Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג יוני 28, 2007 10:00 am

מאשקע האט געשריבן:איך האב יעצט באמערקט א טעות אינעם קעפל: פראקסט מיך אויס, צ"ל פראקטס. באט עניוועי.
דא דארף איך אויך לייגען (לייגן) מיין חתומה (חתימה)?

קען מען דען פאררעכטן א קעפל פון אן אשכול?

Advertisement

דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:10 am

זיכער קען מען. גיי צום ערשטן מאמר, מאך ערוך תגובה, און טויש עס.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:55 am

מען האט אפגעטיילט די ואני תפילה שמועס, צו פארזעצן ביטע גייט אהער http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... 8550#48550

מאנטאג יולי 02, 2007 1:12 am

קרעמער האט געשריבן:לוי;

נעם דיר איין כלל אין קאפ אריין: קיינער איז נישט פערפעקט, אפילו ... מר. אידיש האט ... געהאט צענדליגער טעותי הדפוס. דער עיקר: שרייב און שרייב, און וועסט זיך שוין דערלערנען - אזוי ווי אסאך מיטגלידער דא האבן געטאן, און מיט דער צייט זענען זיי געווארן גאנצע אדער האלבע מומחים.


מלה בסלע! און כ'מאך גראבע טעותים נאך היינט, און נישט בלויז טעותי הדפוס.

אגב, ארבעטנדיג אמאל אונטער א רעדאקטאר משרידי דור הקודם ע"ה, האט ער מיר געזאגט א גוט ווארט: א שרייבער שטארבט נישט פון א הארץ-פעלער, נאר פון א דרוק-פעלער. ר"ל.

כ'בין אויך אינגאנצן מסכים מיט דער צווייטער העלפט פון דיין קאמענטאר, אז דער עיקר איז שרייבן און שרייבן, און אזוי לערנט מען זיך אויס צו שרייבן אלץ בעסער. ולא מצאתי לשרייבן טוב אלא שרייבן.

אייגנטליך: לייענען און שרייבן. אבער לייענען מאטעריאל פון גוטער קוואליטעט. און אויף אידיש איז דאס פאקטיש א פראבלעם.

מאנטאג יולי 02, 2007 1:19 am

לוי האט געשריבן:לאמיר זען צי די צו/צי


דער צו/צי
אין דעם תגובה


אין דער תגובה

איז אויסגעהאלטן צי נישט.
ראובן איז געגאנגען אהיים צו שמעון און פארברענגט מיט דברי תורה,


דברי תורה.

דערנאך זענען זיי ווייטער געגאנגען צו א אנדער פלאץ, און אויפן וועג האבן זיי ווייטער געשמועסט און שמעון געט


גיט

א זאג פאר ראובן, איך גיי דיך


דיר

עפעס פרעגן און לאמיר זען צי דו וועסט מיר קענען ענטפערן צי נישט,


נישט.
זאגט ער אים גוט, פרעג. פרעגט אים שמעון ווען שרייבט מען צו מיט א ו' און ווען מיט א י'. זאגט ראובן צו שמעון, זייער פשוט, אל שמעון, שרייבט מען צו שמעון. און אזוי אויך לשמעון, צו שמעון. לאמר, אזוי צו זאגן. און אזוי כמעט איבעראל ניצט מען א ו'. אבער ווען דו ווילסט פרעגן א שאלה איבער א ענין צי עס איז געווען אזוי צי אזוי. דעמאלס נוצטו א י'. בקיצור, "אין צי אלא לשון שאלה".

מאנטאג יולי 02, 2007 4:38 pm

יישר כח מר. אידיש פארן אריינווארפן אייערע פאר דאלער אין אונזערע דילעמאס.

דאנערשטאג יולי 05, 2007 10:43 am

איך פיל מיך זייער גוט, אז איך האב געהאט הרב אידיש איז געקומען צו מיין אשכול מיך צו פאררעכטן.
יישר כח

דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:27 pm

לוי האט געשריבן:איך גלייב אז דו דארפסט שוין נישט מיין הסכמה, נאך אזויפיל הסכמוס (הסכמות) פון די וועטעראן שרייבערס (כ'מיין אז די ס'מך פעלט נישט אויס.) פונעם שטעטעל.(שטעטל.)
(דער ארטיקל איז א מוסטער (סעמפאל) (סעמפל.) אז דו קענסט :smile: .)

פרייטאג יולי 06, 2007 11:32 am

שרייבער/שרייבערס. לענ"ד זענען ביידע ריכטיג. פערזענליך גלייך איך בעסער "שרייבערס", מיטן סמך.

מיטוואך יולי 18, 2007 6:56 am

איך_הער האט געשריבן:
לוי האט געשריבן:איך גלייב אז דו דארפסט שוין נישט מיין הסכמה, נאך אזויפיל הסכמוס (הסכמות) פון די וועטעראן שרייבערס (כ'מיין אז די ס'מך פעלט נישט אויס.) פונעם שטעטעל.(שטעטל.)
(דער ארטיקל איז א מוסטער (סעמפאל) (סעמפל.) אז דו קענסט :smile: .)

סיי די טעות ביי הסכמות, און סיי ביי סעמפאל, האב איך געזן אז עפעס איז נישט גוט, אבער איך האב נישט געכאפט וואו דער פעלער איז.

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:44 pm

זעקסטע הקפה האט געשריבן:
פערזענליך גלייך איך בעסער "שרייבערס", מיטן סמך.


"איך גלייך עס" איז נישט ריכטיג יידיש. דאס איז גענומען פון ענגליש "I LIKE IT" (לייק אויף ענגליש טייטש "גלייך", THIS IS LIKE THIS - מיינט דאס איז גלייך צו דעם).

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:53 pm

א שיינער כאפ מר. יידיש דער גלייך-LIKE צאמשטעל, אבער פארוואס אויף ענגליש נוצט מען דעם זעלבן LIKE סיי אויף גלייך און סיי אויף ליבע?

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:32 pm

עס איז נישט מוכרח אז דאס האט א סיבה, יעדע שפראך האט פיל ווערטער מיט פיל באדייטן. צום ביישפיל אין יידיש: שטערן - מיינט א שטערן פון הימל (כוכב), א שטערן אויפ'ן קאפ (מצח), און א פעולה פון שטערן איינעם אינמיטן א זאך (הפרעה). אויף לה"ק "לדלוק" קען מיינען ברענען (דליקת אש), און קען מיינען נאכיאגן (יעקב האט געזאגט פאר לבן "מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי"). אזוי איז פארהאן צענדליגע ווערטער אין יעדער שפראך. אויף לה"ק האט דאס געווענליך - און מעגליך אלעמאל - א הסבר, און עס איז אנגענומען בייי פיל מדקדקים צו פאראייניגן אלע שרשים פון די זעלבע דריי אותיות (אזוי-ווי ד-ל-ק וכדו') אלס איין מקור מיט איין אריגינעלן באדייט. און איך וועל געבן א ביישפיל:

גיט א קוק וועט איר זעהן אז יעדעס ווארט וואס האט שייכות מיט עסן האט אויך א שייכות צו מלחמה אדער פאנגען: לחם (ברויט) - משורש מלחמה, צידה (שפייז) - משורש צידה (פאנגען), מזון (שפייז) - משורש זין (געווער, וואפן). דאס האט טאקע באמת - לויט די פילאלאגן - א שייכות צו זייערע שורשים וואס זענען אנזעהבאר אז דאס איז גאר נישט קיין צופאל. די סיבה איז לכאורה ווייל רוב עסנס פון א מענטש קומט אים אן דורך פאנגען אדער מלחמות (עס קומט אים אן מיט שווייס "בזעת אפיים"). אזעלכע ווערטער פארשונגען ווייזן אונז דעם כח פון לה"ק וואס איז מער ווי אלע שפראכן און יעדער שורש האט א פשט, און זיי באהעפטן זיך וואונדערליך.

ווי געזאגט איז דאס אבער נאר ביי לה"ק, ביי אנדערע שפראכן קענען מיר טרעפן פיל פאראלעלע ווערטער מיט פארשידענע באדייטן וואס מען דארף איינפאך וויסן ווי דער "חמרא" שטייט איין (אה, האסטו טאקע נאך א דוגמא. אויף אראמיש "חמרא" מיינט סיי אן אייזל און סיי וויין. געפינט ער זיך קעלער איז ער וויין, און אין שטאל איז ער אן אייזל :grin: א באקאנט ווערטל). דעריבער דארף מען אין אזעלכע פעלער פשוט אכטונג געבן נישט איבערצוזעצן פון איין שפראך צו דער צווייטער אויף דעם אופן, ווייל כאטש אויף דער אריגינעלער שפראך האט דאס צוויי באדייטן איז דאס אבער נישט אזוי ביי אנדערע שפראכן. און דערפאר LIKE מיינט טאקע אויף ענגליש צוויי פארשידענע זאכן, אבער דאס גיין איבערזעצן דאס אזוי אויף יידיש איז אזוי-ווי מען זאל איבערזעצן אויף ענגליש (פון לה"ק) די ווערטער "על אפי ועל חמתי": UPON MY NOSE AND UPON MY MOTHER-IN-LAW". גענוי אזוי :lol: .

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:08 am

איך ווער נתפעל מיט יעדע תגובה עקסטער יידישיסט!

די שפייז-מלחמה צאמשטעל האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, זייער באלערנד.

מיר האבן דא אויך ארומגערעדט איבער די גלייך/גראד/באלד סינאנימען, אפשר קענט איר דארט מאיר זיין עינינו.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 11:28 am

יידישיסט, ביוטיפול!
אבער חמתי וואלט ענדערש געדארפט זיין 'my warmth'.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:15 pm

חמתי מיט א חולם איז מיין שוויגער
מיט א קמץ איז עס מיין צארען אדער כעס אדער פארדרוס. חמתי עליך האט שרה געזאג צי אברהם.

אבער פון וויא נעמסטו 'מיין ווארעםקייט'?
חמי אהן דער תי"ו אפשר

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:22 pm

אז מ'זוכט אן אלטערנאטיוון אפטייטש פאר 'אף' און 'חמה'...קומט מען אן ענדערש צו ווארעמקייט ווי צו שוויגער

זונטאג ספטמבר 07, 2008 4:09 pm

חמתי - ווארעמקייט/כעס/שוויגער....

נעמט עס נישט אן אזוי ערנסט, ס'איז נאר געווען א ווערטל.

אגב, הרב שמחה שרייבט:
חמתי עליך האט שרה געזאג צי אברהם


עס איז חמסי מיט א ס' און נישט מיט א ת'. (זעה דארט אין דער פרשה).

פרייטאג פבואר 18, 2011 7:51 am

איך האב געזוכט א אשכול וואס באהאנדעלט ווען מען שרייבט "צו" אדער "צי", עס האט מיר געדויערט א לענגערע וויילע צו געפינען די געוואונטשענע רעזולטאטן.

איך מיין אז מען קען טוישן די נאמען פונעם אשכול, אדער כאטש אפטיילן די "צו" "צי" תגובות, צו א באזונדערע אשכול.

זונטאג פבואר 20, 2011 1:24 pm

לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.


איך האף אז דו וועסט הנאה האבן פון די אינפראמעישן


כללים פון אידיש
און - אין
און - נאך א זאך - טיש און בענקלאך - סימן: און מיינט נאך 1 און שרייבט איינס זעלבע ווי ו
אין - אינעווייניג - סימן: א י איז קליין ווייל ס'ליגט אינעווייניג

וואו - ווי - ווי
וואו - ווען מען פרעגט אויף א פלאץ, למשל: וואו וואוינסטו, וואו שטייסטו
ווי - ווען מען פרעגט אויף א זאך, למשל: ווי ווייט איז דיין הויז
ווי - שרייבט מען אויך אמאל אנשטאט די ווארט "וויבאלד" למשל: ווי זי האט געענדיגט.
סימן: קען מען זאגן וועלכע פלאץ אנשטאט וואו? אויב יא איז דאן וואו.

אויבן - אויוון
אויבן - אין דער הויך - בעסטע סימן! דער אויבערשטער איז אויבן און איבעראל
אויוון - די פלאץ וואו מען באקט - סימן: אויוון האט עטליכע העלצער ווו - אזוי ווי ביי אן אמאליגע אויוון

נעבן - לעבן
נעבן - נאנט - סימן: נעבן און נאנט הייבן זיך אן מיט א "נ"
לעבן - דאס חיות פון א זאך

אן - א
אן - פאר א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט אן "א" אדער "ע", ווי למשל: אן עפל, אן עושר
א - פאר א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט אלע אנדערע אותיות, ווי למשל: א טיש, א מענטש

צו - צי-ה
צו - ווען מען וויל זאגן עפעס א שייכות צו א צווייטע זאך, למשל: גיי צו איר
צי-ה - שלעפן, למשל: צי-ה ארויס די שטריק, איך צי-ה צוריק
סימן: ציה - מ'שלעפט נאך די "י" א "ה"

פול - פיל
פול - אנגעפולט ווען עפעס האט שוין נישט קיין פלאץ, למשל: די גלאז איז פול - אנגעפולט
פיל - אסאך, למשל: פיל מצוות

די אותיות "ען" לייבט מען צו ביי די ענדע פון א ווארט:
ווען די ווארט ענדיגט זיך מיט: מען, נען, נקען, נגען, למשל: זינגען, קלאנגען, ווינקען.

אויב א ווארט ענדיגט זיך מיט "לן" שרייבט מען אמאל "לן" און אמאל "לען":
לן - אויב פאר די "ל" איז דא א וואקאל, למשל: ווילן, שפילן
לען - אויב פאר די "ל" איז נישט דא א וואקאל, למשל: מאנדלען

ווען די ווארט אליין ענדיגט זיך מיט אן "ע" למשל: טשעפע - טשעפען, שעפשע - שעפשען לאזט מען די ע און מען לייגט צו אן "ן".

דער - די - דו - דאס
דער - אויף יעדע זאך וואס איז לשון זכר (מאן) דער מאן, דער געשעפטסמאן
די - אויף יעדע זאך וואס איז לשון נקבה (פרוי) די פרוי, די בעל הבית'טע
די - אויך ווען מען רעדט בלשון רבים, די טישן, די בענקלאך
די - ווען מען רעדט פון א זאך, די טאפ, די בליי
דו - ווען מען רעדט צו די מענטש צו וועמען מ'רעדט
דאס - אויף א קליינע זאך אדער א קליינע מאס. למשל: דאס קינד, דאס בעטל, דאס שענקל, דאס ביסל, דאס פלעשל, דאס ביסלע (ווייניג), דאס העמדל...

ווען לייגט מען א "ר" ביים סוף פונ'ם ווארט, און ווען נישט,
מיט א "ר" ניצט מען פאר א לשון זכר (מאן) גוטער אינגל
אן א "ר" ניצט מען פאר א לשון נקבה (פרוי) גוטע, וואוילע

דיין, מיין, זיין - דיינע, מיינע, זיינע
דיין, מיין, זיין - בלשון יחיד - דיין שוועסטער דיין פאפיר.
דיינע, מיינע, זיינע - בלשון רבים - דיינע שוועסטערס דיינע פאפירן

זון - זין, פוס - פיס, שוך - שיך, ברודער - ברידער, בוך - ביכער
מיט א "ו" - בלשון יחיד - זון, פוס, שוך, ברודער, בוך - סימן: איינס שרייבט מען זעלבע ווי ו
מיט א "י" - בלשון רבים - זין, פיס, שיך, ברידער, ביכער - סימן: "י" איז א מנין - רבים

האנט - הענט, צאן - ציין, בוים - ביימער, וואנט - ווענט
האנט, צאן, בוים, וואנט - לשון יחיד
הענט, ציין, ביימער, ווענט - לשון רבים


עס זענען דא ווערטער וואס אויב עס קומט דערנאך די ווארט "דעם" קען מען דאס צוזאמען נעמען אלץ איין ווארט מיט אן אויבער שטראך.
למשל: אין דעם - אינ'ם, פון דעם - פונ'ם - פאר דעם - פאר'ן, נאך דעם - נאכ'ן, מיט דעם - מיט'ן, דורך דעם - דורכ'ן, ביי דעם - ביים, ביז דעם - ביז'ן, איבער דעם - איבער'ן, אויף דעם - אויפ'ן

אין אידיש שרייבט מען קיינמאל נישט די אותיות ב,ח,כ,ש,ת,ת
אנשטאט דעם שרייבט מען די אותיות וו,כ,ק,ס,ט,ס

יעדע אידישע ווארט מוז האבן כאטש איין וואקל די וואקאלן זענען א, ע, י, יי, וי, ו

אויב א ווארט האט דריי "ו" לייגט מען אן "א" צווישן דעם צווייטן און דריטן "ו".
למשל: געצוואונגען, וואו, וואונדער, וואונטשן

אויב מען שטעלט צו אותיות צו א לשה"ק ווארט, דארף מען מאכן אויבער שטרעכלעך, צווישן די לשה"ק ווארט און צוגעגעבענע אותיות, למשל: שבת'דיג, יום טוב'דיג

ווען מען שרייבט א אידישע ווארט און מען לייגט צו אותיות ווי "דיג" מאכט מען נישט קיין אויבער שטרעכלעך ווי למשל: אומווילנדיג

ווען מען שרייבט ראשי תיבות דארף מען מאכן אויבער שטרעכער, פאר דעם לעצטן אות.
למשל: לשה"ק, מוצשב"ק, ר"ח יו"ט.

אויב מען שרייבט א לשה"ק ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א "י" און דערנאך קומט א "ה" שרייבט מען דאס נישט ארויס, ווייל עס איז השי"ת נאמען נאר מען שרייבט נאכ'ן "י" אן אויבער שטרעכל למשל: תחי', שיחי', חי', על המחי', בתי'

ר"ת אויף אידיש
ווען מען שרייבט ר"ת אין אידיש קומט א פינטל נאך יעדע אות למשל א.א.וו., א.ד.ג.

צייכנס
. - פינטל . - ווען מען ענדיגט א זאץ
? - פראגע צייכן - ווען מען פרעגט א פראגע
! - אויסרוף צייכן - ווען מען איז איבערראשט אדער דערשראקן
, - אונטער - שטרעכל - (קאמע)
' - אויבערשטרעכל - למשל ביי ראשי תיבות
- - אפטייל שטרעכל
: - צוויי פינטלן - פאר מ'שרייבט וואס איינער זאגט
... - ווען די זאך גייט באמת ווייטער
( ) - קלאמערן - ווען די זאך איז נישט די זעלבע וויכטיג ווי די איבריגע

עטליכע ווערטער וואס ווערן גרינג צומישט צווישן "ו" און "י"
שטומע - מענטשן וואס קענען ל"ע נישט רעדן
שטימע - א קול
שטול - א בענקל
שטיל - נישט הויך
שמוץ - מיסט
שמיץ - שלעק

זונטאג פבואר 20, 2011 2:22 pm

בלייב דא נאר אפילו אויף צייטווייליג וועסטו קענען א פערפרקעטן אידיש (ווי אלע היזיגע דא און קרעמעל.... :wink:

דאנערשטאג פבואר 24, 2011 2:55 pm

אפוויש טוך האט געשריבן:בלייב דא נאר אפילו אויף צייטווייליג וועסטו קענען א פערפרקעטן אידיש (ווי אלע היזיגע דא און קרעמעל.... :wink:


איז למשל דו קענסט נישט ספעלן, דאס איז נאר ענגליש, אדער אידיש קענסטו אויך נישט (אזוי ווי אלע....).

וויאזוי (ווי אזוי) ספעלט מען עס אין אידיש?

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 4:51 pm

איך וויל וויסן (וויסען) אפאר (א פאר) ווערטער וויאזוי צו ספעלן (ספעלען) למשל וויאזוי שרייבט מען:

איך טשרטזש???? פיפצען פופצען פופצן פיפצן דאלער צו וואוינען וווינען וואונען ??? אויבן אויבען אויווען אויפן אויפען שטאק מען דארף מ'דארף צאלן מיט די דיע דע קארטל קארטעל נישט דורך דארעך דארך דורכען דארעכן הינטער אינטער טיר טיער, ווי וויא עס זעט זעיט אויס האט ער פינקט פונקט געהירט געהערט אז זיי זענען אויכעט??? דארט, האט ער זיך אריין געלייגט אריינגעלייגט דעראין דערין דער אין , און ער זאגט איך טוה טו טי עס דעס דאס גערן גערען,

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:02 pm

איך וויל וויסן אפאר ווערטער ווי אזוי צו ספעלן. למשל ווי אזוי שרייבט מען:

איך רעכן פופצן דאלער צו וואוינען אויבן אויפן שטאק מען דארף (מ'דארף, סתם א קיצור פון צוויי ווערטער) צאלן מיט די קארטל נישט דורכן אונטער טיר. ווי עס זעט אויס האט ער פונקט געהערט אז זיי זענען אויך דארט, האט ער זיך אריינגעלייגט דערין, און ער זאגט איך טו דאס גערן.

דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:37 pm

ווען ניצט מען א יו"ד פאר א חיריק און ווען א וא"ו
שרייב א תגובה

Advertisement