צווישן אויך און הויך, אדער צווישן הינטער און אינטער, און די זעלבע צווישן הערליך און ערליך.
אויך געהאט די זעלבע הערה, אבער געזעהן אז לכאורה האט עס שוין דערמאנט.
ישר כח פאר מאזעס, א גוטע אנהייב, יהא בואכם לברכה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
איך וואוין טאקע אין ארץ ישראל און אפילו הכי צעמיש איך מיך נישט צווישן הערליך / עהרליך, אינטער / הינטער און אודאי נישט מיט אויך און הויך וכו', על אף אז מיין מוטער שפראך איז העברעיש ל"ע, אבער וויבאלד אז איך האב געזעהן אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן א טעות אין דעם, האב איך געהזעהן צו וויכטיג אויף דאס צו שרייבן. די חסידישער אויסלענדישע וואס האבן זוכה געווען צו ווערן געבוירן מיט אידיש אין וואוינען אין א סביבה פון אידיש, לייענן אסך אידיש וכו' טאקע מקנה צו זיין, זיי דארפן עס אפשר טאקע נישט האבן...
אגב, ס'איז דא נאך סימנים אז דער כותב שטאמט פון ארץ ישראל ווי צום ביישפיל: מאשין, און דאס אז די ערשטע איבערזעצונג איז צו לש"ק, וכו'.
מעניין לעניין באותו העניין מיין איך אז ס'איז א געדאנק צו עפענען אין א געלייגנהייט א אשכול וועגן די חילוקים צווישן די צוויי "דיאלעקטן" אמעריקאנר אידיש און ארץ־ישראל'דיגער אידיש.

מאָזעס האט געשריבן:אינטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.
נאכאמאל א יישר כח ר' מאזעס.
אונטער (Under) ווערט געשריבן מיט וא"ו.
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30748
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
מאָזעס האט געשריבן:איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?
פארוואס עפעס? ווא זעסטו - אין אונזער היימישן אידיש אז צוויי יו"ד'ען זאלן געזאגט ווערן מיט א חיריק?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
מאָזעס האט געשריבן:אינטער - מתחת (under). הינטער - מאחורי (Behind).
דוגמא: די קאץ איז אינטער דער בענקל. די מאשין פארקט הינטער דעם בניין.
בין איך געוואויר געווארן אז ס'יז דא א חילוק צווישן אונטער - הונטער.
אילו לא באנו אלא משום זה דיינו.
הגם איך האב נישט אויפגעפאסט אין אונזער (אויסלענדישן) דיאלעקט מיר זאלן מקפיד זיין דערויף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)