קאלירן אין לשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

קאלירן אין לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויף העברעאיש האבן זיי צוגעפאסט נעמען פאר אלע קאלירן.

אבער לאמיר פראבירן צו טרעפען א נאמען פאר יעדער קאליר, עכ"פ ברענגען גוטע מקורות, צו יעדער קאליר.



ווייס = לבן (רש"י בראשית מט: ולבן שנים יהא מרוב חלב)
שווארץ = שחור (רש"י בראשית יב: ועכשיו אנו באים בין אנשים שחורים ומכוערים, אחיהם של כושים)

רויט = אדום (רש"י בראשית מט: וכן פירוש המקרא אדום עינים יהא מרוב יין)
גרין = ירוק (רש"י שמות י: עלה ירוק וירדור"א בלע"ז [verte])
בלוי = ירוק (רש"י שמות פרק כה: צמר צבוע בדם חלזון, וצבעו ירוק, עי' להלן)
פערפל = ארגמן (פ' תרומה)

טונקל רויט = אדמדם (רש"י שמות יג מט: אדום שבאדומים)
טונקל גרין = ירקרק (רש"י ויקרא יג: ירוק שבירוקין)

ברוין = חום (רש"י בראשית פרק ל: שחום דומה לאדום, און אין די פוסקים ווערט עס אזוי גערופען)
ראזעווע = בהק (רש"י ויקרא יג לט: כמין לובן הנראה בבשר אדם אדום, שקורין רו"ש [rose])
בלאנד = צהוב (רש"י ויקרא יג לז: למה צהוב דומה? לתבנית הזהב)

נישט קלאר:
תכלת = טונקל בלוי/פערפל (רש"י במדבר טו מא: וכן צבע התכלת דומה לצבע רקיע המשחיר לעת ערב)
תכלת = גרין/בלוי (בבלי חולין פט ע"א: תכלת דומה לים = תכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע לכסא הכבוד)
תכלת = גרין (ירושלמי ברכת ב א: תכלת דומה לים וים דומה לעשבים ועשבים לרקיע)


נישט ממש קאלירן
ליכטיג = עמוק (רש"י ויקרא יג:כל מראה לבן עמוק הוא, כמראה חמה עמוקה מן הצל)

וכל המוסיף מוסיפין...
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:39 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

זייער שיין.

דו מיינסט צו זאגן אז אויב קען מען עס טרעפן אין לשה"ק, פארוואס דארף מען קריכן ביז להבדיל עברית.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

הגם איך האב נישט וואס צוצולייגן
איז עס א גוטער אשכול (איך וואלט עס געריקט אין בית המדרש
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

רעדנדיג מיט א רב, האט ער מיר געזאגט, אז ברוין ווערט גערופען אין אלע פוסקים אלס 'חום'.

למעשה, מאן יימר איז ארגמן איז Purple?

אין איירופא איז purple דער ראיאלע קאליר, אזוי אויך בלוי.
פארוואס? ווייל די קאלירן זענען געווען זעהר טייער צו מאכן און צו קויפן, און נאר גאר רייכע האבן זיך געקענט ערלויבן צו פארבען זייערע טעקטיל מיט די קאלירן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אומבאקאנטע קאליר:

גרוי? = כפור (רש"י שמות טז יד: כפור ייליד"ה בלע"ז דעדק כגיר. כאבני גיר והוא מין צבע שחור)
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

ייליד"ה = גלידה?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

איטשע האט געשריבן:אומבאקאנטע קאליר:

גרוי? = כפור (רש"י שמות טז יד: כפור ייליד"ה בלע"ז דעדק כגיר. כאבני גיר והוא מין צבע שחור)

איך מיין סיז צוויי באזונדערע זאכן, כפור = ייליד"ה - דעדק כגיר זה מתרגום אונקלוס
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

היפאקריט האט געשריבן:ייליד"ה = גלידה?

ואל תתמה ווי קען זיין גלידה בלע"ז? דכידוע אז אלע שפראכן האבן מקורות בלשה"ק (געדענק נישט בדיוק, אבער אויף "טטפת" האב איך אמאל געהערט אז נישט דער פשט אז די תורה -שקדמה לכל הע' לשון- באנוצט זיך מיט מילים לועזיות, נאר פארקערט, היות מ'זעט אזא ווארט אין לשון העמים קען מען זאגן אז מקורו בלשון הקודש)
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

א ת"ח האט מיר אנגעוויזן אז בלוי (Blue) ווערט אין רמב"ם גערופן "כחול"
תכלת האמורה בתורה בכל מקום היא הצמר הצבוע כפתוך שבכחול וזו היא דמות הרקיע הנראית לעין השמש בטהרו של רקיע‎
(רמב"ם פ"ב הל' ציצית‎)
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

עיין ערך תכלת...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

היפאקריט האט געשריבן:א ת"ח האט מיר אנגעוויזן אז בלוי (Blue) ווערט אין רמב"ם גערופן "כחול"
תכלת האמורה בתורה בכל מקום היא הצמר הצבוע כפתוך שבכחול וזו היא דמות הרקיע הנראית לעין השמש בטהרו של רקיע‎
(רמב"ם פ"ב הל' ציצית‎)



אין רמב"ם פרענקיל שטייט כפתןך שבכוחל, נישט כחול.

כחול איז פארב וואס די פרויען פארבן די אויגן, יא דאס איז בלוי, אבער דער רמב"ם באציעט זיך צו די באשטאנדטייל דערפון וואס הייסט "פתוך", וואס איז דאס פתוך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אן אינטערעסאנטער נושא, יישר כח ר' איטשע

בין נייגעריג צו באחד מספרי דקדוק ושפת לשון הקודש איז דא א דיון ארוך דערוועגן.

איטשע האט געשריבן:רויט = אדום (רש"י בראשית מט: וכן פירוש המקרא אדום עינים יהא מרוב יין)


פארוואס זענט איר געלאפן ביז פרשת ויחי, דאס ערשטע מאל די קאליר רויט ווערט דערמאנט בתורתינו הק' איז ווארשיינליך ביי עשו, ויצא הראשון אדמוני כולו, אינטערעסאנט איז איז אין די זעלבע סדרה איז דער פסוק 'הלעיטינו נא מן האדם האדם הזה, כי עיף ענכי ע"כ קרא שמו אדום', כאטש ער איז געווען אן 'אדמוני' האט ער הערשט באקומען דעם טיטול שפעטער ביי די מכירת הבכורה ע"ש הנזיד עדשים.

דאס איז משמע קלאר אז דם (בלוט) מיט די קאליר אדום האבן א שייכות, שאלה איז וואס קומט קודם, הייסט בלוט דם ע"ש מראה האדם, אדער הייסט דער קאליר רויט אדום ע"ש שהוא מראה הדם?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

גמרא נדה דף י"ט. ויראו מואב את המים אדומים כדם, למימרא (בניחותא) דדם אדום הוא.
לעצט פארראכטן דורך ווינקל אום דינסטאג יוני 11, 2013 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

קען מען צולייגן צו די שמועס אויך די דמיון פון קאלירן וואס ווערט געניצט, למשל יאדימו כתולע כשלג ילבינו, כסיד היכל, כקרום ביצה כצמר לבן, ריאה דדמיא ככשותא וכמוריקא,
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום דינסטאג יוני 11, 2013 8:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

צום ערשט א דאנק אייך ר' איטשע פאר עפענען דעם נושא, ס'איז זייער אינטערעסאנט. בשב"ק העעל"ט האב איך אביסל ארומגעקוקט און הא לך עטליכע נקודות.
איטשע האט געשריבן:אין רמב"ם פרענקיל שטייט כפתןך שבכוחל, נישט כחול.

כחול איז פארב וואס די פרויען פארבן די אויגן, יא דאס איז בלוי, אבער דער רמב"ם באציעט זיך צו די באשטאנדטייל דערפון וואס הייסט "פתוך", וואס איז דאס פתוך?

כחול היינו כוחל (פשטות) און דער מקור איז נישט נאר אין רמב"ם נאר שוין בגמרא חולין און בראשונים דארט (וז"ל רש"י "ככוחלא - צבע כחול שהוא כמראה לזו"ר לא ירוק ולא שחור") אולם האמת יורה דרכו ווי איר האט געשריבן שאין שם הצבע "כחול" ס'איז נאר א סימן צום בלויען קאליר (דאס האט לכאורה "אלד וויליאמסבורג" מרמז געווען) והגם שמלשון רש"י משמע שזה שם הצבע, בשאר הראשונים שם משתמשים בלשון "כמראה הכחול" וואס דאס איז די זעלבע ווי זיי שרייבן "כמראה הכבד" או "כמראה הבשר" און מסתברא שכן גם כונת רש"י.

'פתוך' איז נישט קיין שם פון א קאליר, פתוך פירושו 'מעורב' זעה משניות נגעים.
איטשע האט געשריבן:גרוי? = כפור (רש"י שמות טז יד: כפור ייליד"ה בלע"ז דעדק כגיר. כאבני גיר והוא מין צבע שחור)

"כפור" טייטש "אייז", אבני גיר איז א מין צבע שחור אבער דער דמיון דא איז נישט צום קאליר (וְעֵינוֹ כְּעֵין הַבְּדֹלַח) נאר צום דינקייט (שפתי חכמים בשם המזרחי) ובאמת שזה רש"י מפורש, וז"ל:
וכגיר שתרגם אונקלוס תוספת הוא על לשון העברית ואין לו תיבה בפסוק


אויך איז אינטערעסאנט אז טייל לייגן "געהל" און קטאגאריע פון ירוק, ויש להאריך עוד בפרט זה.

עוה"פ א גרויסן דאנק אייך פארן ערעפענען אזא אינטערעסאנטע נושא, איך זעה פוטענשל דער אשכול זאל וואקסן און שטייגן, זה הקטן גדול יהי'
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

איטשע האט געשריבן:ראזעווע = בהק (רש"י ויקרא יג לט: כמין לובן הנראה בבשר אדם אדום, שקורין רו"ש [rose])

בין נישט הונדרט פראצנט וואס 'ראזעווע' איז, אבער 'בֹּהַק' איז ווייס דוכט זיך, שטייט דאך אזוי אין פסוק "בֶּהָרֹת כֵּהוֹת לְבָנֹת בֹּהַק הוּא" אזוי אויך בגמ' בכורות מה: "לבן לא ישא לבנה שמא יצא מהם בוהק" וברש"י "בוהק - שלבן ביותר".
דעיס וואס רש"י זאגט "שקורין רו"ש" גייט אויפ'ן אדם האדום (גינג"י בלע"ז) וכצ"ל "בבשר אדם אדום שקורין רו"ש" - ובאמת איז "בהק" נישט דוקא ווייס און לכאורה נישט קיין קאליר, נאר ס'איז מלשון "מַבהִיק - שיינט\צייגט" כמו שרש"י מסיק "כאיש עדשן שבין עדשה לעדשה מבהיק הבשר בלובן צח"

וראה זה מצאתי בספר התשבי
בְּדִבְרֵיּ רַבּוֹתֵינוּ זכרונם לברכה "סִימַן מוּבְהַק" (למשל, גטין כז ע"ב), פֵּירוּשׁ: "מְלֻבַּן וְצַח". וְהוּא נִגְזַר מִלְשׁוֹן "בוֹהַק הוּא" (ויקרא יג לט), שֶׁהוּא נֶגָע שֶׁיֵּש בּוֹ לַבְנוּת הַרְבֶּה. וּבִלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז: "לויטר", וּבְלַעַז: קייארו.
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איטשע האט געשריבן:למעשה, מאן יימר איז ארגמן איז Purple?

אין איירופא איז purple דער ראיאלע קאליר, אזוי אויך בלוי.
פארוואס? ווייל די קאלירן זענען געווען זעהר טייער צו מאכן און צו קויפן, און נאר גאר רייכע האבן זיך געקענט ערלויבן צו פארבען זייערע טעקטיל מיט די קאלירן.


רש"י טייטש'ט אלעמאל מין צבע ששמו ארגמן, וברמב"ם בפ"ח מהל' כלי המקדש הי"ג שטייט "הארגמן היא הצמר הצבוע אדום" און די ראב"ד זאגט דארט לי נראה ארוג משני מינים או משלושה צבעים על כן נקרא ארגמן, ועיין במשנה למלך שם.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איטשע האט געשריבן:גרין = ירוק (רש"י שמות י: עלה ירוק וירדור"א בלע"ז [verte])
בלוי = ירוק (רש"י שמות פרק כה: צמר צבוע בדם חלזון, וצבעו ירוק, עי' להלן)


היפאקריט האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט אז טייל לייגן "געהל" און קטאגאריע פון ירוק, ויש להאריך עוד בפרט זה.


איבער וואס מיינט ירוק ווערט גערעדט כמה פעמים אין ש"ס עיין בתוס' מס' סוכה דף ל"א ד"ה הירוק, ובמס' חולין דף מ"ז ע"ב ד"ה אלא, ובמס' נדה דף י"ט ע"ב ד"ה הירוק.

איבער דעם וואס רש"י זאגט צמר צבוע בדם חלזון, וצבעו ירוק, אן אינטערסאנטע זאך שטייט אין ספר באר מים חיים (פון ר' חיים די ברידער פון מהר"ל) אז צבע ירוק של חלזון מיינט די צבע וואס די חלזון טיט אויסשפייען.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

היפאקריט האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ראזעווע = בהק (רש"י ויקרא יג לט: כמין לובן הנראה בבשר אדם אדום, שקורין רו"ש [rose])

בין נישט הונדרט פראצנט וואס 'ראזעווע' איז, אבער 'בֹּהַק' איז ווייס דוכט זיך, שטייט דאך אזוי אין פסוק "בֶּהָרֹת כֵּהוֹת לְבָנֹת בֹּהַק הוּא" אזוי אויך בגמ' בכורות מה: "לבן לא ישא לבנה שמא יצא מהם בוהק" וברש"י "בוהק - שלבן ביותר".
דעיס וואס רש"י זאגט "שקורין רו"ש" גייט אויפ'ן אדם האדום (גינג"י בלע"ז) וכצ"ל "בבשר אדם אדום שקורין רו"ש" - ובאמת איז "בהק" נישט דוקא ווייס און לכאורה נישט קיין קאליר, נאר ס'איז מלשון "מַבהִיק - שיינט\צייגט" כמו שרש"י מסיק "כאיש עדשן שבין עדשה לעדשה מבהיק הבשר בלובן צח"


אין פראנצויזיש איז רו"ש רויט און רו"ז פינק.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

היפאקריט האט געשריבן:א ת"ח האט מיר אנגעוויזן אז בלוי (Blue) ווערט אין רמב"ם גערופן "כחול"
תכלת האמורה בתורה בכל מקום היא הצמר הצבוע כפתוך שבכחול וזו היא דמות הרקיע הנראית לעין השמש בטהרו של רקיע‎
(רמב"ם פ"ב הל' ציצית‎)


איבער די קאליר פון כחול זעה דא אן אריכות דא
איטשע האט געשריבן:נישט קלאר:
תכלת = טונקל בלוי/פערפל (רש"י במדבר טו מא: וכן צבע התכלת דומה לצבע רקיע המשחיר לעת ערב)
תכלת = גרין/בלוי (בבלי חולין פט ע"א: תכלת דומה לים = תכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע לכסא הכבוד)
תכלת = גרין (ירושלמי ברכת ב א: תכלת דומה לים וים דומה לעשבים ועשבים לרקיע)


די רש"י אז "צבע התכלת דומה לצבע רקיע המשחיר לעת ערב" דאס זאגט רש"י בשם ר' משה הדרשן, רש"י פאר זיך לערנט אז תכלת איז גרין, עיין ברש"י במס' ברכות נ"ז
די רמב"ם זאגט כפתוך שבכחול וזו היא דמות הרקיע הנראית לעין השמש בטהרו של רקיע‎
די חוות יאיר (וכן היה מקובל אצל חכמי אוה"ע אז תכלת איז פורפל
.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:גרין = ירוק (רש"י שמות י: עלה ירוק וירדור"א בלע"ז [verte])
בלוי = ירוק (רש"י שמות פרק כה: צמר צבוע בדם חלזון, וצבעו ירוק, עי' להלן)


היפאקריט האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט אז טייל לייגן "געהל" און קטאגאריע פון ירוק, ויש להאריך עוד בפרט זה.


איבער וואס מיינט ירוק ווערט גערעדט כמה פעמים אין ש"ס עיין בתוס' מס' סוכה דף ל"א ד"ה הירוק, ובמס' חולין דף מ"ז ע"ב ד"ה אלא, ובמס' נדה דף י"ט ע"ב ד"ה הירוק.

דער תוס' אין מסכת נדה איז טאקע וואס איך האב געמיינט (ראיתי סברא זו ברשב"א שם) ס'מיר געווען עקסטער אינטערעסאנט אז דוקא די ווערטער "ירוק ככרתי" איז די ראי' אז ירוק איז נישט גרין! ווייל זאל ווען ירוק זיין גרין וואלט מען דאך נישט געדארפן מדגיש זיין "ככרתי" אלא מאי, סתם ירוק איז עפעס אנדערש (גאלני). פלאי פלאות!
נאר איך פארשטיי נישט, איז געהל מער נוטה לאדמימות ווי גרין? אולי איז גאלני -אדער אתרוג- נישט געל (אדמימות איז זיכער רויט, אזוי האף איך..)


אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איבער דעם וואס רש"י זאגט צמר צבוע בדם חלזון, וצבעו ירוק, אן אינטערסאנטע זאך שטייט אין ספר באר מים חיים (פון ר' חיים די ברידער פון מהר"ל) אז צבע ירוק של חלזון מיינט די צבע וואס די חלזון טיט אויסשפייען.

איר מיינט אז ירוק איז מלשון רוק...? זאגט ער טאקע דאס? אלס רמז אדער אויף אן אמת?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
היפאקריט האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:ראזעווע = בהק (רש"י ויקרא יג לט: כמין לובן הנראה בבשר אדם אדום, שקורין רו"ש [rose])

בין נישט הונדרט פראצנט וואס 'ראזעווע' איז, אבער 'בֹּהַק' איז ווייס דוכט זיך, שטייט דאך אזוי אין פסוק "בֶּהָרֹת כֵּהוֹת לְבָנֹת בֹּהַק הוּא" אזוי אויך בגמ' בכורות מה: "לבן לא ישא לבנה שמא יצא מהם בוהק" וברש"י "בוהק - שלבן ביותר".
דעיס וואס רש"י זאגט "שקורין רו"ש" גייט אויפ'ן אדם האדום (גינג"י בלע"ז) וכצ"ל "בבשר אדם אדום שקורין רו"ש" - ובאמת איז "בהק" נישט דוקא ווייס און לכאורה נישט קיין קאליר, נאר ס'איז מלשון "מַבהִיק - שיינט\צייגט" כמו שרש"י מסיק "כאיש עדשן שבין עדשה לעדשה מבהיק הבשר בלובן צח"


אין פראנצויזיש איז רו"ש רויט און רו"ז פינק.


ראזעווע האב איך געמיינט הנקרא Rose
די שאלה צו רש"י האט געשריבען מיט א שין ימנית צו א ש שמאלית, בפרט אז אין פראנצויזיש איז עס מער "ראזש", דארף מען האכקוקען די אנדערע לעזי רש"י, וויאזוי ער לייגטאויס אזא מען אות משולב.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין די ברורה תורה חומש שרייבט ער דארט אז פרה אדומה איז נישט רויט, נאר ברוין!
ברענגט דאס פון הגרשז"א זצ"ל
איינע פון די הוכחות אז די גמ' זאגט פרה דמיה י'קרים ווייל ס'ז דארף זיין תמימה אן קיין ב' שערות שחורות, און זאגט נישט ווייל א רויטע קוה איז א מילתא דלא שכיחא
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

יהיה כן האט געשריבן:אין די ברורה תורה חומש שרייבט ער דארט אז פרה אדומה איז נישט רויט, נאר ברוין! ברענגט דאס פון הגרשז"א זצ"ל איינע פון די הוכחות אז די גמ' זאגט פרה דמיה יקרים ווייל ס'ז דארף זיין תמימה אן קיין ב' שערות שחורות, און זאגט נישט ווייל א רויטע קוה איז א מילתא דלא שכיחא

נו איז נישט רויט, אבער מה"ת ברוין? וואס זענען די אנדערע ראיות?
ואולי הראי' מסתם סוסים שכ' רש"י בבכורות דף ו. סתם סוסים אדומים הן. אדער ברש"י סוכה לה: כאהינא סומקא: תמרה אדומה ואף זה לאחר שנקלף נהפך לאדמומית כדרך כל הנקלפים בפירות וכידוע פירות הנקלפים נתהפכים לברוין

און פון דא העלמיר אריבער גיין צו וואס הרב איטשע האט געשריבן
איטשע האט געשריבן:ברוין = חום (רש"י בראשית פרק ל: שחום דומה לאדום, און אין די פוסקים ווערט עס אזוי גערופען)

כמדומני אז חום = ברוין הוא חלק משפה המודרני, די פוסקים רופן עס בדרך כלל ברוי"ן בלע"ז. והרי הרבה פוסקים מתירים מראה ברוין (והרי אנו אוסרים כל מה שנוטה לאדמימות) ואף מהאוסרים יש שכתבו שנוטה לשחור. קען דאך עס נישט זיין דער חום וואס רש"י זאגט אז ס'איז דומה לאדום

וז"ל רש"י
חום: שחום [תרגום] דומה לאדום רוש"ו בלעז (ראטה) לשון משנה שחמתית ונמצאת לבנה לענין התבואה

וז"ל הרמב"ן
וכל שה חום: פירשו בו (הראב"ע והרד"ק) שָחוֹר כי השחרות מפני החום, ואיננו נכון בעיני כי רוב הכשבים שחורים וכו' והנכון דעת אונקלוס "שְחוּם" והוא קרוב לאדום וקורין אותו רו"ש וכן פרש"י ויהיה חום מגזרת ואור החמה (ישעיהו ל כו) שהוא דומה לשמש אשר יתאדם קצת

וז"ל הברטנורא ב"ב פרק ה משנה ו
שחמתית: אדומה. וכל חום (בראשית ל) מתרגמינן שחום


ואולי יש שני מיני ברוין, ברוין שנוטה לאדום וזה אולי חום וזה אולי הפרה אדומה. ועוד יש ברוין אחרת שדיברו הפוסקים מזה שאינו נוטה לאדמימות כלל. וצ"ע
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די תרגום אונקלס זאגט אויף פרה אדומה תמימה: תורתא "סמוקתא" שלמתא. אויב איז דאס די זעלבע ווארט ווי: מאי חזית דדמא דידך "סומק" טפי, מיינט דאס רויט, ווייל בלוט איז רויט נישט ברוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”