וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 19, 2017 9:40 am

בעאבאכטער האט געשריבן:
צרורות = "שטיינער" באלאנגט נישט אהער ס'איז נישט לשון קודש נאר לשון משנה.

כבוד הרב, תמחול לי אלף פעמים, "והכית בצור".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 19, 2017 10:50 am

איך הער, ייש"כ.
נישט געטראכט אז "צרור" "צרורות" אין משנה, איז אין אנדערע ווערטער "צורית" "צוריות"...

וועט מען אי"ה פרעגן דעם "הערוך" שפעטער, אויב האט איר עס ביי די האנט דאן ביטע שעהן קלעבט דאס אהער.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 19, 2017 11:25 am

אויף ותקח צפורה צר, זאגט רש"י, אבן חד.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 19, 2017 11:52 am

"אבן חד", נישט "אבן". והוא מלשון חוזק.
נישט אנדערש פון "צור", "חרבות צורים", "צור" חסיו בו.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג יולי 25, 2017 2:01 pm

farshlufen האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
צרורות = "שטיינער" באלאנגט נישט אהער ס'איז נישט לשון קודש נאר לשון משנה.

כבוד הרב, תמחול לי אלף פעמים, "והכית בצור".

לעניות דעתי, קען זיין אז ס'איז צוויי ווערטער, צור און צרור, צור מיינט א שטערקער, פעלזן שטיין אין דעם פסוק וואס דו ברענגסט, וואס דאס איז א שטארקע שטיין, צרור מאידך איז א לשון אבן בעלמא, (בדרך אפשר).
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג יולי 25, 2017 2:05 pm

וואס איז די חילוק פון "הרבה" אתכם, מיט "יוסיף" עליכם, - היינטיגע פרשה דברים.
די שאלה איז סיי אין הבנה און סיי אין יודיש טייטש.
לכאו' אין הבנה מיינט הרבה - אסאך, יוסיף מיינט - מער, (נישט דווקא אסאך).
אבער ווי אזוי טייטשט זיך דאס.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג יולי 25, 2017 2:26 pm

עי' תרגום

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג יולי 25, 2017 2:57 pm

לא הבנתי מה כוונתך,
תכל'ס ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש די צוויי ווערטער אין פסוק
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דינסטאג יולי 25, 2017 3:53 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון "הרבה" אתכם, מיט "יוסיף" עליכם, - היינטיגע פרשה דברים.
די שאלה איז סיי אין הבנה און סיי אין יודיש טייטש.
לכאו' אין הבנה מיינט הרבה - אסאך, יוסיף מיינט - מער, (נישט דווקא אסאך).
אבער ווי אזוי טייטשט זיך דאס.

''הרבה אתכם'' איז טייטש: דער אייבישטער האט ענק געמאכט פאר 'פיל', (פיל מיינט 'אסאך').
''יוסף ה' עליכם'' איז טייטש: דער אייבערשטער זאל 'פארמערן' אויף ענק.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יולי 25, 2017 10:34 pm

גין-גאלד האט געשריבן:
קוגל מאכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון "הרבה" אתכם, מיט "יוסיף" עליכם, - היינטיגע פרשה דברים.
די שאלה איז סיי אין הבנה און סיי אין יודיש טייטש.
לכאו' אין הבנה מיינט הרבה - אסאך, יוסיף מיינט - מער, (נישט דווקא אסאך).
אבער ווי אזוי טייטשט זיך דאס.

''הרבה אתכם'' איז טייטש: דער אייבישטער האט ענק געמאכט פאר 'פיל', (פיל מיינט 'אסאך').
''יוסף ה' עליכם'' איז טייטש: דער אייבערשטער זאל 'פארמערן' אויף ענק.

זייער גוט גע'מסביר'ט, איך וויל נאר פרעגן אויב עס וואלט אויך געקענט שטיין הרבה עליכם און יוסף אתכם, לכאורה דאכט זיך אז נישט, ווייל הרבה מיינט מען נעמט די זאך און מען פארמערט די זאך אליינס, יוסף מיינט אז מען לייגט צו צו די זאך.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך יולי 26, 2017 7:12 am

בעאבאכטער האט געשריבן:ריכטיג, "עם זו יצרתי" וכו',
איך האב געמיינט צו טרעפן דעם מכנה משותף בשורש, און ס'איז לכאורה דא.

א שיינע שמועס פאר בין 'המצרים'.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » מיטוואך יולי 26, 2017 9:23 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
גין-גאלד האט געשריבן:
קוגל מאכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון "הרבה" אתכם, מיט "יוסיף" עליכם, - היינטיגע פרשה דברים.
די שאלה איז סיי אין הבנה און סיי אין יודיש טייטש.
לכאו' אין הבנה מיינט הרבה - אסאך, יוסיף מיינט - מער, (נישט דווקא אסאך).
אבער ווי אזוי טייטשט זיך דאס.

''הרבה אתכם'' איז טייטש: דער אייבישטער האט ענק געמאכט פאר 'פיל', (פיל מיינט 'אסאך').
''יוסף ה' עליכם'' איז טייטש: דער אייבערשטער זאל 'פארמערן' אויף ענק.

זייער גוט גע'מסביר'ט, איך וויל נאר פרעגן אויב עס וואלט אויך געקענט שטיין הרבה עליכם און יוסף אתכם, לכאורה דאכט זיך אז נישט, ווייל הרבה מיינט מען נעמט די זאך און מען פארמערט די זאך אליינס, יוסף מיינט אז מען לייגט צו צו די זאך.

;l;p-
אויסגעצייכנט. אייוועלט פארמאגט אויסגעצייכנטע שרייבערס אויף א הויכן לעוול.
יישר כוח.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:53 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון "הרבה" אתכם, מיט "יוסף" עליכם, - היינטיגע פרשה דברים.
די שאלה איז סיי אין הבנה און סיי אין יודיש טייטש.
לכאו' אין הבנה מיינט הרבה - אסאך, יוסיף מיינט - מער, (נישט דווקא אסאך).
אבער ווי אזוי טייטשט זיך דאס.

בעאבאכטער האט געשריבן:עי' תרגום

קוגל מאכער האט געשריבן:לא הבנתי מה כוונתך,
תכל'ס [תכלית(?)] ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש די צוויי ווערטער אין פסוק

ער האט לכאורה געמיינט דאס וואס דער תרגום שרייבט אויף הרבה אתכם: 'אסגי יתכון'.
וואס דאס מיינט אויך 'פיל', און נישט 'מער'.

אגב, איז דא נאך א פשוט'ע חילוק צווישן 'הרבה אתכם' און 'יוסף עליכם'. ווייל הרבה אתכם גייט ארויף אויפן עבר, ווידעראום יוסף עליכם אויף להבא.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:00 pm

יוסף מיינט פארמערן אויף עפעס וואס איז שוין דא דווקא.
    הרבה קען מיינען אפילו ווען דערווייל איז גארנישט דא.
    סייג לחכמה שתיקה....

    אוועטאר
    קלאָצקאָפּ
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 333
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

    תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:12 pm

    הוספה באדייט צולייגן
    אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

    אוועטאר
    קוגל מאכער
    שר מאה
    תגובות: 137
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

    וואס איז טייטש?

    תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 5:15 pm

    וואס איז טייטש? נוגש, און וואס איז טייטש שוטר???

    מיר קוקט אויס נוגש= באצווינגער. שוטר = פאליציי.
    אויב אייער רבי האט אנדערש געטייטשט, לאזט מיר וויסן.
    טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

    אוועטאר
    קוגל מאכער
    שר מאה
    תגובות: 137
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

    א ווייב אדער א פרוי ???

    תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 6:05 pm

    ווייסט איינער אויב ס'איז דא א חילוק צווישן די ווארט ווייב מיט די ווארט פרוי ? אדער ס'איז אלעס איינס [אפשר איז דא א חילוק צווישן א פארהייראטע מיט נישט, וצ"ע]
    טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

    אוועטאר
    קלאָצקאָפּ
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 333
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

    תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:56 pm

    קוגל מאכער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ס'איז דא א חילוק צווישן די ווארט ווייב מיט די ווארט פרוי ? אדער ס'איז אלעס איינס [אפשר איז דא א חילוק צווישן א פארהייראטע מיט נישט, וצ"ע]

    ווייב נוצט מען נאר ווען מען רעדט לגבי דעם מאן. (פונקט ווי איר וועט נישט פרעגן צו ס'איז דא א חילוק צווישן 'זון' און 'אינגל'.)
    ביטע נישט רעאגירן אז א זון קען זיין א יונגערמאן אויך...
    אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

    וויל זיין גוט
    שר חמש מאות
    תגובות: 695
    זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

    תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:14 pm

    קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
    קוגל מאכער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ס'איז דא א חילוק צווישן די ווארט ווייב מיט די ווארט פרוי ? אדער ס'איז אלעס איינס [אפשר איז דא א חילוק צווישן א פארהייראטע מיט נישט, וצ"ע]

    ווייב נוצט מען נאר ווען מען רעדט לגבי דעם מאן. (פונקט ווי איר וועט נישט פרעגן צו ס'איז דא א חילוק צווישן 'זון' און 'אינגל'.)
    ביטע נישט רעאגירן אז א זון קען זיין א יונגערמאן אויך...

    לכאורה האט עס מיט אמאל און היינט, איך מיין אז דער אויסדריק 'יענעמס פרוי' ווערט פיל גענוצט אין אלטע שרייב ווערק, און פון צווייטן זייט, איז א שוהל פאר נקבות א 'ווייבער שוהל' נישט א פרויען שוהל.

    אבער אין די היינטיגע שפראך, ווערט מער גענוצט פרויען אויף כלליות, און ווייב לגבי מאן, ווייל היינט שרייבט מען למשל: פרויען אריינגאנג, אדער אסיפה פאר פרויען, מה שאין כן, קיינער וועט היינט נישט זאגן מיין פרוי אדער יענעמס פרוי, נאר ווייב.
    א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

    אוועטאר
    קלאָצקאָפּ
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 333
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

    תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:50 pm

    וויל זיין גוט האט געשריבן:
    קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
    קוגל מאכער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ס'איז דא א חילוק צווישן די ווארט ווייב מיט די ווארט פרוי ? אדער ס'איז אלעס איינס [אפשר איז דא א חילוק צווישן א פארהייראטע מיט נישט, וצ"ע]

    ווייב נוצט מען נאר ווען מען רעדט לגבי דעם מאן. (פונקט ווי איר וועט נישט פרעגן צו ס'איז דא א חילוק צווישן 'זון' און 'אינגל'.)
    ביטע נישט רעאגירן אז א זון קען זיין א יונגערמאן אויך...

    לכאורה האט עס מיט אמאל און היינט, איך מיין אז דער אויסדריק 'יענעמס פרוי' ווערט פיל גענוצט אין אלטע שרייב ווערק, און פון צווייטן זייט, איז א שוהל פאר נקבות א 'ווייבער שוהל' נישט א פרויען שוהל.

    אבער אין די היינטיגע שפראך, ווערט מער גענוצט פרויען אויף כלליות, און ווייב לגבי מאן, ווייל היינט שרייבט מען למשל: פרויען אריינגאנג, אדער אסיפה פאר פרויען, מה שאין כן, קיינער וועט היינט נישט זאגן מיין פרוי אדער יענעמס פרוי, נאר ווייב.

    א ווייב ווערט אייביג נאר גענוצט לגבי דעם מאן, און מען קען דעריבער נישט זאגן "א ווייב", פונקט ווי מ'קען נישט זאגן "א זון".

    די ווערטער: זון, טאכטער, טאטע, מאמע, פעטער, מומע,ווייב, מאן (אין איין זין), וכדו' ווערן גענוצט ארויסצוברענגען די קירבות פון איין פערזאן צום צווייטן.

    ווייבער שול איז טאקע א קשיא, און איז ווארשיינליך א טעות.

    אבער "גרונמ'ס פרוי" קען מען נאך הערן היינט אויך און ס'איז נישט גרייזיג פונקט ווי "גרונמ'ס אינגל", ווייל דאס ברענגט נישט ארויס די קירבות, נאר אז ס'איז זיין אייגנטום, און עס איז פונקט ווי "גרונמ'ס רעקל".
    אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

    אוועטאר
    מיסטעריעז
    שר ששת אלפים
    תגובות: 6025
    זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

    תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:24 am

    ווייבער שוהל איז קיין טעות, אמאל פלעגן נאר פארהייראטע פרויען קומען אין שוהל.
    וואו איז דָוִי?

    אוועטאר
    טראבל מעיקער
    שר האלף
    תגובות: 1583
    זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
    לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

    תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:42 am

    נוגש מיינט א דיקטאטור.

    קאוד: וועל אויס אלע

    "נוגש" הוא כינוי למלכי אשור ובבל שהגלו את ישראל מארצם, כפי המובא בספר ישעיה: "ונשאת המשל על מלך בבל ואמרת איך שבת נוגש".
    מ'טאר נישט זיין קליינקעפיג, אין אויב ביסטו יא דאן האלט עס אין בויך.

    אוועטאר
    קוגל מאכער
    שר מאה
    תגובות: 137
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

    תגובהדורך קוגל מאכער » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:20 am

    טראבל מעיקער האט געשריבן:נוגש מיינט א דיקטאטור.

    קאוד: וועל אויס אלע

    "נוגש" הוא כינוי למלכי אשור ובבל שהגלו את ישראל מארצם, כפי המובא בספר ישעיה: "ונשאת המשל על מלך בבל ואמרת איך שבת נוגש".

    במחילת כבוד תורתו, ביי מיר אין חומש שטייט "ויצו פרעה ביום ההוא, את הנוגשים בעם ואת שוטריו לאמר", אסאך פריער פון דעם.
    טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

    אוועטאר
    גין-גאלד
    שר מאה
    תגובות: 145
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
    לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

    תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:39 am

    קוגל מאכער האט געשריבן:
    טראבל מעיקער האט געשריבן:נוגש מיינט א דיקטאטור.

    קאוד: וועל אויס אלע

    "נוגש" הוא כינוי למלכי אשור ובבל שהגלו את ישראל מארצם, כפי המובא בספר ישעיה: "ונשאת המשל על מלך בבל ואמרת איך שבת נוגש".

    במחילת כבוד תורתו, ביי מיר אין חומש שטייט "ויצו פרעה ביום ההוא, את הנוגשים בעם ואת שוטריו לאמר", אסאך פריער פון דעם.

    קוגל מאכער, וואס פארשטייסטו נישט. ער ברענגט דיר א מקור פון א צווייטע פסוק אין נ''ך, ווי דארט זעהט מען אז נוגש מיינט א דיקטאטור.
    דיקטאטור באדייט, אזא איינער וואס מ'מוז אים אויספאלגן אלעס וואס ער הייסט. דאכט זיך מיר אז אויף אידיש איז דא עפעס א ווארט דערויף,
    קען איך מיר נישט דערמאנען אויף די מינוט, ''דערפאלגער'',''פארפאלגער'' , אזא מין ווארט בערך.
    האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

    אוועטאר
    farshlufen
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 18095
    זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
    לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

    תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:36 pm

    מלשון "לא יגוש את רעהו" ענין "לחץ".
    סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


    צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

    ווער איז אונליין

    באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט