לכבוד התנא "האלוקי" - בפתח או בחירק?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

לכבוד התנא "האלוקי" - בפתח או בחירק?

תגובהדורך פארהוילן » זונטאג מאי 18, 2014 9:14 am

אין דעם היינטיגן טאג ל"ג בעומר, ווען עס הערט זיך פון אלע ווינקלען דעם זמר "בזכות התנא האלקי", לאמיר אריינטראכטן אין דעם ווארט "האלקי". כפי הבנתי איז דאס א יו"ד היחס (ווי ישראלי, עברי, שלחני, חנוני וכו' וכו'), ברויך מען דאך אויב אזוי זאגן מיט א חירק האלקִי
ואם יקחך לבך זאגן אז וויבאלד עס ענדיגט זיך מיט א אות הגרון. נעם דאס ווארט "הירחי" וכדומה.

איך טראכט הויעך. קען אימעצער ארויסהעלפן?

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג מאי 18, 2014 11:18 am

פונקט געטראכט דערוועגן נעכטן

מסתמא ברויך מען זאגן אז דער מחבר הזמר (ווער איז דאס?, אפשר דארף מעם איהם בכלל נישט פארענטפערן) האט געהאלטן אז מ'דארף זאגן בר יוחאי מיט א חירק אינטערן אל"ף, און נישט קיין אל"ף נחה. ווי מזינגט אין אונזערע גלילות דעם זמר פון בר יוחאי.
און נישט ווי דער מחבר (הרב בעל בן איש חי) פונעם ואמרתם וואס האט חורז געווען יוחאי מיט צדיקאי.

(די גראם איז נאכאלץ היבש הינקעדיג, און נישט אויסגעהאלטן מיט די ווערטער המיוחסים לראב"ע לא תחרוז שור בחמור שלח שורך אל ארץ המישור וחמורך אל הר המור. אבער דאס איז סייווי אזוי).
לעצט פאראכטן דורך רב טקסט אום מאנטאג מאי 26, 2014 6:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » זונטאג מאי 18, 2014 11:27 am

א) ווער זאגט אז ער האט געוואלט חורז זיין
ב) הרב בעל בן איש חי קען מען אויך זאגען אז ער האט גורס געווען מיט א חירק הן ביי יוחאי און הן ביי צדיקאי
ג) הונדערט און איין פראצענט אז די גראם איז הונקעדיג (און מהאי טעמא איז אפשר ריכטיג מ"ש באות א')
ד) לא תחרוז וכו' כמדומני ראיתיו בשם האבן עזרא וקצת יותר בקיצור

בכל אופן הנאני לראות אז איך טרעט אויף א גראדע ליניע

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג מאי 18, 2014 11:44 am

פארהוילן האט געשריבן:א) ווער זאגט אז ער האט געוואלט חורז זיין
ב) הרב בעל בן איש חי קען מען אויך זאגען אז ער האט גורס געווען מיט א חירק הן ביי יוחאי און הן ביי צדיקאי
ג) הונדערט און איין פראצענט אז די גראם איז הונקעדיג (און מהאי טעמא איז אפשר ריכטיג מ"ש באות א')
ד) לא תחרוז וכו' כמדומני ראיתיו בשם האבן עזרא וקצת יותר בקיצור

בכל אופן הנאני לראות אז איך טרעט אויף א גראדע ליניע


א-ג) כ'קען נישט די גאנצע ניגון צו קענען מעיין זיין אין דעם.
ב) צדיקאי ווייס איך נישט קלאר צו די יו"ד איז עפעס א הוספה, ווי נאך זעהט מען אזא זאך?, אבער באמת איז עס מוכח פון דעם וואס ער האט חורז געווען מיט ואמרתם כה לחי. דאס איז זיכער א חרוז, כדרכו אין דעם גאנצן שיר אז אלע שטיקלעך האבן פיר בתים, וואס די ערשטע 3 זענען חרוז צוזאמען, און די פערטע (אדוננו בר יוחאי) איז חרוז מיט דעם פזמון.
ד) אויף לא תחרוז איז דא אסאך לשונות, און אלעס איז נאר וואס מזאגט נאך, וברוך היודע.

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » זונטאג מאי 18, 2014 12:29 pm

רב טקסט האט געשריבן:א-ג) כ'קען נישט די גאנצע ניגון צו קענען מעיין זיין אין דעם.
ב) צדיקאי ווייס איך נישט קלאר צו די יו"ד איז עפעס א הוספה, ווי נאך זעהט מען אזא זאך?, אבער באמת איז עס מוכח פון דעם וואס ער האט חורז געווען מיט ואמרתם כה לחי. דאס איז זיכער א חרוז, כדרכו אין דעם גאנצן שיר אז אלע שטיקלעך האבן פיר בתים, וואס די ערשטע 3 זענען חרוז צוזאמען, און די פערטע (אדוננו בר יוחאי) איז חרוז מיט דעם פזמון.
ד) אויף לא תחרוז איז דא אסאך לשונות, און אלעס איז נאר וואס מזאגט נאך, וברוך היודע.


א) יאך אויך נישט
ב) ווי מיר קוקט אויס איז אויך צדיקאי א יוד היחס, אזוי ווי זכאי, רמאי וכדומה (וואס, אגב, ביי דיע איז אויך דא שינויים בין המנקדים צו מיט א פתח צו מיט א חירק). ומ"ש בענין החרוז, ביזטו טאקע גערעכט. בשעת'ן שרייבן פריער האב איך נישט אין אכט גענומען דעם גאנצען חרוז. וא"כ ממילא צריכים לומר שהבן איש חי גרס בפתח. אמנם לא מצינו אצלו "אלקי"

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג מאי 18, 2014 12:46 pm

פארהוילן האט געשריבן:ב) ווי מיר קוקט אויס איז אויך צדיקאי א יוד היחס, אזוי ווי זכאי, רמאי וכדומה (וואס, אגב, ביי דיע איז אויך דא שינויים בין המנקדים צו מיט א פתח צו מיט א חירק). ומ"ש בענין החרוז, ביזטו טאקע גערעכט. בשעת'ן שרייבן פריער האב איך נישט אין אכט גענומען דעם גאנצען חרוז. וא"כ ממילא צריכים לומר שהבן איש חי גרס בפתח. אמנם לא מצינו אצלו "אלקי"


כמיין אז די סארט יחס געפינט מען נאר ביי ווערטער וואס די למ"ד איז א אות נח, (ויש לברר אויב די יו"ד איז ליחס, אדער במקום ה"א למ"ד הפעל).

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » מאנטאג מאי 19, 2014 8:29 am

מיר איז איינגעפאלן עפעס א שטיקל מהלך. כאמור איז ביי די סארט {_אי} דא שינויי דעות אם לנקד בפתח או בקמץ חירק. ווידער טרעפן מיר געוויסע פעלער (אדער געוויסע מקומות - ווי למשל דער ירושלמי איז מלא מיט קיצורים - ואכמה"ל) ווי ס'ווערט אויסגעלאזט דעם אל"ף אינגאנצן. נעם למשל דאס ווארט "כדאי" ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק (אויך מענינא דיומא), וואס מיר טרעפן ביי די געוויסע פעלער (אדער מקומות) ווי ס'ווערט געשריבן "כדי" (אוודאי מיין איך נישט "כדי" להודות ולהלל וכדו'). דעריבער קען מען זאגען (אויב מען דארף פארענטפערן דעם מחבר) אז באמת קומט דא "האלקאי" און עס ווערט אויסגעלאזט דעם אל"ף.
עס איז פארשטייט זיך בלויז א שטיקל מהלך, וואס דארף נאך אסאך בירור. קודם כל צי איז טאקע ריכטיג צו זאגן מיט א פת"ח? ווידער דיין אנמערקונג צו די יו"ד איז ליחס אדער במקום ה"א לה"פ. וכו' וכו'.

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » מאנטאג מאי 19, 2014 8:35 am

בנוגע דיין אנמערקונג
רב טקסט האט געשריבן: כמיין אז די סארט יחס געפינט מען נאר ביי ווערטער וואס די למ"ד איז א אות נח, (ויש לברר אויב די יו"ד איז ליחס, אדער במקום ה"א למ"ד הפעל).


נחזי אנן (איך שרייב אויסענווייניג און מיט ווייניג עיון):
וואס טוט זיך טאקע מיט דעם "צדיקאי"?
און לאמיר קוקן, היינט איז אנגענומען (דורך וועמען? ווער זאגט ס'ריכטיג?) צו זאגן "סטמראי" "בובובאי" "צנזאי" און נישט "סטמרי" "בובובי" "צנזי" וכו' וכו' (כ'האב ספעציעל אויסגעקליבן נעמען וואס ענדיגן זיך 'נישט' מיט קיין למ"ד נח)
און אדרבה, מען דארף מאכן א סערטש אין משניות און זען.

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג מאי 19, 2014 11:03 am

ווען כהאב געשריבן "די סארט" יחס, האב איך געמיינט דאס אז מ'זאל נוצן דעם פשוט'ן שם אדער תואר, אלס א שם אדער תואר, נאר מיט די הוספה פונעם יו"ד, אדער אל"ף יו"ד. ועיקר כוונתי היתה צום אויספיהר אז אזוי ווי מסברא זאגט זיך עפעס נישט דא קיין יחוס, און לכאורה זעהט מען עס נאר ביי נחי הלמ"ד, יש לשער אז עס איז קיין יחס, נאר די למ"ד ווערט נשתנה צו א יו"ד.
וממילא קומט נישט אריין דא סאטמראי וכו', ווייל דארט קומט גוט אריין א פשוטע יחס.

לענין די ניקוד פונעם פשוטן יחס, איז דא א שמועס ביי חשמונאי, ושם מבואר בשערי תפלה להרז"ה ובסידור עבודת ישראל אז די ווערטער קומען גארנישט מיט קיין אל"ף און משרייבט נאר די אל"ף ווען משרייבט נישט קיין נקודות צו ווייזן אויפן פתח אדער קמץ. אזוי ווי ביי כדאי-כדי.
איז ממילא דיין הצעה פשוט צו מאכן פון האלקי א ארמישע יחס. אולי.

atmybest
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 3:33 pm

תגובהדורך atmybest » מאנטאג מאי 19, 2014 11:09 am

איינער ווייסט שוין ווי אזוי מען דארף עס זאגן?
איך האב די לעצטע צוויי נעכט נישט געקענט שלאפן! !

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג מאי 19, 2014 11:19 am

שוין געהערט די בריסקע וואס זאגן (ביים ברכה נאכן ברית) ציוה צוה, קענסט דא אויך זאגן ביידע.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 21, 2014 9:46 am

איידער די קלערסט ארין צו עס קומט מיט א חיריק אדער א פתח.
פרעג בעסער.
קומט עס אלקי אדער גאר אלהי

א געטליכע תנא, האט גארנישט מיט ״גאט״ זעלבסט, עס איז א אויסדרוק, און מען מעג עס ארויסזאגן. דער זעלבע איז מיט איש אלהים, וואס איז טייטש א געטליכע מאן, און נישט א מאן פון גאט!
דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול. אזוי שרייבנדיג קלער, אז למעשה קען מען דאס נאכקוקען אין די רמב״ם, צו עס קודש צו נישט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 21, 2014 11:45 am

רבי חנינא בן "חכינאי" זענען אלע מנקד בפתח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך מאי 21, 2014 12:25 pm

איטשע האט געשריבן:איידער די קלערסט ארין צו עס קומט מיט א חיריק אדער א פתח.
פרעג בעסער.
קומט עס אלקי אדער גאר אלהי

א געטליכע תנא, האט גארנישט מיט ״גאט״ זעלבסט, עס איז א אויסדרוק, און מען מעג עס ארויסזאגן. דער זעלבע איז מיט איש אלהים, וואס איז טייטש א געטליכע מאן, און נישט א מאן פון גאט!
דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול. אזוי שרייבנדיג קלער, אז למעשה קען מען דאס נאכקוקען אין די רמב״ם, צו עס קודש צו נישט.


איש האלקים איז זיכער קדש, מלאכי אלקים דענק איך נישט כרגע

אבער לכאורה אז עס איז קדש איז עס טייטש דער מענטש פון ג-ט.

מה שלא שייך ביחס.

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך מאי 21, 2014 12:51 pm

שוועמל האט געשריבן:רבי חנינא בן "חכינאי" זענען אלע מנקד בפתח.


אלע היינטיגע (אדער מארגן'דיגע) מנקדים. אין אלטע סידורים איז יא מצוי ביידע, ולדוגמא אין סידור תהלת ה' איז דא א חירק אינטערן אל"ף.

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » מיטוואך מאי 21, 2014 1:05 pm

פארהוילן האט געשריבן:אין דעם היינטיגן טאג ל"ג בעומר, ווען עס הערט זיך פון אלע ווינקלען דעם זמר "בזכות התנא האלקי", לאמיר אריינטראכטן אין דעם ווארט "האלקי". כפי הבנתי איז דאס א יו"ד היחס (ווי ישראלי, עברי, שלחני, חנוני וכו' וכו'), ברויך מען דאך אויב אזוי זאגן מיט א חירק האלקִי
ואם יקחך לבך זאגן אז וויבאלד עס ענדיגט זיך מיט א אות הגרון. נעם דאס ווארט "הירחי" וכדומה.

איך טראכט הויעך. קען אימעצער ארויסהעלפן?

אויפציעל ביסטו גערעכט הונדערט פראצענט. איך האב אמאל געטראכט צו מיישב זיין וואס דער וועלט זינגט מיט א פתח, און עס הערט זיך לכאורה מיין גאט, לויט דעם זוהר וואס שרייבט את פני האדון ה' דא רשב"י...

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך מאי 21, 2014 1:19 pm

כמיין אז אלע זענען מפרש די וערטער פונעם זהר אז רשב"י ווערט אנגערופן פני האדון.

מברויך זיך היטן מיט ארויפברענגן אזוינע רעיונות

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » דאנארשטאג מאי 22, 2014 11:26 am

רב טקסט האט געשריבן:ווען כהאב געשריבן "די סארט" יחס, האב איך געמיינט דאס אז מ'זאל נוצן דעם פשוט'ן שם אדער תואר, אלס א שם אדער תואר, נאר מיט די הוספה פונעם יו"ד, אדער אל"ף יו"ד. ועיקר כוונתי היתה צום אויספיהר אז אזוי ווי מסברא זאגט זיך עפעס נישט דא קיין יחוס, און לכאורה זעהט מען עס נאר ביי נחי הלמ"ד, יש לשער אז עס איז קיין יחס, נאר די למ"ד ווערט נשתנה צו א יו"ד.
וממילא קומט נישט אריין דא סאטמראי וכו', ווייל דארט קומט גוט אריין א פשוטע יחס.

און איך האב פארשטאנען פון דיר אז די אל"ף איז במקום האות הנחה, און דער יו"ד בלייבט יחס, און טאקע דערפאר לייגט מען אריין דעם אל"ף כדי צו קענען זאגען דעם יחס. און עס שטימט זייער גוט ביי זכאי רמאי שמאי - א בעל זכות-רמאות-שומא - ד.ה. ער האט אין זיך אייגנשאפטן דערפון וכדו' - און דער פשט געפעלט מיר גאנץ גוט.

ולמעשה לפי דיין מהלך וויאזוי פארשטייסטו "צדיקאי"?

ולענין סאטמראי וכו' (מ'רעדט דאך אז מזאל אנעמען דאס פאר ריכטיג) איז דאך טאקע שווער אז ס'איז יא א יחס, ווי קומט דער אל"ף אריין?

רב טקסט האט געשריבן: לענין די ניקוד פונעם פשוטן יחס, איז דא א שמועס ביי חשמונאי, ושם מבואר בשערי תפלה להרז"ה ובסידור עבודת ישראל אז די ווערטער קומען גארנישט מיט קיין אל"ף און משרייבט נאר די אל"ף ווען משרייבט נישט קיין נקודות צו ווייזן אויפן פתח אדער קמץ. אזוי ווי ביי כדאי-כדי.

איך האב נישט נאכגעקוקט דארט. אבער לגבי "חשמונאי" וואלט מען רואיגערהייט אויך געקענט נוצן דיין (לויט מיין אדאפשאן) טעאריע, אז דאס איז א יחס פון "חשמונה" און דער אות נחה איז פארטוישט מיט א אל"ף
ומ"ש שהעיקר הוא בלי פתח רק שמוסיפים להראות הניקוד - כ'זאג נאכאמאל כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט, נאר לפי זכרוני איז פארקערט אז עס קומט יא, און די מחסרים נוצן קיצור, און ווי כ'האב שוין דערמאנט, אז דער ירושלמי איז מלא פון אזעלכע קיצורים (עס איז דא גאנצע שמועסן איבער דעם ענין) - אבער איך זאג נאכאמאל איך האב נישט יעצט נאכגעקוקט.

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » דאנארשטאג מאי 22, 2014 11:27 am

atmybest האט געשריבן:איינער ווייסט שוין ווי אזוי מען דארף עס זאגן?
איך האב די לעצטע צוויי נעכט נישט געקענט שלאפן! !

דע התלהבות פון ל"ג בעומר האט נאך נישט אויסגעוועפט ביי דיר? אשרי חלקך!!

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » דאנארשטאג מאי 22, 2014 11:49 am

איטשע האט געשריבן:איידער די קלערסט ארין צו עס קומט מיט א חיריק אדער א פתח.
פרעג בעסער.
קומט עס אלקי אדער גאר אלהי

א געטליכע תנא, האט גארנישט מיט ״גאט״ זעלבסט, עס איז א אויסדרוק, און מען מעג עס ארויסזאגן. דער זעלבע איז מיט איש אלהים, וואס איז טייטש א געטליכע מאן, און נישט א מאן פון גאט!
דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול. אזוי שרייבנדיג קלער, אז למעשה קען מען דאס נאכקוקען אין די רמב״ם, צו עס קודש צו נישט.


איטשע האט געשריבן:איידער די קלערסט ארין צו עס קומט מיט א חיריק אדער א פתח.
פרעג בעסער.
קומט עס אלקי אדער גאר אלהי

א געטליכע תנא, האט גארנישט מיט ״גאט״ זעלבסט, עס איז א אויסדרוק, און מען מעג עס ארויסזאגן. דער זעלבע איז מיט איש אלהים, וואס איז טייטש א געטליכע מאן, און נישט א מאן פון גאט!
דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול. אזוי שרייבנדיג קלער, אז למעשה קען מען דאס נאכקוקען אין די רמב״ם, צו עס קודש צו נישט.


לחלק ההלכה וואס דו שרייבסט
איטשע האט געשריבן:עס איז א אויסדרוק, און מען מעג עס ארויסזאגן

דו פסקנסט הלכה למעשה? אדער דו טראכסט בלויז אזוי.

און יעצט צום חלק הפשט. לא זכיתי להבין דבריך. ווען דו זאגסט "פלוני איז א פארשטענדליכער" האט עס גארנישט מיט "פארשטאנד"? אדער "פלוני איז א וויליאמסבורגער" האט עס גארנישט צו טון מיט "וויליאמסבורג"? אתמהה. א ודאי דער מענטש זעלבסט מוז נישט פונקט זיין אין "וויליאמסבורג" ער קען זיך פונקט יעצט געפינען אין מירון, אדער גאר וואוינען דארטן און ניטאמאל באטרעטן נאך אמאל דער באדן פון וויליאמסבורג במשך כל ימי חייו, אבער קלאר אז דאס "ווארט" האט צו טון מיט "וויליאמסבורג", און דער חלק "ווילאמסבורג" פון ווארט "וויליאמסבורגער" איז זיך מתייחס טאקע צו "וויליאמסבורג". און די זעלבע מיט "פארשטענדליך", דער "מענטש" זעלבסט איז נישט דער זאך "פארשטאנד" אבער דאס "ווארט" האט צו טון דערמיט.
און ממילא א ודאי "האלקי" (וויאזוי מען זאל דאס נאר פינטלען) איז א יחס פון "אלקים", דער מענטש טאקע איז נישט "אלקים" אבער דאס ווארט מיינט מען דעם באשעפער. ד.ה. דער מענטש האט אין זיך "אלקות". און קלאר אז עס איז קודש (איך רעד אויך נישט פון הלכה'דיגן חלק).
און אזוי אויך די וואס זענען מקפיד נישט צו שרייבן שמות הקודש אויף יידיש און זיי שרייבן "ג-ט" וועלן אודאי טון דאס זעלביגע ביי "ג-טליכע" (חוץ אויב זיי וועלן האלטן אז ווען מען שרייבט מיט א עי"ן געטליכע איז דאס נישט דער עצם ווארט - און נאכאמאל איך נעם נישט קיין הלכה שטעלונג).
און לגבי וואס דו שרייבסט
איטשע האט געשריבן:דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול

דא איז שוין זיכער אז ס'איז קודש. ואסביר. אפילו לויט דיין הבנה אז "אלקי" וואס באציט זיך צום מענטש ממילא ווערט דאס חול, איז דאך דא גאנץ אנדערש, דער "מלאכי" איז דאך א סמוך צו "אלקים". וויאזוי דו וועסט דאס איבער טייטשן אויף יידיש צו "מלאכים פון גאט" צו "געטליכע מלאכים" איז דאס נאך אלץ אויף לשון קדש די זעלבע, אז "מלאכי" איז סמוך צום ווארט "אלקים" (ס'פארהאנען פארשידענע "סממיכות" א "בן שמונים" וואס מיינט ער איז אליינס די זאך, און אזוי ווי דא "מלאך האלקים" וואס ער איז נישט אליינס די זאך, בכל אופן), אויב אזוי איז דאך זיכער אז דאס גאנצע ווארט "אלקים" בלייבט די כוונה אויף באשעפער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 22, 2014 11:55 am

רב טקסט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:רבי חנינא בן "חכינאי" זענען אלע מנקד בפתח.


אלע היינטיגע (אדער מארגן'דיגע) מנקדים. אין אלטע סידורים איז יא מצוי ביידע, ולדוגמא אין סידור תהלת ה' איז דא א חירק אינטערן אל"ף.

און בוסתנאי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » דאנארשטאג מאי 22, 2014 11:57 am

רב טקסט האט געשריבן:איש האלקים איז זיכער קדש, מלאכי אלקים דענק איך נישט כרגע

אבער לכאורה אז עס איז קדש איז עס טייטש דער מענטש פון ג-ט.

מה שלא שייך ביחס.

דאכט זיך מיר אז דיינע ווערטער זענען אין קורצן פון מיין פריערדיגע תגובה.
אבער "מה שלא שייך ביחס" איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל א יחס קען מיינען פארשידענס. ער פארמאגט אייגנשאפטן דערפון (יסודי), ער קומט פון דארט (עברי), ער קערט זיך אן אהין (בן הישראלית ואיש הישראלי האשה הישראלית), ועוד לפי הענין

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג מאי 22, 2014 12:07 pm

פארהוילן האט געשריבן:און איך האב פארשטאנען פון דיר אז די אל"ף איז במקום האות הנחה, און דער יו"ד בלייבט יחס, און טאקע דערפאר לייגט מען אריין דעם אל"ף כדי צו קענען זאגען דעם יחס. און עס שטימט זייער גוט ביי זכאי רמאי שמאי - א בעל זכות-רמאות-שומא - ד.ה. ער האט אין זיך אייגנשאפטן דערפון וכדו' - און דער פשט געפעלט מיר גאנץ גוט.

וואס איז פשט אז ביי פעלים געפינט מען עס כנראה נאר ביי נחי הלמד, מגעפינט נישט גנבי מיט א יו"ד היחס.
ומזה הסקתי אז עס איז א תואר לעצמו און גארנישט קיין יחס. און די השלמת הלמ"ד איז מיט'ן אל"ף יו"ד צוזאמען. (ולאמתו של דבר מיטן יו"ד אליין, און די אל"ף ווערט געשריבן נאר למען הניקוד, אזוי ווי די פריערדיגע ברענגען ביים יחס ווי חשמונאי).

פארהוילן האט געשריבן:ולמעשה לפי דיין מהלך וויאזוי פארשטייסטו "צדיקאי"?

דאס האביך געפרעגט, און געזאגט אז כפארשטיי עס נישט

פארהוילן האט געשריבן:ולענין סאטמראי וכו' (מ'רעדט דאך אז מזאל אנעמען דאס פאר ריכטיג) איז דאך טאקע שווער אז ס'איז יא א יחס, ווי קומט דער אל"ף אריין?

כנ"ל פאר די ניקוד, ווייל די ארמישע יחס איז מיט א קמץ אדער פתח אויפן לעצטן אות און א יו"ד נראה (למאי דקי"ל שיו"ד בכה"ג נראה, אבל נודע מש"כ בשו"ת ששה זרעוני ערוגה והביאו מרן הח"ס בתשובה לענין גט שהוא נח).

פארהוילן האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן: לענין די ניקוד פונעם פשוטן יחס, איז דא א שמועס ביי חשמונאי, ושם מבואר בשערי תפלה להרז"ה ובסידור עבודת ישראל אז די ווערטער קומען גארנישט מיט קיין אל"ף און משרייבט נאר די אל"ף ווען משרייבט נישט קיין נקודות צו ווייזן אויפן פתח אדער קמץ. אזוי ווי ביי כדאי-כדי.

איך האב נישט נאכגעקוקט דארט. אבער לגבי "חשמונאי" וואלט מען רואיגערהייט אויך געקענט נוצן דיין (לויט מיין אדאפשאן) טעאריע, אז דאס איז א יחס פון "חשמונה" און דער אות נחה איז פארטוישט מיט א אל"ף

אויב מיינסטו א יו"ד היחס ע"ד העברי וואלט געדארפט זיין חשמונתי בתי"ו חרוקה במקום הה"א. און די וואס נעמען אהן אז עס קומט פון חשמונה זאגן אז עס איז א ארמישע יחס, ובחסרון היו"ד, ונחלקו בזה איך מנקדים בכה"ג, אם זכרוני לא כוזב לי.
פארהוילן האט געשריבן:ומ"ש שהעיקר הוא בלי פתח רק שמוסיפים להראות הניקוד - כ'זאג נאכאמאל כ'האב נישט יעצט נאכגעקוקט, נאר לפי זכרוני איז פארקערט אז עס קומט יא, און די מחסרים נוצן קיצור, און ווי כ'האב שוין דערמאנט, אז דער ירושלמי איז מלא פון אזעלכע קיצורים (עס איז דא גאנצע שמועסן איבער דעם ענין) - אבער איך זאג נאכאמאל איך האב נישט יעצט נאכגעקוקט.

העמער רעדן נאך וועסט נאכקוקן די שערי תפלה מיטן עבודת ישראל אויף חשמונאי

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג מאי 22, 2014 12:16 pm

פארהוילן האט געשריבן:און יעצט צום חלק הפשט. לא זכיתי להבין דבריך. ווען דו זאגסט "פלוני איז א פארשטענדליכער" האט עס גארנישט מיט "פארשטאנד"? אדער "פלוני איז א וויליאמסבורגער" האט עס גארנישט צו טון מיט "וויליאמסבורג"? אתמהה. א ודאי דער מענטש זעלבסט מוז נישט פונקט זיין אין "וויליאמסבורג" ער קען זיך פונקט יעצט געפינען אין מירון, אדער גאר וואוינען דארטן און ניטאמאל באטרעטן נאך אמאל דער באדן פון וויליאמסבורג במשך כל ימי חייו, אבער קלאר אז דאס "ווארט" האט צו טון מיט "וויליאמסבורג", און דער חלק "ווילאמסבורג" פון ווארט "וויליאמסבורגער" איז זיך מתייחס טאקע צו "וויליאמסבורג". און די זעלבע מיט "פארשטענדליך", דער "מענטש" זעלבסט איז נישט דער זאך "פארשטאנד" אבער דאס "ווארט" האט צו טון דערמיט.
און ממילא א ודאי "האלקי" (וויאזוי מען זאל דאס נאר פינטלען) איז א יחס פון "אלקים", דער מענטש טאקע איז נישט "אלקים" אבער דאס ווארט מיינט מען דעם באשעפער. ד.ה. דער מענטש האט אין זיך "אלקות". און קלאר אז עס איז קודש (איך רעד אויך נישט פון הלכה'דיגן חלק).

כווייס נישט וואס הייסט רעדן וועגן שם קדש וחול נישט פון הלכהדיגן שטאנדפונקט, אבער ע"פ הלכה איז איטשע כמעט זיכער גערעכט ווייל אויב מיינט מען נישט דעם באשעפער איז עס נישט קיין שם וממילא הוא חול.
(טראץ דעם וואס דער תשב"ץ איז מסופק אויף אין אלוק מבלעדי, און די פוסקים נעמען אן אז עס יא קדוש ע"פ א הוכחה פון א מסכת סופרים אויף א ענליכע פסוק)

פארהוילן האט געשריבן:און לגבי וואס דו שרייבסט
איטשע האט געשריבן:דער זעלבע איז אין חומש ״מלאכי אלהים״ מינט נישט מלאכים פונען אייבירשטען, און אלקים איז קודש, נאר ליבערשט ״געטליכע מלאכים״ און עס איז חול

דא איז שוין זיכער אז ס'איז קודש. ואסביר. אפילו לויט דיין הבנה אז "אלקי" וואס באציט זיך צום מענטש ממילא ווערט דאס חול, איז דאך דא גאנץ אנדערש, דער "מלאכי" איז דאך א סמוך צו "אלקים". וויאזוי דו וועסט דאס איבער טייטשן אויף יידיש צו "מלאכים פון גאט" צו "געטליכע מלאכים" איז דאס נאך אלץ אויף לשון קדש די זעלבע, אז "מלאכי" איז סמוך צום ווארט "אלקים" (ס'פארהאנען פארשידענע "סממיכות" א "בן שמונים" וואס מיינט ער איז אליינס די זאך, און אזוי ווי דא "מלאך האלקים" וואס ער איז נישט אליינס די זאך, בכל אופן), אויב אזוי איז דאך זיכער אז דאס גאנצע ווארט "אלקים" בלייבט די כוונה אויף באשעפער.

דאס האבעך דאך פריער געזאגט לענין איש האלקים, געבויעט אויף דעם אז עס איז קדש, אבער מסברא וואלט מען געקענט טייטשן די פסוקים אז ממיינט אז זיי זענען שייך צו ג-טליכקייט.
(דער אמת איז אז דער שם אלק איז נישט אלעמאל א שם במובן של שם פעל מלה, און אפילו אזוי איז עס קדש, ואין להאריך כאן, ויל"ע לפ"ז בכל הנ"ל).

רב טקסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג מאי 22, 2014 12:22 pm

פארהוילן האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:איש האלקים איז זיכער קדש, מלאכי אלקים דענק איך נישט כרגע

אבער לכאורה אז עס איז קדש איז עס טייטש דער מענטש פון ג-ט.

מה שלא שייך ביחס.

דאכט זיך מיר אז דיינע ווערטער זענען אין קורצן פון מיין פריערדיגע תגובה.
אבער "מה שלא שייך ביחס" איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל א יחס קען מיינען פארשידענס. ער פארמאגט אייגנשאפטן דערפון (יסודי), ער קומט פון דארט (עברי), ער קערט זיך אן אהין (בן הישראלית ואיש הישראלי האשה הישראלית), ועוד לפי הענין


דאס איז אלץ אליבא דאמת נאך די לעצטע ווערטער אין מיין פריערידגע תגובה, אז עס מוז נישט ממש זיין א שם אויף צו זיין קדש. אויב פארשטייט מען נישט אזוי קען קיין שום יחס נישט זיין קדש (די אלע סארט טייטשן וואס דו ברענגסט טוישט נישט די עצם טייטש פון די ווארט, אז אין יידיש וואלט מען געזאגט ג-טליך, עס זענען נאר עטליכע סבות פאר די יחס, נאר ווייל אין אונזערע שפראכן נוצט מען נישט די יחס פון ---ליך (אדער אנדערע אותיות וואס מיר נוצן פאר יחס) אויף אלע אופנים מוזן מיר עס טייטשן אין אונזערע שפראכן מיטן אריינלייגן גאנצע שמות דברים)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט