בלאט 1 פון 4
ראו מה בין בנינו: אונזער חינוך סיסטעם אין שפראך
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 8:58 pm
דורך אנעים זמירות
אויפען וועג גייענדיג אין מקוה דעם שב"ק בין איך פאראויס געלאפען א גוי'טע וואס האט געשטופט איהר יונגע שגצ''לא אין א 'שפאצירער'. אין די סעקונדעס ביז ווען כ'האמעך דערווייטערט האבעך געהערט ווי זי פארציילט דעם קינד א מעשה, בערך אזוי:
"... and from behind the tree he heard a cackle; do you know who it was?"
"Jack Frost."
"That's right - Jackie Frost! Jack was on a mission to steal the snow queen's crown..."
מער האבעך נישט געהערט, אבער פון דאס אליין האבעך געכאפט א ציפ אין הארץ - נישט אויס מורא פארען קרוין... נאר ווייל כ'האב געקלערט מיט ווייטאג, 'פארוואס האבען אונזערע קינדער נישט אזא רייכע לעקסיקאן?'
א טייל איז שולדיג דער יודישע שפראך זעלבסט וואס איז ווייט נישט אזוי רייך ווי ענגליש - וואס דארפען מיר דען מער פון דעם אז ווען אין ענגליש קען מען: laugh, cackle, guffaw, giggle, chuckle, ועוד, קעמען אין יודיש בלויז לאכען!
מען קען אבער נישט נאר באשולדיגען יודיש, ווייל פון מיין ערפארונג אלס לערער ווייס איך דאס אפילו אין יודישע שטובער וואו מ'רעדט ענגליש איז דער לעקסיקאן געווענליך גאר באגרעניצט.
פארוואס טאקע? פארוואס זאלען מיר נישט זיכער מאכען צו בארייכערען אונזערע קינדער, און זיי באגליקען מיט א ברייטע לעקסיקאן?
אין אמת'ן קען מען ווארפעם א חלק - עס וויל זיך זאגען א גרויסע חלק - פונעם שולד אויף די היינטיגע שרייבער, צי זשורנאליסטען צי ארויסגעבער פון קינדער-ביכער. קעגען דעם וואס איך האב אלס גאר קליין קינד געליינט מחנים ביכער פון מנחם מענדל, און זאגאר פאר איך האב געקענט אליין ליינען פלעגט מיין מאמע מיר זיי פארציילען, וואס פון די ביכער קען מען קונה זיין א היבש רייכע הויכע-ניווא לעקסיקאן, ליינען מיינע קינדער נארישע היינטיגע ביכער.
איך גיי נישט אפילו אריין אינעם אונטערשיד תוכן'ווייז צווישען די מחנים סיפורי צדיקים און 'וואו ביסטו ברוינע בער?' מיט מלכי און יוסעלע, אבער אפילו די נארישע מעשות זאלען כאטש ווערען געשריבען אין א זאפטיגען שפראך. ליידער בין איך נישט בכח משנה צו זיין אינדערהיים ווייל איך בין כמעט נישט מיט די קליינע דורכען וואך, און מיטען יודענע קענעך מיך נישט קריגען, ווילעך עכ"פ זיך אפרעדען פון הארצען. גראדע איך פראביר יא צ.ב.ש. שבת ביים סעודה רעדען צו זיי און אריינווארפען 'העכערע' ווערטער דא און דארט, אבער אין הקומץ משביע.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 9:05 pm
דורך ידיד
בין איך דער איינציגסטער וואס האט ביים זען דעם קעפל און ביים ליינען דעם ערשטן חלק געמיינט אז ס'קומט דא א משל ונמשל לכבוד די עשרת ימי תשובה...?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:44 am
דורך אנעים זמירות
נעוואדע וואלט איך געקענט שרייבען 'פארוואס האבען יודישע קינדער אזא שוואכע לעקסיקאן?', אבער אזא קעפל ציהט נאר חובבי לשון (און אפשר חובבי אנעים זמירות... דאס וואלט אבער יא געדארפט דינען אלס רמז, אז עס איז אינעם שפראך פארום.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 10:48 am
דורך אליעזר גרינפעלד
הער אנעים אל יחר אפך
ערשטענס זעסטו דאך אז די וואס זענען אינטערעסירט טוהן דאך ליינען
אזוי ווערן זיי בארייכערט מיט ווערטער (בארייכערט איז גוט געספעלט?)
טוישן די סיסטעם גייסטו נישט, אריינגעבן אפעטיט אין די וועלט גייסטו אויך נישט
פרוביר ווייטער אריינצוגעבן אין דיינע קינדער וויפיל דו קענסט
איך האב שוין לאנג געוויינט אויף דעם נושא, און נאך נושאים כעין זה
והמבין יבין, גארנישט טוישט זיך נישט, ארבייט אויף דיר אליין
אויף דיינע קינדער אויב די קענסט - א גוט יאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 11:54 am
דורך שמעק_טאביק
ווי אזוי זאגט מען אין ענגליש "די שפראך איז צו ארעם, נישט פאראן די ריכטיגע ווערטער" צו באשרייבן......?
וואס איז די עצה, אנעים? גיי מיר באררייכערן דעם דיקשאנערי מיט נייע ווערטער? #גוטע פלאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 12:28 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
שמעק כמדומה לי האסטו נישט גוט פארשטאנען וואס אנעים וויל
ער טעהנט די ווערטער זענען אין דיקשאנערי
סע ברויך זיין און אונזערע קעפ
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 12:37 pm
דורך ידיד
איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער ביידע, סיי אז אידיש איז א ארימערע שפראך ווי ענגליש, און סיי אז דאס וואס ס'איז יא דא נוצט מען נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 1:03 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
סע איז גראדע אידיש גארנישט אזא ארימע שפראך
סע דא גענוג ווערטער וואס סע איז נישט דא אין ענגליש
גראדע אויף די משל פון לאכן - שמייכלען
אונטערשמייכלען, לאכן מיט א פיל מויל, ועוד וכו'
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 1:05 pm
דורך למעלה משבעים
אנעים, די ציפ האט זיך שוין פארהיילט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:36 pm
דורך אנעים זמירות
אויב מען ווייסט וויאזוי צו געבען לאזט עס בלל נישט קיין סימן. פרעג נאר דער חדר רבי...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 4:15 pm
דורך מיללער
אל כבוד הרב המנעים זמירותיו, ולהשומע יונעם
איבער די אלגעמיינע ווייטאג בהשפלת כבוד האידיש (או יודיש בדברי נעימותיו) איז שוין אסאך געשריבען געווארן, במיוחד האבן מיר דא בתוכינו א ספעציעלע 'וויינען' אשכול פון מאשקע ע"ה (לינקערס לינקט), וואו מיר האבן שוין ארויסגעברעגנט בטוט"ד דער חורבן נורא איבער די אנאלפאבעטישקייט וואס הערשט בתוכינו, אנגעהויבן פון די ליטעראטור און צייטונגען וועלכע באנוצען זיך מיט אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, באגלייט מיט בילדער-העפטן און אנדער זינלאזע ארטיקלען, און די זעלבע מיט די מאטריאל וואס ווערט פארטיילט אין די חדרים וכדו', ועל זה ידוו כל הדווים.
איין קליינע הערה'לע, איר הייבט אן דעם ווייטאג מיט א צושטעל פון להבדיל אן ערלית וכו', לפע"ד איז דאס זייער נישט קיין לייטישער צאמשטעל בלשון המעטה, קודם איז דאך קלאר אז וויפיל מ'ליינט דא אין די צייטונגען וכדו' (אפשר אין גרויס בריטאניע איז אנדערש בזה) הערשט א שטארקע אפרעדעניש ביי די גוים איבער די שוואכע עדיוקאציע ביי די אלגעמיינע גוים, עס איז דאך פשוט אז דער טעקסטינג גענעראציע וואקסט אויף אויף זייער א נידריגע שטאפל פון קאמיוניקאציע, לול מיט OMG איז וואס א סתם עמך גוי ווייסט, און דעטס עבאוט איט, און ליידער וויאזוי עס גוי'אישט זיך וכו'
אויסער דעם, אידישע קינדער זענען באקאנט אלס דער עם הספר, און כאטש טאקע וואס אין אידיש איז דער נייער דור א דור תהפוכות בנים לא אמון בם, איז אבער דא דער אתה בחרתנו און ורוממתנו נאך אלס, עס וואקסן אויף טויזנטער אידישע קינדער על דרך ישראל סבא בלימודים אין ספרי קודש אויף לשון הקודש, א פשוט'ער בחור'ל וואס האט געענדיגט עטליכע מסכתות אין ש"ס האט א ידיעה אין לשון הקודש און אראמיש, וואס מיינט אויטאמאטיש אז זיין 'גמרא קאפ' איז אויסגעשארפט און ער שטייט אסאך העכער פון א פשוט'ער ערל פון פאבליק שולע, ממילא איז לעכערליך צו מאכן דער פראבלעם פון 'אידיש' באזירט אויפן 'ראו מה בינינו' עס איז ברוך השם דא סאך 'בינינו', א מרחק רב.
(כתבתי והארכתי קצת להוציא ולאפוקי מאלו שמתיימרים לאחרונה להפיץ דעות נפסדות ולהבאיש ריחם של שלומי אמוני ישראל דורכן אראפקלאפן דעם חינוך סיסטעם וכאמ"ל והדברים עתיקים ארוכים ויגעים, ואם אין דעת שרייט דאך דער רבי הבדלה מנין, רבי לא שנאה ר' חייא מנין, זאל מיר אלע זיין געזונט און פריש)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 4:19 pm
דורך מאנ-יימער
מיללער האט געשריבן:במיוחד האבן מיר דא בתוכינו א ספעציעלע 'וויינען' אשכול פון מאשקע ע"ה (לינקערס לינקט)
viewtopic.php?f=17&t=4369
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 8:14 pm
דורך אנעים זמירות
ר' מיללער איהר זענט גערעכט. געוויס שטיין מיר מיילען ווייטער ווי דער גוי, מיט אלעס וואס איהר האט ערווענט און נאך. ביי די איינע זאך - צו זיין articulate - האב איך אבער באמערקט מערערע מאל אז גוים זענען אין אלגעמיין פיהל מער ענטוויקעלט אין דעם געביט ווי להבדיל יודען. פארוואס דאס איז ווייס איך נישט קלאר, אבער עס איז א מציאות. למעשה וואלט איך אבער אפשר נישט געדארפט אזוי שרייבען וכנ"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 11:14 pm
דורך אנעים זמירות
בעל דעת האט געשריבן:אנעים:
דע צוויטע מאל דע וואך וואס די אנטוישט מיר
איך האף אלטס תשובת המישקל קימט יעצט אזאנס און אזעלכע
נאדיר
איינס. האפענטליך וועט קומען נאך איינס פאר יו"כ.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 10:23 am
דורך מיללער
אנעים זמירות האט געשריבן:ר' מיללער איהר זענט גערעכט. געוויס שטיין מיר מיילען ווייטער ווי דער גוי, מיט אלעס וואס איהר האט ערווענט און נאך. ביי די איינע זאך - צו זיין articulate - האב איך אבער באמערקט מערערע מאל אז גוים זענען אין אלגעמיין פיהל מער ענטוויקעלט אין דעם געביט ווי להבדיל יודען. פארוואס דאס איז ווייס איך נישט קלאר, אבער עס איז א מציאות. למעשה וואלט איך אבער אפשר נישט געדארפט אזוי שרייבען וכנ"ל.
וגם על זה יש לבעל דין לחלוק ולחלק, ויש לצרף הענין של העקספאזשער של גויי הארצות לכלים מכלים שונים כמו טי.ווי. ושאר כלי משחית מילדותם וצעירותם, דבר שנותן להם יד ללמוד ולהבין דברי שפה ולשון, שכידוע זה נוקד לחדרי בטן ודו"ק.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 5:21 pm
דורך בעאבאכטער
אנעים,
מעג איך אויך א צווישן רוף?...
אידיש איז רייך זאפטיג און הארציג, טאקע דא געוויסע אויסדרוקן וואס ענגליש האט בעסער, אבער נאך אלץ ווייט ווי צו זאגן "א טייל איז שולדיג דער יודישע שפראך זעלבסט וואס איז ווייט נישט אזוי רייך ווי ענגליש" פיל אידישע אויסדרוקן האבן נישט דעם ריכטיגן ערזעץ אין ענגליש, (און ווען עס ווערט איבר געטייטשט גאר פון ענגליש אויך אידיש, יוי... זאל מען זיין געהיטן...)
מעגליך אז איך בין גאר א תניא דמסייע לדבריכם.
לשון קודש, לשון הספר, לשון הגמ', האט שוין הרב מיללער ערוועינט.
אין איין וועגס: די גוי'איש מעשה'לעך פון די חבר'שאפט מיט די בעלי חיים, און באקומען לעצטנס אן אידיש-שפראכנדן שלייער, שורשם זייער נישט גוט... און נישט בלויז פוסט און נאריש, פיל ערגער... וד"ל.
און דאס פיטערט מען אונזערע קינדערלעך, דער בעל חי איז מכלומרשט בעל בחירה "פונקט" ווי דער אדם... רח"ל.
ואכמ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 2:44 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
בעאבעכטאר
כאן מקומו להאריך
חינוך, אויסלערנען די קליינווארג שפראך
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 27, 2014 10:54 pm
דורך מחותן
שאלה: וועלכע'ס סאטמער קינד קען דען נישט ליינען קיין אידיש?
ענטפער: איבער פינף קינדער פון יעדע חדר זענענן נישט פליסיג אין ליינען און פארשטייען אידיש.
שאלה: איז א פראבלעם פאר'ן וואולזיין פינעם קינד?
ענטפער: יא. צוליב זיין נישט קענענן א פליסיג אידש פאלט ער ארויס מיט די הבנה ביים לערנען גמרא און ער ווערט א פראבלאמאטיש קינד, דערנאך א פראבלאמטיש בחור, און מען דארף לייגען א לאטע אויף א לאטע אים צו פיקסען.
לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ און זען וואס מען לערענט מיט אונזערע קינדער.
אין
כתה א' לערענט מען מיט די קינדער א' ב' און אביסל עברי.
אין
כתה ב' איז חזרה אויף עברי און מען לערענט אויס זאגען די ווערטער פון דאוואנען.
אין
כתה ג' די צווייטע האלבע יאר הייבט מען משניות וואס איז געשריבען אויף אראמיש און מען דארף פארשטיין אויף אידיש, דאס איז צוויי שפראכען וואס דאס קינד האט קיינמאל נישט געלערענט.
אין
כתה ד' זאגט מען שוין מיט זיי גמרא אויף אראמיש און מען דארך עס פארשטיין און איבער זאגען אויף אידיש, און דאס איז ווייטער צוויי שפראכען וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט אויסגעלערענט.
ביז דא איז נאך אלעס אקעי ווייל קיינער ערווארט נישט אז דאס קינד זאל "פארשטיין" וואס ער זאגט, בסך בכל דארף ער זיין א גיטע טעיפ ריקארדער און גוט נאך זאגען די פיר שורות משניות/גמרא וואס דער מלמד האט אים פארגעזאגט 8 מאל א טאג פינף טעג א וואך.
אבער אין
כתה ה' הייבט זיך שוין אן א פראבלעם. דאס קינד ווערט עלטער און ער דארף אנהייבען צו פארשטיין גמרא, פלוצליניג דערזעט מען זיך מיט א פראבלעם אז עס איז דא אין יעדע קלאס 7 - 8 שוואכע קינדער וואס די גמרא גייט זיי נישט אריין אין קאפ, דער מלמד דארף קייען שטרוי מיט זיי און ע"פ רוב זענענן זיי נישט מצליח, און ווי עלטער דאס קינד ווערט אלץ שטערעקר ווערט די פראבלעם, און אזוי הייבט זיך אן א סייקעל אז די מוסדות שטעלן צו פריוואטע מלמדים, און די קינדער לערנען פריוואט, און ווי א יאר עלטער ווערן די קינדער מער צוקלאפט און די מוסדות שטעלן צו מער זייטיגע הילף, דאס קינד ווייסט ער איז א שוואכער און די מוסדות פראבירען צו געבן מער הילף, אין ישיבה ווערט עס א קריזיס, און אזוי דרייט זיך די ראד מיט א שנעלקייט ביז יעדער באקימט זיין זיוויג.
האט איינער אמאל גענימען פאזע אין אריינגעטראכט.. פון דארף דאס קינד צו קענענן פליסיג די אידשיע שפראך אז ער זאל בכלל פארשטיין וואס דער מלמד פראבירט אים אויסצולערנען?!
לאמיר כאפען א בליק און זען וואס דער גוי טוט אין 1st grade
Read books in small groups with a teacher.
Begin independent reading.
Be able to identify ideas and details of a story, and be able to re-tell events of a story in order.
Learn words with similar patterns (such as "bat," "sat," and "cat").
Become more skilled at using sounds of letters to read simple words.
Expand her list of "sight words" -- words that are frequently used.
Work on handwriting.
Write simple words and sentences (often still without emphasis on correct spelling). Use two or three sentences to create stories.
Learn how to correctly use punctuation and capitalization in sentences.
Understand and learn plurals of nouns.
זיי - די גוים לערנען דאס כדי צוגרייטען די קינדער צו קענענן א גיטע ענגליש כדי זיי זאלען זיי פליסיג מיט זייער שפראך כדי שפראך זאל נישט זיין שפעטער קיין אפהאלט צו קענענן פארשטיין אין וויסען וואס מען לערענט.
משא"כ מיר אידן פארלאנגען פון אונזערע קינדער אז זיי זאלען ביי די אכט יאר קענענן 3 שפראכען: אידיש, אראמאיש, און לשה"ק, דאס זענענן שפראכען וואס מען האט זיי קיינמאל נישט אויסגעלערענט.. און פאר א פאר א נויט לערענט מען איין שעה אין טאג ענגליש.
עס איז אמת אז ביי קינדער מיט גיטע קעפ געלונגעט עס און זיי כאפען עס אויף, אבער וואס טוט זיך מיט די כמעט דריטעל קלאס וואס האבן נישט די גיטע קעפ? וואס זענענן זיי שולדיג אז די סיסטעם זיגעלט זיי אפ צו זיין פון די שוואכע?
אמת אז נישט אלע "שוואכע" קינדער קימען פון די פראבלעם, אבער א חלק הניכור וואלט מען געקענט פארמיידען אלמלא מען גרייט ווען צו דאס קינד פון קליינווייז אן אז ער זאל קענענן די שפראך וואס ער גייט דארפן ניצען ביי ניין יאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:08 am
דורך נשמה
כבוד הרב מחותן
ווי מער מ'רעדט צום קינד און מ'פארציילט זיי מעשיות, פון ביכלעך, פון אבסטראקט ידיעות, אלץ מער וועלן זיי פארשטיין שפעטער די גמרא, די רש"י, די תוספות, די מהרש"א די טיפקייט און עמקות פון תורתינו הקדושה, און נאך כל הענין.
דו מיינסט נישט צו זאגן אז קינדער פארשטייען נישט יודיש.
קינדער פארשטייען נישט 'אבסטראקט'.
יעדע קינד פארשטייט וואס מ'רעדט צו איהם. ס'איז נאר נישט אויפגעבויעט אין איהם באדייטן מיט א שטארקייט.
ס'דא 'שפראך' דאס הייסט די ווערטער וואס טאטע מאמע רעדן צווישן זיך, און דאס קינד לערנט זיך אויס רעדן.
דערנאך איז דא 'מושגים' א קשיא, א תירוץ, טיפער און ברייטער.
אויב אין די געדאנקן פונעם קינד ליגט גענוג שטארק די באדייט פון 'יו"ט' -מ'זאגט די ווארט יו"ט און ער ווייסט פונקטליך פון וואס מ'רעדט, ער ווייסט אז יו"ט איז נישט שבת אבער אויך נישט וואכן, ער ווייסט קלאר אז נישט 'אלעס' מעג מען טון יו"ט, ער ווייסט אז יו"ט איז דא רעסטריקשאנס- דעם באדייט פון 'א איי וואס ווערט געבוירן', וועט ער גרינגער פארשטיין וואס ס'מיינט 'ביצה שנולדה ביו"ט.
מיט א גוי לערנט מען נישט גמרא.
א גוי דארף קיינמאל נישט זיצן אין קלאס און הערן וויאזוי להבדיל דזשאן האט פרובירט אפצואווענדן עפעס א 'אבסטראקט'
די ענין איז נישט אז מ'דארף אויסלערנן יודיש. די ענין איז 'אבסטראקט'
היינט איז דא אזויפיל מעשה'לעך פון משה'לע מיט יאנקעלע מיט פייגעלע וואס מ'קען פארציילן פאר קינדער.
ס'דא א בוך פון 'טויזענט יודישע ווערטער'
דו ביסט גערעכט מיט דיין שפיץ אז מ'דארף אויסלערנן 'יודיש', די ענין וואס דיך דרוקט און אויך מיך איז:
די ענין אז מ'דארף לערנן קינדער טראכטן, צאמשטעלן, פרובירן פארשטיין, נאך סך מער ווי אלגעמיין.
וואס דארף שוין דער גוי קינד טון?
מה שאין כן א יודיש יונגעל דארף סך מער.
סך טיפערע 'פארשטיין'
מיט דעם ביסטו גערעכט, אז ווי מער מ'רעדט מיטן קינד יודיש; דהיינו אבסטראקט יודיש. אלץ מער ווען ס'קומט צו די לימודים וועט ער אי"ה מער פארשטיין.
כאפסט וואס איך מיין מחותן טייערער?
איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך לייג צו צו דיינע רייד.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:55 am
דורך מחותן
יאפס. ייש״כ פאר משלים זיין אין דיין תגובה דאס וואס איך האב פארפעלט ארויסצוברענגען.
די ברענגסט אויך ארויס א זייטיגע נקודה וואס מעגליך דערין ליגט די פראבלעם, בשנים קדמניות פלעגן מאמעס דערציילען מעשה׳ליך פאר די קינדער בשעת שלאפן גיין אדער בשעת עסן נאכאטמאל און אזוי האבן די קינדער אויפגעכאפט ליינען אין לערנען, משא״כ היינטיגע צייטען איז זעלטען אז א מאמע זאל דערציילען מעשות פאר די קינדער אדער פארברענגן מיט זיי איבער קינדער ביכער, און דאס לאזט איבער א חלל וואס דארף ערזעצט ווערן.
---
נאך א נקודה איבער דיינע ווערטער.
פינקט ווי די פארשטייסט אז דאס מוז פארברענגן א גאנצע יאר צו לערנען עברי כדי ער זיך זיך באקענענן מיט די ווערטער און קענענן דאווענען, דארף דאס קינד אויך פארברענגן א שטיק צייט איבער אידישע קינדער ביכלעך כדי ער זאל קענענן אידיש און ער זאל קענענן שפעטער ליינען און זיין פליסיג אינעם שפראך,
מאי שנא האי מהאי? פארוואס אויף עברי פארשטייט יעדער אז מען מוז אקערן און בראקען כדי אז א קינד זאל עס קענענן, משא״כ די אנדערע שפראכען וואס דאס קינד גייט דארפן ניצען קיקט מען ניטאמאל אן, און דערפאר איז דא דרייצען יעריגע בחור׳ליך וואס קענענן נישט אפלערנען און פארשטיין די אידישע תורה צעטליך וואס מען שיקט זיי אהיים פון חדר..
ליידער בעוניתינו הרבים

וואקסט אינטער א דור וואס האט נישט קיין געדולד צו ליינען די ״בלאט״ אדער די ״איד״ פאר די איינע סיבה וויבאלד זיי זיי זענענן נישט באקוועם צו ליינען אידיש, און דאס קימט וויבאלד זיי האבן אין די יוגענט נישט געלערענט די שפראך, און די זעלבע קינדער זענענן פראבלעמאטיש אין חדר ביים פארשטייען די גמרא אויף אידיש וויבאלד זיי כאפען אלעס אויף שטייטער ווי א צווייטען..
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:20 am
דורך זאכליך
וואס מיינט לענגוויטש? עפעס א מין חינוך מעטהוד?...
שוין פאראכטן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:26 am
דורך קנאפער ידען
זייער זייער גוט געזאגט, אבער עס פעלט נישט אויס צו קריכן צו די גויים פאר דעם, אין די מיידל-שולן [כ'ווייס נישט וועגן סאטמאר, אבער רוב היימישע] איז ממש די זעלבע סיי לגבי אידיש און סיי לגבי ענגליש.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:30 am
דורך Alien
דאס אז ביי די גוים לערנט מען א גוטע ענגליש, דארף אונז גארנישט אויפווייזען. טו מיר א טובה, די אמעריקאנער חינוךאחז טיף אין דער ערד. אה רעדטס פון עדזשעקעשען? גארנישט בעסער ווי זייער חינוך.
יעצט, די בעסטע וועג אויסצולערנען א זאך, איז עס צו פיסיקלי פראקטיצירען. נאכן ליינען ביכער איבער עפעס און אויסלערנען, "ווייסט" מען וואס צו טאן. אבער "קענען" איז נאר נאכן פראקטיצירען און באקומען עקספעריענס. סאוי די בעסטע וועג אויסצולערנען אבסטראקט איז לערנען גמרא. נאר קענסט אפשר זיין גערעכט מיט דעם אז מען הייבט אן גיבן הילף זייער שפעט. הילף הייבט זיך הערשט אן ווען די קלאס האלט ביים נעקסטען, דעמאלטס הייבט מען אן גיבן הילף אויף די פריערדיגע לעוועל. עברי הילף דארף מען גיבן ווען די קלאס לערנט עברי, נישט ווען די קלאס האלט ביי גמרא.
סאוי, די עצם סיסטעם איז גיט. א דורכשניטלעך קונד באקומט וואס ער דארף אויף א געזונטע גוטע וועג. מען דארף נאר באגלייטען די קונדער גלייך פון אנהייב, צו קענען העלפען די קינד וואס איז נאכנישט גרייט, נאך פאר די קלאס גייט צום נעקסטען לעוועל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:39 am
דורך מחותן
איך פארשטיי נישט אייער תגובה, איר הייבט אן מיט א פאקט אז די גוי׳שע חינוך איז אין דער ערד, א זאך וואס עס איז נישט אמת, אבער בכל אופן באלאנגט עס בכלל נישט אין דעם אשכול..
דערנאך זענט איר זיך סותר מינה וביה צו די פראבלעם עקזעקסטירט יא אדער נישט, איר נעמט אן אז די סיסטעם איז גוט כאטש אז עס איז נישט גוט וויבאלד איר אליינס שרייבט אז נאר די דרוכשניטליכע קינדער באקימען וואס זיי דארפן.. אתמהה?! חינוך איז נאר פאר די דרוכשניטליכע קינדער? די איבריגע דריטעל חדר איז שוין פארזיגעלט צו זיין א דורכפאל נאך פון כתה ב׳?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:55 am
דורך מחותן
קנאפער ידען האט געשריבן:זייער זייער גוט געזאגט, אבער עס פעלט נישט אויס צו קריכן צו די גויים פאר דעם, אין די מיידל-שולן [כ'ווייס נישט וועגן סאטמאר, אבער רוב היימישע] איז ממש די זעלבע סיי לגבי אידיש און סיי לגבי ענגליש.
פארוואס נאר אין די מיידעל שולע?