"קול מבשר" פארפאסט נייע אידישע ווערטער?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 01, 2014 10:11 am

farshlufen האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:מ'האט געכאפט דעם פארברעכער "רויטהאנטיג"
א פרישע קו"מ ווארט?

דאכטצעך אז דאס איז א באנוצטער ווארט.

בין כותלי איי-וועלט.

עס איז זיכער א היבש באנוצטער פראז אין דער ענגלישער שפראך, דער פשט איז פשוט אז מ'האט איינעם געכאפט מיט קלארע ראיות אויף זיין פארברעך, דוגמת כאפן א מערדער נאך מיט רויטעבלוטיגע הענט פון דער מארד.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:33 am

זייט די לעצטיגע מלחמה צושטאנד אין מד"י, האט קול מבשר ערפינדן א נייע ווארט "אויסגעהאמערט א אפמאך", איז דאס א נייע ווארט אדער צייטונגען פלעגן עס אויך נוצן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:57 am

קול מבשר האט נישט (כמעט) ערפינדן קיין נייע ווערטער, סך הכל ניצט ער ארגינעלע אידישע ווערטער וואס איז ארויסגעשניטן געווארן פון אונזער טאג טעגליכע באנוץ ביים רעדן, איינער וואס ליינט אסאך אידיש זענען די אלע ווערטער גוט באקאנט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שמחת עולם
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך יולי 05, 2017 11:12 am

אפשר פעלט מיר א ידיעה, אבער איך וואונדער זיך לעצטענס פון ווי עס שטאמט צו רופן א פרוי מיניסטערין "מיניסטארשע"? (לעטצענס אויפגעכאפט אפאר מאל אויף קול מבשר.)
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אור
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יולי 05, 2017 11:46 am

שמחת עולם האט געשריבן:אפשר פעלט מיר א ידיעה, אבער איך וואונדער זיך לעצטענס פון ווי עס שטאמט צו רופן א פרוי מיניסטערין "מיניסטארשע"? (לעטצענס אויפגעכאפט אפאר מאל אויף קול מבשר.)
וויאזוי דען?

אוועטאר
שמחת עולם
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך יולי 05, 2017 11:51 am

אור האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:אפשר פעלט מיר א ידיעה, אבער איך וואונדער זיך לעצטענס פון ווי עס שטאמט צו רופן א פרוי מיניסטערין "מיניסטארשע"? (לעטצענס אויפגעכאפט אפאר מאל אויף קול מבשר.)
וויאזוי דען?


מיניסטערין

("וויאזוי דען?" איז נישט קיין ענטפער ווען מען זוכט א מקור)
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מיטוואך יולי 05, 2017 11:53 am

שמחת עולם האט געשריבן:אפשר פעלט מיר א ידיעה, אבער איך וואונדער זיך לעצטענס פון ווי עס שטאמט צו רופן א פרוי מיניסטערין "מיניסטארשע"? (לעטצענס אויפגעכאפט אפאר מאל אויף קול מבשר.)

מאכט מיר אויך נערוועיז !!!

איוואן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » מיטוואך יולי 05, 2017 2:37 pm

מיניסטארשע איז לכאורה נישט די ווארט וואס דארף געניצט ווערן. מדארף הערן פון די שפראך קענער דא אויפן וועלטל

אין א שנעלע זוך אויף אייוועלט קען מען זעהן אז עטליכע שרייבער ניצן די מיניסטארשע אויסדרוק

search.php?keywords=%D7%9E%D7%99%D7%A0%D7%99%D7%A1%D7%98%D7%90%D7%A8%D7%A9%D7%A2

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 05, 2017 2:49 pm

די ווארט קומט גראד פון די יידישע וויקעפעדיע און גייט צוזאמען מיט 'ערשטע ליידי'

אור
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יולי 05, 2017 4:19 pm

שמחת עולם האט געשריבן:אפשר פעלט מיר א ידיעה, אבער איך וואונדער זיך לעצטענס פון ווי עס שטאמט צו רופן א פרוי מיניסטערין "מיניסטארשע"? (לעטצענס אויפגעכאפט אפאר מאל אויף קול מבשר.)
אבי ער זאגט נישט 'מיניסטארשקע'..

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דאנארשטאג יולי 06, 2017 12:45 pm

שכוח ר' זלמן פארן צוהערן דא
אין טוישן צו מינסטאָר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot] און 4 געסט