Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אוקטובר 26, 2009 8:48 am

פעל ועשה זענען שמות נרדפים אויף די זעלבע פעולה/אקט/טאט/מעשה/ווערק

אין היינטיגן חק האבן מיר געלערנט מי פעל ועשה וגו' (ישעיה מ"א).

Advertisement

דינסטאג אוקטובר 27, 2009 1:35 am

israel האט געשריבן:וואס מיינט אָנגעזאָלעט

אָנגעזאָלעט אויפן האַרצן, מאַכט מען אַ לחיים.

אױפֿן האַרצן איז אים געװען אָנגעזאָלעט ביז גאָר.

"אָנגעזאָלעט" מיינט "טרויעריק", "אומעטיק", "אין שלעכטער שטימונג".

מיטוואך נובמבר 04, 2009 9:45 am

אונזער באליבטער הירשל ציג ברעגנט דעם פאלגענדען פאלקס-ליד-גראם, וואס איך ציטיר, און דערנאך מיינע פראגען:
אלה תולדות נח,
פֿון בראנפען קריגט מען כח,
אַ גלעזעלע ווייַן איז דער עיקר,
פֿון בראָנפען ווערט מען שכּור.

אבֿ איז א פֿאָטער,
קדר איז א טאָטער,
אַ טאָטער איז א קדר,
בגדים זענען קליידער,

קליידער זענען בגדים,
רויט איז אדום,
אדום איז רויט,
לחם איז ברויט,

ברויט איז לחם,
טראַכט הייסט רחם,
רחם איז טראכט,
שמונה איז אַכט,

אַכט איז שמונה,
אַ טויב הייסט יונה,
יונה איז אַ טויב,
מצנפת איז אַ הויב,

אַ הויב איז מצנפת,
אַ שטאַל הייסט רפת,
רפת איז א שטאַל,
מרה איז א גאַל,

אַ גאַל הייסט מרה,
אַ קו הייסט פרה,
פרה איז אַ קו,
בֹקר איז אין דער פֿרי,

אין דער פֿרי איז בֹקר,
טייַער הייסט יוקר,
יוקר איז טייַער,
אש איז פֿייַער,

פֿייער איז אש,
בשר איז פֿלייש,
פֿלייש איז בשר,
חזיר איז אָסור,

אָסור איז חזיר,
מים איז וואַסער,
וואַסער איז מים,
לאָמיר ביידע טרינקען לחיים


איך רעד שוין נישט אז דער ליד איז פוסט און וויסט אן קיין שום תוכן, עס האט נישט דאס מינדענסטע באדייט, אבער דאס וועלן מיר לאזן פארן אשכול איבער פאלקס-לידער, דא ברויך מען דערגיין, די פאר ווערטער וואס איז מיר ווילד-פרעמד;

1) קדר איז א טאָטער
2) רחם איז א טראכט - [עפ"י פשטות חשבתי ש'טראכטער' הוא משפך/FUNNEL ע"כ רחמה של אשה דומה לזה ואכמ"ל]
3) מצנפת איז א הויב

מיטוואך נובמבר 04, 2009 9:48 am

#3 א "הויב" אדער "הייבל" דאס איז א סארט טיכל כמו טורבאן.

מיטוואך נובמבר 04, 2009 12:35 pm

איך געדענק אויך דעם טייטש פון חדר אז "רחם" איז א טראכט.
און דאס אז קדר איז א טאטער איז אויך אן אלטער טייטש. זע אינעם ספר "יון מצולה" פון נתן נטע האנאווער, ווי ער באשרייבט דעם אויפשטאנד פון באגדאן כמעלניצקי, און די שרעקליכע פאגראמען פון ת"ח ות"ט. דארט רופט ער אן די טאטערן (עס איז א נאמען פון א פאלק. אויף זייער נאמען איז אנגערופן דער רוסישער פראווינץ "טאטארסטאן") מיטן נאמען "קדרים".
עס איז באזירט אויפ'ן לשון אין אנהייב שיר השירים "כאהלי קדר" וואס ווערט געטייטשט אלס וואנדערנדע בעדואינער וואס זענען פארשווארצט ווי טעפ. דאכט זיך אז די טאטערן זענען אויך געווען האלב ציגאנערישע וואנדערער (זיי זענען אפשטאמיגע פון די מאנגאלן וואס האבן זיך אריינגעריסן אין גאנץ אייראפע אין די צייטן פון דזשינדזשיס חאן, און די אונגארישע שטאמען אגב אויך פון זיי), אדער איז זייער פארב אויך שווארץ. אינטערעסאנט איז וואס סיי די טאטערן און סיי די אונגארישע האבן באקומען אין די אלטע ספרים א נאמען פון די בני-ישמעאל. די אונגארישע האבן געהאט דעם צונאמען "הגריים", ד.ה. די קינדער פון הגר [פון לשון אין תהלים ווי עס ווערן דערמאנט די פעלקער "מואב והגרים"]. קען זיין אז מען האט זיך באצויגן צו די מאנגאלן אלס בני-ישמעאל. אדער האבן זיי ביידע איינפאך געהאט באזונדערע סיבות פארוואס זיי האבן זוכה געווען צו דעם נאמען. די טאטערן צוליב אן ענליכע אייגנשאפט ווי די בעדואינער, און די אונגארישע צוליב דער ענליכקייט אינעם נאמען פון "אונגארן" צו "הגר".  

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 9:42 am

אה, אז מיר האבן זוכה געווען צו נאך א תוכן'פולע תגובה פון אונזער פראפעסאר און לערער דער געערטער יידישיסט, איז דאך אלעס ווערט געווען, ובפרט אין זיינע קענטעניסען בתולדות אומה ולשון וואס מיר האבן שוין אסאך געהערט פון אים זייענדיג דער גרויסער ידען אין די ענינים, יישר כחך!

למעשה האבן מיר געכאפט דעם 'טאָטער'!, אזא אויסדרוק פלעג מען הערן ביינונז, ווער איך יעצט געווער אז דאס איז על שם א געוויסע פאלק (קדרים) פון 'טאטארסטאן' (די גאנצע 'סטאן' אין דעם געגנט ברויכט איר מאריך זיין דאס זענען געווענליך פון די סאוועיטן-פארבאנד לענדער אדער אביסל אהינציר ביי פאקיסטאן, אפגאניסטאן).

ווידער א 'הויב' פאר א טורבאן האב איך אויך קיינמאל געהערט, טענקס פארשלאפן.

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:30 pm

מצנפת איז אַ הויב
אין חומש טייטש בית יהודה פרשת תצוה והיה על המצנפת, טייטשט ער אויף דער הויב. דאס איז אן אלטן יידיש.
אין פרשת ויצא ויפתח ה' את רחמה, טייטשט ער און האט געעפענט איר טראכט. דער מקור פון דעם איז מסתמא ווייל טראכט מיינט אויך א לבוש א קלייד, (היינט מען ניצט נישט דאס ווארט צו דעם), און דער רחם איז א לבוש פאר דעם קינד.
אין אנהייב פון דעם ליד פעלט: פאטער איז אן אב.

די גראמען פון דעם ליד דארפן זיין אזוי:
אלה תולדות נח,
פֿון בראנפען קריגט מען כח,
אַ גלעזעלע ווייַן איז דער עיקר,
פֿון בראָנפען ווערט מען שכּור.

אבֿ איז א פֿאָטער,
א פאטער איז אן אב,
קדר איז א טאָטער,
אַ טאָטער איז א קדר,


בגדים זענען קליידער,
קליידער זענען בגדים,
רויט איז אדום,
אדום איז רויט,

לחם איז ברויט,
ברויט איז לחם,
טראַכט הייסט רחם,
רחם איז טראכט,

שמונה איז אַכט,
אַכט איז שמונה,
אַ טויב הייסט יונה,
יונה איז אַ טויב,

מצנפת איז אַ הויב,
אַ הויב איז מצנפת,
אַ שטאַל הייסט רפת,
רפת איז א שטאַל,

מרה איז א גאַל,
אַ גאַל הייסט מרה,
אַ קו הייסט פרה,
פרה איז אַ קו,

בֹקר איז אין דער פֿרי,
אין דער פֿרי איז בֹקר,
טייַער הייסט יוקר,
יוקר איז טייַער,

אש איז פֿייַער,
פֿייער איז אש,
בשר איז פֿלייש,
פֿלייש איז בשר,

חזיר איז אָסור,
אָסור איז חזיר,
מים איז וואַסער,
וואַסער איז מים,

לאָמיר ביידע טרינקען לחיים.
לעצט פאראכטן דורך israel אום דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 3:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:32 pm

אגב רב מיללער, דעם ליד האב איך געהערט כמה פעמים פון מיין באבע זז"ג עמו"ש.

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:35 pm

וואס מיינט פונקט באגינען

באגינען ביי פרעה.

און אין דעם ליד:
איך וועל דיר זינגען — פֿון דײַן שוסטערל:
גייט אַ שוסטערל אין וועג באַגינען,
שוסטערל, מײַן שוסטערל, וווּ גייסטו?

און אין דעם ליד:
און אויף די גרינע צווייגן
צוויי פֿייגל שפּילן געזאַנג
אַיין פֿויגל זינגט בּאַגינען
דער צווייטער אין זונפֿאַרגאַנג
לעצט פאראכטן דורך israel אום דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:47 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:38 pm

"באגינען" באדייט גאר אינדערפרי ביים עלות.

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:39 pm

אזוי ווי BEGINING / אנהייב, פרימארגן

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 3:20 pm

יישר כח ר' פארשלאפן

צי דאס ווארט איז א באנוצט ווארט, צו נאר א ליטעראריש ווארט.

דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 4:04 pm

עס איז ארויס פון באנוץ אינאיינעם מיט די צייט דערפון (ווער שטייט נאך היינט אויף אין בעגינען?)

פרייטאג נובמבר 06, 2009 7:10 am

קרעמער, ראויין הדברים...

מאנטאג נובמבר 09, 2009 3:35 am

איך ווייס נישט וואס טוטצאך אין ניו-יארק, אבער דא אין ירושלים ס'דא אסאך מניני ותיקין, ביי די ליטוואקעס און ביי די ברעסלעווערס. (ווי דער בעל שם הקדוש פלעגט דאווענען)
היינט למעשה מען נוצט פארטאגס צו זאגן זייער אינדערפרי. און ווען רעדט מען וועגן תפילה פאר ותיקין ניצט מען תרח'ס מנין.

מאנטאג נובמבר 09, 2009 3:37 am

וואס מיינט פריענדיקע:
עס הייסט דרום (= דעריבער) שמונה עשרה ווייל עס איז דא אין איר אכצן ברכות. און די צייט פון די פריענדיקע תפלה איז ביז א דריטל טאג, און אז ער האט עובר געווען דעם זמן קען ער דאווענען ביז שעה צוועלף, אבער נאך צוועלף איז שוין פארפאלן. (קיצור שולחן ערוך אויף יידיש)

מאנטאג נובמבר 09, 2009 6:05 am

פרי'ענדיקע = די תפילה "פון צופרי"

דינסטאג נובמבר 10, 2009 5:19 am

יישר כח ר' קרעמער.
אינטרעסאנט ווי אזוי איך האב נישט גטראכט אויף דעם.
אלעמאל נאך וואס מ'ווייסט, מ'וואונדערט זיך, ווי אזוי איך האב נישט געוואוסט?

דינסטאג נובמבר 10, 2009 8:54 am

What does FRANKLY mean?

עס קוקט מיר אויס א גוטע ווארט, איך וויל עס אנהייבן נוצן..

דינסטאג נובמבר 10, 2009 10:58 am

האסט שוין געהערט דעם אויסדרוק "פראנק" און פריי?

–adverb
in a frank manner; freely; candidly; openly; plainly: He presented his arguments frankly and objectively.

ביי אונז זאגט מען עס "אפן און גראב".

דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:07 am

אזויווי קרעמער זאגט, זאגן איינעם אפן אין פנים עפעס וואס קען מאכן איינעם אביסל אומבאקוועם - קען זיין אפי' דער זאגער אליינס.
(Honest, especially in an manner that seems slightly blunt. (WIKI.

דער אויסדרוק "פראנק" און פריי האט אויך א שייכות?

דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:10 am

דאס איז דאך היינו הך.

זונטאג דצמבר 20, 2009 7:21 am

פייש קרויז האט געשריבן:איך זוך א פירוש אויפ'ן ווארט, פארשלימערט. אויפ'ן היינטיגן אידיש.
די כוונה פון ווארט קען מען זען דא http://www.dict.cc/?s=verschlimmert&fai ... rschlimert

farshlufen האט געשריבן:אינטערעסאנט, ווייל איך וואלט געזאגט אז "פארשלימערט" אלס impaired איז גענצליך אידיש "פאר'שלימ'ערט פון לשון שלומיאל-שלומזל.

השתא דאתינא להכא קאן גאר זיין אז דער גאנצער "שלימזל" איז א פארדרייטקייט פון דויטש.

קוקענדיג דא זע איך מיין השערה אלס לכאורה ריכטיג, דאס האט מיר מתרץ געווען אסאך אלטע תמיות.

דער בלשן האט זיך געשטעלט אויפן שלימיא-ל, ער פארט גאנץ גוט אבער זיינע דמיונות ווי אזוי פון שלימזל איז געווארן "שלימיאל" איז ריינע פאנטאזיעס, לית דין צריך בושש אז ישראל קדושים נישט וועלנדיג ארויס זאגן דעם ווארט "שלימזל" אויף א איד, האבן זיי עס פארדרייט אויף א נאמען פון תנ"ך אלס לשון סגי נהור.

ווי אויך דאס אז עס האט מיט ענגלישן slim איז מיר א חידוש, ווייל מען נוצט עס נישט די זעלבע.

דינסטאג דצמבר 22, 2009 3:37 am

אין פלוג
אויף דער ווארענונג פון דער תורה "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" זאגן אונזערע חכמים ז"ל – זו המינות. אין פלוג (= לכאורה) איז דאס גאנץ אומפארשטענדלעך.
א. אין פלוג מ'שרייבט מיט א דגש אזוי אין פּלוג, אדער אן א דגש אזוי אין פלוג.
ב. פון וואנען שטאמט דאס ווארט.

דינסטאג דצמבר 22, 2009 6:01 am

מען שרייבט דאס אן א דגש (פינטעלע).
שרייב א תגובה

Advertisement