ואני תפילה (אפגעטיילט פון אן אנדערע אשכול)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:מילער.
איך קען אויך באקומען די סטאר, אדער נאר אפרעמדער?. יוי פליעז.
א איד האט מיר פארציילט, אז ער האט אמאל געבעטן דעם חזון איש זאל אים עפעס זאגן אין א געוויסען ענין, דער חזון איש האט מטעם הכמוס נישט געוואלט רעדן דערפון, און יענער האט מפציר געווען, האט אים דער חזון איש, דער נועם המדות, ח"ו נישט געבייזערט, נישט אפגעווארפן, נישט געזאגט אפילו איך וויל נישט ענטפערן, נאר זיך פשוט געבעטן ביי יענעם ער זאל אים נישט בעטן, ווייל טאמער יענער וויל ווייטער בעטן, האט דער חזון איש געהאט א מורא'דיגע פראבלעם, ער וואלט אפשר געמוזט ענטפערן, ס'טייטשט א איד בעט דאך עפעס, ווי קען מען אפזאגן, בהכרח האט ער זיך געמוזט ממש בעטן ער זאל צוריק ציען פון זיין בקשה און אויפהערן בעטן.
נו, טאמער דאס הייסט נישט זיס, וואס איז שוין יא זיס לדעתך, אין אזא פאל זאגט מען, אדער אדער, שוין איך וועל שוין מוזן זאגן דאס גאנצע, אז נישט וועט שוין ווייטער קומען מחאות, די בעלי מוסר זאגן א משל, אז אויב מען וועט געבן פאר איינעם צו לעקן האניג אויף זיין צונג, און ער וועט געבן א צי אוועק זיין מויל און א דריי מיטן קאפ מאכנדיג א ווילדן פאקס, ווי גלייך ער עקלט זיך דערפון, איז איינס פון די צוויי מעגליך, אדער האט ער עס פשוט נישט געקאסט, נאך פאר וואס ווען וואו האט ער זיך שוין אוועקגעדרייט, אדער אויב האט ער יא געקאסט איז ער פשוט נשט געזונט, עפעס טויג נישט מיט זיין צונג, ווייל א געזונטער מענטש וואס קאסט האניג דארף שפירן א זיסקייט, דער נמשל איז, ווען איינער לערנט די תורה, און ער שפירט נישט קיין זיסקייט דערין, איז אדער האט ער נישט געלערנט געהעריג, ער האט עס נישט געקאסט, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק טעמו וראו, קודם דארף מען קאסטן, און אז ער האט יא געקאסט, און נאך אלץ גארנישט, דעמאלטס איז צרות, סאמטינג פישי, ודוק כי הארכתי מאוד מאוד.

צו דיין לעצטע בקשה, קען איך מיך ליידער נישט צושטעלן, ווייל איך בין א נוגע בדבר.


איך וויל דא און דעם מקום קדוש דער ניי געשאפענער היכל איבערבעטן מיין ידיד הרב הגאון מרא דשמעתתא כש"ת מוהר"ר בני היכלא שליט"א, וואס ווען ער האט געזעהן מיין אויפברויז פאר'ן נישט משיג זיין פשט אין זיין תגובה, אנשטאט וואס ער זאל זאגן אפען און גראב "מיללער גיי אין משוגע הויז, פארשטייסט טאקע נישט א פלעינע מעשה? מ'דארף דיר אלעס לעפל-פיטערן?" איז ער לפנים משורת הדין געגאנגען און צולייגט אויף קליין געלט אזוי אז יעדער זאל טאקע איינזעהן דעם זיסקייט וואס האט ארויסגעשריגען פון אזא קדוש וטהור ווי דער גרויסער חזון איש, וזאת הברכה, מאלקי המערכה, אך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך, ותוכל לישב על מי מנוחות לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו כאוות נפשך ונפשי.

כ"ד ידידך מאז ומקדם,
הק' יעקב דוב מיללער חו"פ סקרענטאן פא.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בני היכלא האט געשריבן:ר' אלחנן איז אין קובץ שיעורים דארט אויפן פלאץ ביי די גמרא אין קידושין כ"ב, ס'ליגט מיר קאפ פון ר' חיים, אדרבה קוק נאך אפשר האט עס ר' חיים געהערט פון ר' שסאטיזע לעיב, מעיבי, דערמאנסט מיר יעצט טאקע אז יא עפעס אזוי איך געדענק שוין נישט ליידער...
קם ר' זרח על רגלי', וקא מכריז: אשריך. אשריך בני היכלא, ואשרי הקרעטשמע שזיכנו לחכם שכמותך.

ביסט גערעכט! איך האב געמאכט "הואם ווארק", ומצאתי כדבריך. ר' אלחנן ברענגט טאקע אז ער האט דאס געהערט פון ר' חיימ'ען, וואס ער – הגר"ח - האט דאס נאכגעזאגט בשם ר' יושע לעהב'ן.

וואס איז נאר אינטערסאנט צו באצייכענען, אז אין חידושי מהרי"ל דיסקין עה"ת (וואו איך האב געזען דאס ווארט), בפר' ואתחנן, ווערט אויך געברענגט דאס ווארט בשם א צווייטער תלמיד פון ר' יושע לעהב'ן, און מיט אביסל א לענגער אריכות, געבויט אויף אט דעם מדרש תנחומא (ואתחנן ד'): ואתחנן אל ה' וכו' רב לך אל תוסף. אמר לו משה, רבון העולמים, אתה קראתני משה עבדי, שנאמר לא כן עבדי משה (במ' יב ז). אני עבד, ולויתן עבד. ואני מתחנן לפניך, והוא מתחנן לפניך וכו'. ולא עוד, אלא כתבת בתורתך, ואם אמר יאמר העבד אהבתי וגו' (שמו' כא ה). ואני אהבתי אותך ותורתך ובניך, לא אצא חפשי (שם), איני מבקש למות, וכו'. עיי"ש.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”