מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 19, 2007 1:44 pm

אפשר אינעם אלטן קרעטשמע האט מען שוין גערעדט דערפון, דא זיכער נישט.

ביים לערנען ווייסט יעדער אז ווען מ'גרייכט צו א קל-וחומר, פארקנייטשט מען זיך דעם שטערן, מ'דרייעט מיט'ן דיקען פינגער וואו די קינדער ביי שבכל הלילות, מ'הייבט אינטער די שטימע און ספאנטאן זינגט מען מיט'ן באקאנטן ניגון "מאאאאדעך ווען....... איז דאך זיכער......"

יעצט וואס איז אויב איך האלט מיך נישט ביי 'מאד'ען בשום אופן? פשוט ווייל איך וווייס נישט וואס די העק דאס איז רבוש"ע, וואזוי 'מאד' מען זיך, אז די ווילסט דווקא 'מאד' די דיך איך וועל דיך שוין נאכמאכן.

א געלעכטער און א זייט, האט מיר איינער אמאל מסביר געווען (אומר דבר בשם אומרו) אז עס צוויי ווערטער מה (לשה"ק) און דאך (אידיש), און פשט איז זעסט 'דאך' דארט אזוי איז דאך זיכער ביי דעם, נישקשה, אבער ס'פרעגט אפ דעם גאנצן געזינגאכץ עס איז ענדערש ווי ביי א מה-מצינו וואס דארט ביזטו סאליד העכסטענס ביים אויספיר וועסטו אינטערשפרינגען.

אלס א ראיה צו דעם טעאריע האב איך גענישטערט אין הארקאווי'ס דיקשינערי, ער דערמאנט בכלל נישט דעם אויסשפראך סאו מעבי איז עס טאקען נישט אידיש.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » דינסטאג יוני 19, 2007 4:58 pm

וויינרייך האט יא "מה-דאך". און ווי באקאנט איז דער הארקאווי א סאך מאל "אוטדעיטעד".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 19, 2007 5:20 pm

וואס טייטשט ער?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יוני 19, 2007 6:06 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 19, 2007 8:37 pm

אין אלט קרעטשמע - דאכט זיך - האב איך אמאל געשריבן, אז לערנענדיג אין אן אמעריקאנע חדר האבן זיי געטייטשט אנשטאט "מאדאך" דעם טרוקענעם IF, איבריג צו זאגן אז דער מאדאך האט נישט אזוי מרפסין איגרא'ט ווי ביי אונז אין חדר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יוני 19, 2007 10:49 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 19, 2007 11:25 pm

יישר כח פאר די מראה מקום, טאקע דארטן האב איך געשריבן אז מאדאך איז IF בלעז (באמערקסט אז איך שרייב נישט קיין שטרעכעלעך אינעם בלע"ז? עי' אלט קרעטשמע שצעקתי מרה אקעגן די שטרעכעלעך וועלכע זענען גענצליך איבריג), אן די הקדמה פון די אמעריקאנע חדר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יוני 20, 2007 12:07 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יוני 20, 2007 7:27 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 6:28 pm

אן אלטער טעמע, אבער כל זמן שמזקינין איז דאך דעתן מתיישבת.

אין חדר האט מען געטייטשט אויף 'הן' אדער דאס גלייכנס 'אמער', גראדע קוקט מיר עס אויס די קלארסטע אפטייטש אויפ'ן 'מה' פון לשון הקודש איבערהויפט ביי א די התחלה פון א קל-וחומר.

היצט עפעס נייעס, וויאזוי וואלט איר געטיישט דעם מדה פון א קל-וחומר אויף אידיש און גלייכצייטיג אויף ענגליש?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 8:51 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 9:09 am

בני היכלא, למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי דרך?

אמער, די אידישע קינדער וואס ווילן דאך ארויס פון מצרים, האבן אבער נישט אויסגעהערט מיינע רייד, איז דאך זיכער אז דער רשע פרעה וואס זוכט אלע תירוצים צו פארהאלטן די אידן, ער וועט דאך אוודאי נישט הערן.

כלפי מה הדברים אמורים, אויף די מה פון א התחלה פון א ק"ו, להוציא דעם מה פון א מה-מצינו וואס דארט קלינגט נישט דער אמער אזוי זיס. ודו"ק כי נכון הוא בס"ד

יעצט, וואיזוי זאגט מען דעם מדה זעלבסט אויף אידיש אדער ענגליש, מ'סארי טו לעט יו נאו אז קיינער האט פון דעם נישט געשריבען ביז אהער, מ'האמיר זיך אלס נאר באצויגען צום אפטייטש פון ומה אדער מה-דאך, אבער דער עצם לאגישער ארגומענט איז נישט דערווייל באהאנדלט געווארען.

אין אנדערע ווערטער, וויאזוי וואלסטו מסביר געווען פאר א גוי להבדיל אז אפי' די סיטי געזעץ ביכער רעדן נישן ספעציפיש פון פארקן אויף די סיידוואק (טראטואר באידיש), באט איטס עי Kal Vochimar (עי וואט???) ביקאס מה-יור-סעלף אויב מטאר נישט פארקען ביי א וואקוועי אפי' סאיז אויפן גאדער איז דאך Kol shcken אויף די סיידוואק זעלבסט.....

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 10:01 am


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 11:13 am



מ'האט דאס שוין אויך צוגעצייכנט אין דעם אשכול, ר' זארעך.

די מיליאן דאלער שאלה איז נאך אלס אין די לופט, איז פארהאן אן ענגלישען טערמין צו באצייכענען דעם לאגיק פון א ק"ו, אזוי ווי אן 'אנאלאזשי' אויף א מה-מצינו?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:51 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:59 pm

גוט ארויסגעברענגט ידידי הרב היכלא שליט"א,

בלישנא דאנגלטורא כלשונך איז "זיכער" פארהאן א טערמין דערויף עס ברויך זיך נאר אפירזוכען די פיליזאפען וואס שטודירען לאגיק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 1:12 pm

יגעתי מצאתי,

fortiori inference איז דער לאגישער טערמין אין ענגליש אויף קל וחומר.

א גוט שבת

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 1:51 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » זונטאג אוגוסט 26, 2007 9:38 am

מענין לענין באותו בנין, וואס איז מיט די אידישע ווארט "איי"? למשל: "דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רויט? איי, איך זעה דאך אז דאס איז גרין?!" אדער "דו זאגסט אז דו ביסט געווען אין בית מדרש שבת ביי נשמת? איי, איך האב דיר געזען אריינקומען צו די הערינג מיט נאסע פיאות?!" דער "איי" קומט ווי א צייכן אז פון דא און ווייטער קומט א תמיה אדער א פראגע. איך מיין אז אין ענגליש איז נישט דא אזא איי, נאר איינפאכע "eggs" וועלכע זענען היפש פלאך אין פארגלייך צו די אידישע "איי" וואס איז שפיציג און רונדיג...
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:27 pm

בני היכלא האט געשריבן:עמער ממשיך זיין אין מקוה, גוט שבת.. אבער דארט מאך נישט קיין ופרצת ימה וקדמה צפונ הונגבה, ווילסט טובל'ן דיין זרת'ל ש"י פעמים ח"י, געזונטערהייט, אבער שטיין אויף א פלאץ האט זריעל געשריגן...


איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט, מ'סארי.

ווייטער אין די סעריע פון קל-וחומר, ווייסט איינער מיט וואס א קל-וחומר איז שטערקער פון א מה-מצינו להלכה, דאס הייסט איז פאראהן א נפקא-מינה אין די הלכה געוואנדן לויט די לימוד דערפון.

איינער האט מיר געזאגט אז א מה-מצינו קען מען מפריך זיין מיט א פירכא כל-דהו משא"כ ביי א ק"ו, איך געדענק אויך עפעס אזוי פון תוספות, אבער במציאות פארשטיי איך נישט דער חילוק פארוואס עס איז טאקע אזוי.

קרעזי, (דו האסט עפעס מיט די נייעס אגענטור מיט די זעלבע נאמען?) וועגן דעם אפטייטש פון די ווארט 'איי' איז כדאי צו ערווענען דעם אייער-נעכטן אז הארקאווי דערמאנט אין איינער פון זיינע אפטייטשן אויף די ווארט 'איי' BEFORE וואס שטימיט מיט דעם אייער-נעכטן/פאר-נעכטן, איך קלער נאר צו דאס האט נישט קיין שייכות מיט די 'איי' וואס דו רעדסט, כלומר 'בעפאר' האבן מיר דאך אנדערש געזעהן כנךפע"ד בדרך אפשר.

פאלגענד איז אן אויסשניט פון הארקאווי:
צוגעלייגטע
0067.png
0067.png (5.31 KiB) געזעהן 3621 מאל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 1:48 pm

מילער, מ'סאריט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 1:46 pm

בני היכלא האט געשריבן:מילער, מ'סאריט.


נאכ'ן מ'סאריען, יעצט וואס? כ'האב געווארט אויף דיר יענע וואך אין מקוה ממשיך צו זיין דעם שיעור אין "קל-וחומר" ווי ביסטו געווען? זריעל האט געשריגען, נטע האט געקלאפט אבער ואני על משמרתי אעמודה, ס'הייסט איך ווארט דאך אויף בעני, אבער, אין עול ואין קונה (קרעדיט, עעם כ'געדענק שוין נישט), זיי אזוי גוט און גיב מיר א געהעריגען דאטום ווען מיר גייען ממשיך זיין.

לענינינו, דער "א-פטארטי-אריי - A-Forti-ori" וואס איז דער לאטיינישער/ענגליש טערמין פאר א קל-וחומר, פארשטייט זיך איז זייער נישט קיין פאפולערער ווארט נאר צווישן די לאגיקערס און פיליזאפען וואס שטודירן לאגישע איבערווייזונגען, ביי אונז אידן להבדיל ווייסט יעדער שמוטה-פנה וואס א קל-וחומר טוט באדייטן, דאס איז דאך דער והבדילנו מן התועים ורוממתני מכל הלשונות, יעדער חדר-אינגל האט מער ידיעות ווי סיי וועלכער ערוואקסענער גוי, דאס איז אויסער די איידלקייט אין ערליכקייט.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 3:59 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 4:11 pm

אה, דא ביסטו זאג דעם 'איי' פון הארקאווי האסטו געזעהן, כ'פלעג האלטן איז אייער-נעכטן איז עפעס א אויפגע'באבע'רטע זאך, זעהסט מ'טאר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזיעס, מ'קען קיינמאל וויסן.

איז פארהאן אויף נאך אן אופן ווי מ'נוצט דעם 'איי' אויף 'בעפאר' אונעם היינטיגען מאדערנעם באנוץ?

אקעי בעני אין שפראך טענה'סאט ביסטו נישט אויז געניאל (ג'ברא), אבער וואס טוט זיך מיט'ן קל-וחומר/מה-מצינו פארגלייכונג, איז א ק"ו א שטערקערע ראי' ווי א מצינו אין פאקט (חוץ להלכה)?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 4:35 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט