Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

דינסטאג יוני 19, 2007 4:57 pm

איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.

Advertisement

Re: פראקסט מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען.

דינסטאג יוני 19, 2007 5:07 pm

לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק (צוריק) פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי (אפילו) מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו (די) כוחות און איך וועל פארלאנגן (פארלאנגען) נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן (פאררעכטן, ס'איז דא וואס שרייבן אזוי.) מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע (וועלכע, אזוי באלאנגט עס, כאטש אסאך שרייבן אזוי ווי דו.)תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.

Re: פראקסט מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען.

דינסטאג יוני 19, 2007 5:09 pm

קודם כל, האלט דיך נישט צוריק פון שרייבן, אפילו ס'איז מיט טעותים. ביזט נישט דער איינציגסטער...
והשנית, וועל איך טאקע אויף דעם תגובה פרובירן אביסל צו פארריכטן, כיד ה' הטובה עלי.


לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.


ציריק - צ"ל צוריק
אפילי - צ"ל אפילו
דיסקאסט - צ"ל דיסקוסירט אדער דיסקוטירט
וואו/ווי - צ"ל וואו
אנוויזן - צ"ל אנווייזן (מסתמא נאר א טעות הדפוס)
וועלעכע - צ"ל וועלכע
צו - צ"ל צי
זאלן די מנהלים זאלן - כפל הלשון
אינפארסן - צ"ל אינפארסירן
[/b]

דינסטאג יוני 19, 2007 5:09 pm

שני נביאים נתנבאו... און איכער האט אפילו באמערקט וואס איך האב אויסגעלאזט.

דינסטאג יוני 19, 2007 5:18 pm

און דאס זעלבע פארקערט, כאטש דארט וואו איך האב געטראכט אז ס'איז א טעות הדפוס, האבעך נישט געשריבן, און ביידאוועי, איך האלט אז מ'קען שרייבן דיסקאסט, כ'מיין אז די וואו, אויף וואס דו באציסט זיך, מיינט ער צו שרייבן, וואס, נאר די סמ'ך האט זיך פאררוקט, און אינפארסן, מיין איך אויך, אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, צו שרייבן אינפארסן.

דינסטאג יוני 19, 2007 7:44 pm

לוי;

נעם דיר איין כלל אין קאפ אריין: קיינער איז נישט פערפעקט, אפילו דער גרעסטער מומחה מר. אידיש האט אין זיין ערשטן בוך געהאט צענדליגער טעותי הדפוס. דער עיקר: שרייב און שרייב, און וועסט זיך שוין דערלערנען - אזוי ווי אסאך מיטגלידער דא האבן געטאן, און מיט דער צייט זענען זיי געווארן גאנצע אדער האלבע מומחים.

דאנערשטאג יוני 21, 2007 9:27 am

איך הער; מאשקע;
א גרויסן יישר כח.

קרעמער;
מיין ציל איז נישט צו זיין פערפעקט, מיין ציל איז אבער יא צו זיין כמעט וואו א דודכשניטליכער שרייבער.
__________
דא דארף איך אויך לייגען מיין חתומה? :smile:
(נאר ענטפערן אויב עס איז נישט גוט געספעלט...)

דאנערשטאג יוני 21, 2007 10:29 am

איך האב יעצט באמערקט א טעות אינעם קעפל: פראקסט מיך אויס, צ"ל פראקטס. באט עניוועי.
דא דארף איך אויך לייגען (לייגן) מיין חתומה (חתימה)?

דאנערשטאג יוני 21, 2007 11:30 am

"דורכשניטליכער" שרייבער כצ"ל

פרייטאג יוני 22, 2007 2:37 am

מאשקע
פארוואס זאגסטו, אז צו צ"ל צי, למה?

פרייטאג יוני 22, 2007 10:38 am

היכלא;

עס זענען דא צוויי 'צוויים' (אזוי צו זאגן), "אל משה" שרייבט מען מיט א וי"ו, "צו משה", אבער אזוי "צי" אזוי, קומט מיט א יו"ד.

פרייטאג יוני 22, 2007 11:29 am

לאמיר זעהן צי איך ווייס שוין.
ווען מען שרייבט צו א מענטש, שרייבט מען צו. און ווען מען שרייבט צי עפעס וואס האט נישט מיט קיין מענטש, שרייבט מען צי.

די זעלבע וואו ביי דו/די,
דו, גיי ארויס פון דא. וואס ליגט אין די כלי.

איז עס גוט?

פרייטאג יוני 22, 2007 11:46 am

צי/צו האט נישט צוטאן מיט א מענטש אדער אן אוממענטש.. עס ווענדט זיך אויב דו ווילסט זאגן 'אדער' (צי) אדער דו ווילסט גיין 'צו' א געוויסע ארט אדער רעדן 'צו' איינעם.

פרייטאג יוני 22, 2007 11:51 am

קענסט מיר אפשר שרייבן אפאר פארעגרעפן און עס זאל דארט אפאר מאל צו און אויך צי, אז איך זאל עס קענן בעסער פארשטיין?

פרייטאג יוני 22, 2007 11:57 am

קרעמער זאג מיר צו כאב רעכט.

אסאך מאל איז שווער צי וויסן אויב יענקל וועט גיין צו שמעונ'ן, צי ער וועט גיין צו ראובנ'ן.

פרייטאג יוני 22, 2007 12:01 pm

סאכדעס האט געשריבן:קרעמער זאג מיר צו כאב רעכט.

אסאך מאל איז שווער צי וויסן אויב יענקל וועט גיין צו שמעונ'ן, צי ער וועט גיין צו ראובנ'ן.


די ערשטע איז א גרייז, וכצ"ל: זאג מיר צי כאב (אויך מיר א ווארט) רעכט.

דאס צווייטע איז אויך גרייזיג, וצ"ל: אסאך מאל איז שווער צו וויסן.

זונטאג יוני 24, 2007 12:32 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:33 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג יוני 24, 2007 12:58 pm

בני-היכלא;

דיין טענה האט זיך ווארשיינליך באצויגן אויף דעם פראזע פון לוי: "צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט", וואס אויף דעם האט מאשקע מעיר געווען אז מען דארף שרייבן "צי", ווייל דאס איז במקום ספק, נישט במקום אל.

זונטאג יוני 24, 2007 1:36 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:33 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יוני 26, 2007 8:48 am

קרעמער,

פארוואס טאקע שרייבט מען "צו וואוסן (וויסן?)" און נישט "צי" וויסן? לכאורה, דער צו\י איז דאך נישט "צו" גיין, און נישט ווי "יא צי ניין", נאר גאר א דריטע זאך. איך ווייס אז אין ענגליש וואלט מען טאקע גענוצט TO KNOW, וואס גיבט דיר רעכט, און די זעלבע אין לשון קודש "לדעת" איז די למ"ד אויף דיין זייט. אלזא, וואס איז דאס טאקע, און פארוואס איז דאס אזוי?

דינסטאג יוני 26, 2007 11:00 am

וואס דארפסטו מער ראיות ווי דאס איז סיי אין לשון הקודש און סיי להבדיל אין ענגליש איז עס "אל"/"TO"?

לאמור = אזוי 'צו' זאגן.

דינסטאג יוני 26, 2007 11:09 am

לאמיר זען צי די צו/צי אין דעם תגובה איז אויסגעהאלטן צי נישט.
ראובן איז געגאנגען אהיים צו שמעון און פארברענגט מיט דברי תורה, דערנאך זענען זיי ווייטער געגאנגען צו א אנדער פלאץ, און אויפן וועג האבן זיי ווייטער געשמועסט און שמעון געט א זאג פאר ראובן, איך גיי דיך עפעס פרעגן און לאמיר זען צי דו וועסט מיר קענען ענטפערן צי נישט, זאגט ער אים גוט, פרעג. פרעגט אים שמעון ווען שרייבט מען צו מיט א ו' און ווען מיט א י'. זאגט ראובן צו שמעון, זייער פשוט, אל שמעון, שרייבט מען צו שמעון. און אזוי אויך לשמעון, צו שמעון. לאמר, אזוי צו זאגן. און אזוי כמעט איבעראל ניצט מען א ו'. אבער ווען דו ווילסט פרעגן א שאלה איבער א ענין צי עס איז געווען אזוי צי אזוי. דעמאלס נוצטו א י'. בקיצור, "אין צי אלא לשון שאלה".

דינסטאג יוני 26, 2007 11:17 am

ס'איז דא נאך א צו, דער ענגלישער TOO צו סאך,

דינסטאג יוני 26, 2007 11:20 am

לוי האט געשריבן:לאמיר זען צי די צו/צי אין דעם תגובה איז אויסגעהאלטן צי נישט.
ראובן איז געגאנגען אהיים צו שמעון און פארברענגט מיט דברי תורה, דערנאך זענען זיי ווייטער געגאנגען צו א אנדער פלאץ, און אויפן וועג האבן זיי ווייטער געשמועסט און שמעון געט א זאג פאר ראובן, איך גיי דיך עפעס פרעגן און לאמיר זען צי דו וועסט מיר קענען ענטפערן צי נישט, זאגט ער אים גוט, פרעג. פרעגט אים שמעון ווען שרייבט מען צו מיט א ו' און ווען מיט א י'. זאגט ראובן צו שמעון, זייער פשוט, אל שמעון, שרייבט מען צו שמעון. און אזוי אויך לשמעון, צו שמעון. לאמר, אזוי צו זאגן. און אזוי כמעט איבעראל ניצט מען א ו'. אבער ווען דו ווילסט פרעגן א שאלה איבער א ענין צי עס איז געווען אזוי צי אזוי. דעמאלס נוצטו א י'. בקיצור, "אין צי אלא לשון שאלה".


וואונדערבאר! באקומסט א 100% אויפן פראבע (טעסט? בחינה?).

איין הערה קטנה (נישט וואס אנבאלאנגט דעם צוצי) במקום "א אנדער פלאץ", שרייבט מען "אן אנדער פלאץ", ווי די כלל לויטעט אז ווען עס שטייט "א" בעפאר א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט אן אלף אדער אן עין, ווערט דאס פארוואנדעלט אין אן "אן" (קרוב מיט קאפי אנ-אן).

דינסטאג יוני 26, 2007 1:02 pm

לוי;
זייער גוט. האסט ארויס די זאך.

בני היכלא;
יענץ זאגט מען אויך "צו".
שרייב א תגובה

Advertisement