וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

וואס באדייט די ווארט?

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג מארטש 27, 2007 7:13 am

"ליגע"

אדער אין ענגליש:


league

יישר כח למפרע
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מארטש 27, 2007 8:57 am

מאנגאלישער ראש הקהל;

נאדיר די אפטייטש פון ליגע: A league (Mongolian: Чуулга chuulghan or Аймаг aimag; Chinese: 盟, pinyin: méng) is an administrative unit in Inner Mongolia, People's Republic of China.

Leagues have existed since the Qing Dynasty as a level of government. The head of a league was chosen from jasagh or sula of the banners belonging to it. The original six leagues were Jirim, Juu Uda, Josutu, Xilingol, Ulaan Chab, and Yeke Juu. More were added in the subsequent centuries.

א געלעכטער אין א זייט, די היינטיגע אפטייטש פון ליגע איז 'אסאסיאציע', מען נוצט עס זייער שטארק ביי ספארטס (צ.ב. ביי בעיסבאלל איז דא אין אמעריקע צוויי ליג'ס, וואס איטליכע פון זיי האבן מערערע טיעם'ס אונטער זיך, אין אלע אין איין ליג האבן די זעלבע ראלל'ס, און פון די אנדערע האבן אויך אלע די זעלבע ראלל'ס, אבער די ראלל'ס זענען נישט די זעלבע ביי איין ליג ווי די אנדערע), ווי אויך ביי פאליטיק ווערן שירעם ארגענעזאציע'ס אנגערופן מיטן נאמען 'ליגע'.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 27, 2007 3:29 pm

צוצוענדיגן יאנאש'ס רייד: צב"ש די אראבישע ליגע, אדער די פעלקער ליגע (די פארגייער פונעם היינטיגן יו.ען.)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מארטש 27, 2007 3:42 pm

גראדע קלער איך איצט אז עס ווערט גענוצט ווען מען וויל באצייכענען א געוויסע גרופע מענטשן, ווי למשל 'די זענען פון די שטאפענע היטן ליגע', איך ווייס אז די ווערטער ווערן קיינמאל נישט באנוצט אבער דאס איז נאר ארויסצוברענגן די פוינט, עס ווערט יא גענוצט אין א פאל איך שמועס איבער א געוויסע שידוך וואס איז פון א משפחה וואס איז אויף א העכערע מדרגה פון מיר (נישטא אזאנס אבער לדוגמה איז עס גוט) קען זיך יענער אויסדריקן (אויף ענגליש זאגט זיך עס בעסער) 'דיס איז וועי אוט אפפ יור ליג'.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

וואס מיינט די ווארט?

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 09, 2007 10:56 pm

די אשכול קען ווערן אזא סארט פראגע און ענטפער אשכול אויף הונדערטער ווערטער.

-----

איך האב זיך אנגעשטאלפערט אין א ווארט וואס איך פארשטיי נישט איר באדייט:

זייאר"ה!

פילייכט איז דאס אראביש, דער מכוין דערפון איז "עלייה לרגל" אדער איז דאס א נאמען פון א געוויסע סארט יום טוב וואס מען פלעגט פייערן ביי די ספרדישע געמיינדעס.

אין כף החיים שרייבט ער אין הל' נשיאות כפים "כהן ירושלמי שמתפלל בירושלים עם בני חו"ל שבאו לזייארה"

א זוכעניש אין תקליטור תורני האט מיר געפונען צוויי פלעצער וואו דאס ווארט ווערט דערמאנט אין בן איש חי (ביידע אין פרשת ראה):

1) הנודר לדור בארץ ישראל בזמן הזה ג"כ נקרא נדר מצוה ואין מתירין לו אלא מדחק, והוא הדין בנודר לעלות לזייאר"ה לארץ ישראל תובב"א נחשב נדר מצוה כו'.

2) אשה נדרה שבכל ימי עבור שלה תדליק בידה נר בבית הכנסת כו' גם עוד רוצה לילך לזייאר"ה בספינה כו'.

וואס איז פשט דערפון?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך יולי 11, 2007 4:48 am

קרעמער, "זייארה" (زيارة) אויף אראביש מיינט "באזוך" און אזוי האבן די ספרדישע אידן גערופן צו "עליה לרגל" צו די הייליקע ערטער (צום ביישפיל די קברי צדיקים).

חיד"א אין זיין ספר "שם הגדולים" ניצט עס אויך:

"פרי תואר חיבר הרב המופלא ח"ק מהר"ח ן' עטר על י"ד ומשיג על הרב פר"ח. ואני זכיתי בילדותי לילך עם הרב הנז' וכל בני ישיבתו לעשות זייאר"ה על מצבת הצדיקים שבעה"ק ירושלים ת"ו. וכבואנו למצבת הרב פר"ח ראינו להרב הנז' שנשאר יחידי על מצבתו כמו רביע שעה ורחושי מרחשן שפוותיה, והבננו דהיה שואל מחילה ואומר כי לש"ש נתכוון וכיוצא".
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 11, 2007 12:00 pm

יישר כח ערנסטער, איך האב דאך געוואוסט אז איך האב זיך צו וועמען צו ווענדן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 12, 2007 3:05 am

א גוטער געדאנק קרעמער, און נאך בעסער אז ערענסטר האט אויף אלעם אן ענטפער.

איך וויל שוין לאנג וויסן וואס מיינט דער ווארט שי"ט? רש"י הק' נוצט עס ביי ויהס כלב את העם אין פארשת שלח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג יולי 12, 2007 4:52 am

שוועמל האט געשריבן:א גוטער געדאנק קרעמער, און נאך בעסער אז ערענסטר האט אויף אלעם אן ענטפער.

מאכסט מיר ווערן רויט... :wink:

שוועמל האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג וויסן וואס מיינט דער ווארט שי"ט? רש"י הק' נוצט עס ביי ויהס כלב את העם אין פארשת שלח

א וואו?

רש"י האט געשריבן:(ל) ויהס כלב - השתיק את כולם:
אל משה - לשמוע מה שידבר במשה. צווח ואמר וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם. השומע היה סובור שבא לספר בגנותו, מתוך שהיה בלבם על משה בשביל דברי המרגלים. שתקו כולם לשמוע גנותו, אמר והלא קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו:
עלה נעלה - אפילו בשמים והוא אומר עשו סולמות ועלו שם נצליח בכל דבריו:
ויהס - לשון שתיקה, וכן (זכריה ב, יז) הס כל בשר, (עמוס ו, י) הס כי לא להזכיר. כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר הס:


אדער אפשר איך נאך א מאל כאפ נישט עפעס אין אמעריקאנישן הומאר, וואס איז פארבונדן מיט די ... ע... כל מיני אסאציאציעס מיטן ווארט 'שי"ט' ? :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 12, 2007 12:07 pm

א ספאנטאן ווארט שטיל צו מאכן קען זיין
שאח
שאחאחאחאחאחאחאח
שששששאחאחאחאחאחאחאחאחאח

שיט, איז א קורצער אבער שארפער אפשלאג. גלייכער צו "שווייג" !

און פארוואס זאגט מען אויב עפעס האט זיך אויסגעגאסן
עס האט זיך אויסגעשיט !
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 12, 2007 11:23 pm

ערנסטער כתב:
ויהס - לשון שתיקה, וכן (זכריה ב, יז) הס כל בשר, (עמוס ו, י) הס כי לא להזכיר. כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר הס:

אין מיין חומש אין המאור און אזוי אויך אין אלע אלטע חומשים שטייט: "אומר שי"ט"
קען זיין אין די איזראעלישע אויסגאבעס האט מען דאס במכוון טראנספארמירט צו מער אן העברעאישן ווארט כדי שירוץ הקורא, כדרך ווי זיי האבן איבערגעטייטש אלע לעז"ים אויף העברעאיש. און איבערגעטייטשט צאינה וראינה אויף העברעאיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » פרייטאג יולי 13, 2007 9:01 am

שוועמל,

דיין חתימה "KEEP BACK 200 FEET" קומט זייער אין פלאץ נאך דיינע לעצטע ווערטער :oops:

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג יולי 13, 2007 9:50 am

שוועמל, דיין שפראך איז אביסעל געדעכט, אפשר רעדסטו מער שיטער?
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג יולי 13, 2007 10:59 am

אזויווי נפתלי צירלזאהן און Monticello זענען גערעכט מיט זייערע הערות, האבן מיר מתקן געווען שוועמל'ס תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יולי 13, 2007 1:09 pm

זייער גוט האט איר געטוען קרעטשמער, און סארי פאר אלע אנדערע כאף כאב נישט מקלקל געווען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג יולי 13, 2007 2:32 pm

נפתלי, האסט מיך געמאכט שמייכלן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 15, 2007 1:47 pm

מיללער כתב בחדר הספורט בין שאר דברים:

ארלעדיגט? געגאנגען, יאללא, היידא, באמאס!


ע"ז תמה הרב נפתלי צירלזון:

וואס מיינט דאס "באמאס"? מיינסט צו זאגן אז נאר די 'באמעס' זענען פאראינטרעסירט אין די שפילערייען?... אויב אזוי איז שווער היידא ויאללא למה לי?...


והשיב מיללער:

נפתלי, 'באמאס' איז גיימיר אויף ספאניש.


בא מעסטרמיינד ושאל במתק לשונו:

מיללער, באמאס אדער באמוס?בבחינת זו zoo?


ומיללער פירוש את דבריו בתשובותו הקצרה:

באחמאטס.


וע"פ שאלת מאשקע הבאתי את כל השקלא וטריא באשכול הזה לחובבי לשון בכל לשן לחישותא. תבא עליו ברכה

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 15, 2007 2:06 pm

תבא עליך ברכה.
אשרי יולדתך.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג יולי 16, 2007 12:36 am

ואשרי בניך, מיט אזא זיסן פאטער.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 16, 2007 12:05 pm

מיין באמע נוצט דאס ווארט: אבארוואז.. ווען זי דרוקט זיך אויס מיט אזא מין "וואס זאגטטו?" אויסדרוק.
רבותי, וואס איז דאס אבארוואס?

אפשר:
1) אבער-וואס?
2) אחב-הער-וואחס?

וואס דענקט איר?
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 16, 2007 12:12 pm

איך פלעג אויך הערן דעם אויסדרוק, וואס שטאמט פילייכט פון דויטש אדער אונגאריש: אבערוואז. און איר באדייט - לויט ווי איך פארשטיי - איז ענליך צו "אבי גערעדט".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 16, 2007 12:22 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:מיין באמע נוצט דאס ווארט: אבארוואז.. ווען זי דרוקט זיך אויס מיט אזא מין "וואס זאגטטו?" אויסדרוק.
רבותי, וואס איז דאס אבארוואס?

וואס דענקט איר?


דיין באמע, באבע אדער מאמע?

אחבערוואחס, איז איין ווארט אפצושלאגן א פריעדריגער מיינונג/זאץ מכל-וכל, און קאנטעקסט:

-די פלאנסט טאקע צו פארן אויף אר"י?
-אבערוואס, וואס פאלט דיר איין.

אדער:

'מיינט איר אוודאי אז דאסמאל פאלגט שוין דער קליינער בערל, אבערוואס, ווי וואס ווען.

איך וואלט צוגעשטעלט א עקסקלאמאציע-צייכן (!) דערנאך, וויל געווענטליך ווערט עס געזאגט מיט אזא טאן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 16, 2007 1:18 pm

אבערוואס = עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס (לויט מיללער).

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יולי 16, 2007 1:41 pm

א דאנק מילער און קרעמער פאר די זאכליכע ענטפערס
איך האב געטראכט אז עס ווערט גענוצט ווי: וואס זאגסטו? ווי עעפעס רינגט אומגלויבליך אדער אוממעגליך

מיין פראגע איז
פון וואנעט קומט דאס ווארט אבערוואס?
אונגאריש
גאליציאניש
דויטשמעריש
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 16, 2007 1:57 pm

איך האב געהערט אז ווען די שוידערליכע שמיעות איבער אוישוויץ א.ד.ג. זענען אנגעקומען קיין בודאפעסט, פלעגן זיך די באטשיס טרייסטן מיט דעם איינעם ווארט: אבערוואז!

דאס האט אפגעפרעגט אלע געשיכטעס פון די פוילישע פליטים.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט