אידיש/יסטישע לשה"ק'דיגע ווערטער

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

אידיש/יסטישע לשה"ק'דיגע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

לאור דעם מילדן וויכוח וואס האט אויסגעבראכן, דארט אין ווינקל, בין הני תרי צנתרא דדהבא, הגאונים קרעמער ובני היכלא שליטא"ם, גרינד איך דער אשכול וואו איך לאז הערן מיין מיינונג איבער דער נושא.

דער וויכוח דארט איז סובב והולך איבער דער ווארט "כלל" וואס ווערט אפט גענוצט:
בני היכלא:
אגב, מ'האט פריער גערעדט וועגן לשון הקודש ווערטער וואס מ'נוצט אין אידיש נישט מיטן זעלבן מכוון, איז מיר יעצט בייגעפאלן, די ווארט "בכלל", ווען איך וויל זאגן האסט מיר "בכלל" נישט געזאגט דאס און יענטץ, איז עס "בכלל" נישט די מכוון, פון כל דבר שהיה "בכלל" ויצא מן הכלל.

קרעמער:
איך נוץ טאקע די ווארט 'כלל': עס איז כלל נישט וכו', און דאס איז שוין טאקע יא דאס ריכטיגע איבערטייטש פון "אינגאנצן", בבחינת כלל וכלל לא.

בני היכלא:
קרעמער
איך טראכט יעצט וואס איז טאקע פשט פון "כלל" אויפ'ן אופן וויאזוי ס'ווערט גענוצט, למשל, אינך צודק בזה כלל וכלל,
און אז דו שרייבסט טאקע אנעם כ"ף, גוד פאר יא, אבער וואס דו טוסט איז, פלעין דו נוצט א לשה"ק ווארט, אין אידיש "המדוברת" (ווי יענער זאגט), זאגט מען און מען שרייבט "בכלל"


מיינע צוויי קאפיקעס איבער דער נושא איז: אז די אידישיסטן האבן זיך אסאך ארומגעשפילט מיט לשון קודש'דיגע ווערטער, און איר אויסגעפארעמט אין א געוויסע געשמאק וואס ווען מ'באגעגנט זיך מיט די ווערטער אינמיטן אן ארטיקל/באשרייבונג האט זי עפעס א געוויסער חן און געשמאק. איך וועל געבן אפאר משלים:

'בכלל' נישט = 'כלל' נישט
'בשעת'ן' באזוך = 'בעת'ן' באזוך
איך בין 'מסופק' = איך בין 'ספק'דיג'
אין 'תוך' גענומען
'סוף סוף', במקום סוף כל סוף
ועוד, ועוד, נאך צענדליגע אייגן געמאכטע לשון קודש'דיגע ווערטער.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בני היכלא, זאג נאר, יעדער אורחי פורחי וואס פאלט נאר אריין בבני היכלא פון די גאונים און פרעגט אן א קשיא ווערט שוין פאררעכנט אלס א גאון? אפשר טאקע יא, אלס שאלת חכם חצי תשובה... קאן זיין...

וואס איך האב געזאגט איז דאס:
רובא דרובא לשה"ק ווערטער, וואס זענען אין באניץ און פאלן אריין אין אידישן לעקסיקאן (ווי דו רופסט עס אין "צאינה וראינה'דיגער" לעקסיקאן), זענען אבער די ווערטער, די אויסדריקן, און דער דיאלעקט, טיישט און מכוון, געבליבן ארגינאל ווי אין לשה"ק, א שטייגער ווי: לדוגמא, למשל; מודה-זיין; אמת, שקרן; חוצפה; סימן; אפילו; גביר; רוחני, גשמי; צדקה; מצוה, עבירה; מוותר זיין; חבר; חידה, א.א.וו. און דאס האט טאקע גארנישט קיין שייכות צו כללי האידיש וואס די אידישיסטן האבן אהערגעשטעלט. דאס קומט אינסטינקט אריינגעבויט אין יעדן אידיש קינד, אנגעהויבן פון די א'ב' יארן.

איך רעד אבער פון די אנדערע סארט ווערטער וואס די אידישסטן האבן אריינגעלייגט אין אידיש, אבער מיט אביסל א פארדרייטקייט. לדוגמא, די ווערטער וואס כ'האב אויבן צוגעצייכנט: בעת; סוף סוף; ספק'דיג, וכדומה. די אלע ווערטער זענען געבליבן ביי דער זעלבער מכוון ווי אין לשה"ק אבער פארט אין לשה"ק ווערן זיי ווייניג באניצט; קיינער זאגט נישט געווענדליך 'בעת' איך בין געגאנגען, נאר 'בשעת' איך בין געגאנגען; קיינער זאגט נישט געווענדליך 'סוף סוף' איז יאנקל גערעכט, נאר מ'זאגט 'סוף כל סוף' איז יאנקל גערעכט; קיינער זאגט נישט איך בין 'ספק'דיג' צי ס'איז אויסגעהאלטן, נאר מ'זאגט איך בין 'מסופק' צי ס'אויסגעהאלטן. און כ'מוז מודה זיין, אז די סארט ווערטער האבן עפעס א באזונדערע חן בשעת מ'באגעגנט זיך מיט זיי אינמיטן אן ארטיקל אדער באשרייבונג.

די שאלה איז איבער דער ווארט 'כלל' אין וועלכע קאטאגאריע דאס גייט אריין? לדעתי גייט דאס אריין אינעם צווייטן קאטאגאריע. פארוואס האלט איך אזוי? ווייל אפי' 'כלל' איז דער ריכטיגער ווארט, אפי' אין לשה"ק, וועסטו אבער געווענדליך קיינמאל נישט געפונען איינער זאל זיך באניצן 'בלויז' מיטן ווארט 'כלל'. ווען מ'וויל זאגן 'אינגאנצן' זאגט מען 'בכלל', מיטן בי"ת. יא, ווען מ'וויל זיך אויסדריקן א "באמבאסטישער ניין" דאן זאגט 'כלל וכלל', אבער בלויז דאס ווארט 'כלל' ווערט געווענדליך נישט באניצט, אפי' אין לשה"ק זעלבסט, (איך ווייס אויך פונעם ברייתא דר' ישמעאל, כלל ופרט וכלל וכו', אבל אינו דומה. ודו"ק).
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כבוד הרב בני היכלא, איך פארשטיי נישט דיין פראגע. וואס הייסט פון וואו איך ווייס אז דער מקור איז פון די אידישיסטן? אדרבה, קוק אריין אין די אלטע צאינה וראינה'ס, און זאג מיר צו דו באגעגנסט זיך מיט אזעלכע סארט לשה"ק'דיגע אידישע ווערטער אזוי ווי 'כלל'; 'בעת' אדער 'תוך' וכו.' יא, וועסט זיך באגעגענען מיט אסאך, אסאך, לשה"ק, אבער ווייסט פון וועלכן סארט? פון די סארט ווערטער וועלכע פאלן אונטער די ערשטע קאטאגאריע וואס כ'האב אויבן דערמאנט.

אגב, אז דו רעדסט שוין פון בעיסיקלי, לויפט מיר א מחשבה (זרה'לע?) אזוי:
ווי באקאנט, איז איינע פון די טענות, פון די קנאים, אנטקייגן דעם העברעיאישן שפראך, אז הלמאי די ערפינדער פונעם שפראך האבן ארויסגעגראבן אור-אלטע פארשטיפטע לשון הקודש'דיגע ווערטער, וועלכע זענען שוין נישט געווען אין כלל ישראל'ס לעקסיקאן פארן באניץ פאר טויזנטער יארן, און דאס אריינגעשמירט אינעם טאג טעגליכן באניץ. אויב זאלן מיר אננעמען די טענה פאר אן אמת, דאן האבן מיר שוין א פראבלעם מיט די אויבנדערמאנטע אידישיסטישע לשה"ק ווערטער...
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: אידיש/יסטישע לשה"ק'דיגע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אולי קען מען פסק'ענען, אז דער אשכול מעג צוריק ארויף קומען אויפן סדר היום
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: אידיש/יסטישע לשה"ק'דיגע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

עס איז געווען א ריזיגן עולם א קאלירפולע ציבור
עריכת ספרים 'משזר'
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים ומגיהים שטייען גרייט פאר אייער געברויך!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, מגיה זיין, מלקט זיין וכדומה
אידיש און לשון הקודש.
קומט אריין אין אישי אדער אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”