מיטוואך אפריל 10, 2013 9:17 am
מיינס א טאכטער האט מיר געבעטן, ממש מיט רחמנות, היות זיי האבן א פראגראם אין אידיש שרייבן [א שפראך פון מיטללאלטער...], (ב"ה פאר דעם, אבי נישט א שטודיע וואס איינזהאוער פלעגט צו עסן יעדן מיטואך פאר פרישטיג...)
בתוך הדברים האט מען זיי צוגעשטעלט א פארמעסט (די מענער דרייען זיך אין קרעטשמע...) ווער ס'וועט קענען ברענגען די מערסטע אידיש אויסדריקן וואס האט כמה טייטשן, כגון: שיסל = לעוואר, טרעפ = שטיגן וכו'.
נו נו, כ'האב דען א ברירה געהאט? בין איך געזעסן לערך אן האלבע שטונדע, אנגעשריבן א גאנצע ליסטע.
דאס קינד איז געוווען איבער גליקליך. הלמאי? זי גייט האבן די גרעסטע ליסט און געווינען ס'פארמעסט! [שפראך גייט איר אן? גיי שוין גיי!...]
זי ווייסט נעבעך נישט אז נאך קינדער האבן טאטעס אין קרעטעמע...
האב איך אבער דאך געוואלט זי זאל געוואונען ס'פארמעסט...
איז מיר ביי געפאלן אן איידיע,
"הארך צו שעפעלע זיסע" רוף איך מיך אן צו ס'קינד, "איך גיי דיר אויסזאגן זאכן וואס נאר באבעס ווייסן!"
"דיין טישטער איז א באבע?" פרעג איך, (זי האט נאך אן עלטער באבע...)
"ניין",
"איז גוט, איך גיי דיר אויפשרייבן אויף א פאפיר א ליסטע וואס איך האב געהערט פון באבי נעכי'ס [טאטי'ס באבע] ווען אך בין נאך געווען א קליין יונגעלע, איך וועל דיר אויסלענען וואס יעדע זאך איז, און איך מיין אז נאר ווייניג ווערטער וועט יעדער וויסן"
דער סוף פון די מעשה איז איבריג צו פארציילן, זי איז באקרוינט געוואן אלס די פרעזידענטארין און ליטעראטור אויפזעהערין....
האט איר א טייל פול די ליסטע, וואס האט געהאט דעם נאמען "פון די באבעס לעקסיקאן"
פאהפלאהן (ביידע מיט פינטל)
קאהצן
איבערשפרייט (פינטל)
סאהטיור
עשענטץ
סיוואהטש
קאנע
קעקס
באהקס
ניוגאד
טשעמפע
לעוואור
אמפער (פינטל)
טיפל (פילנטל)
פלאהטיר
בורפיסיג
סוניוג
דעקע (וואג)
זאהמאנץ
אימאהרקן
פערדייס (פינטל)
שעפענער
באהטצירוש
פאהגאטשלעך
פריטלעך
פויקע (פינטל)
פלוג-מאשין
לעקוואר
פויוועדל (פינטל)
קילינטש
פילע (פינטל)
או - קמץ, א - פתח, אה- קמץ פון א מפיק הא,
Advertisement
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:22 am
טייטש זיי מוחל איבער יעדעס ווארט
און לכתחילה שרייב צו דאס ווארט איז אונגאריש, צו פויליש וכדו'
למשל פאווידלע, איז א פוליש ווארט אויף דזעם, עס ווערט נאך געברענגט אין רמ"א הל' ברכות הפירות
היינט זאג גוגעל טרענסלעיט נוצט מען עס נאר אין טשעכיש
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:26 am
אמת דאס איז פאווידלע וואס רמ"א רעדט דערפון.
_______
אז איך וועל טייטשן ווי וועל איך וויסן וועכלע באבעס דער עולם האט?...
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:40 am
טייטש עס ביטע
בדרך צחות - ביטע לייג נקודות ווייל מיינע ציין פליען ארויס......
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:52 am
ר' אליעזר, זייט איר נישט פון אנגארן?
_____
אי"ה שפעטער אביסל וועל איך עס אי"ה טיישטן
מיטוואך אפריל 10, 2013 10:12 am
כ'מיין אז מער פון האלב לא ידענא מאי קאמר.
מיטוואך אפריל 10, 2013 10:52 am
איז אזוי,
פאהפלאהן (ביידע מיט פינטל) = בלעינקעט = ווינטער דעקע
קאהצן = גם מין דעק, נאר דינערס, מיוחד לימי הפרילינג
איבערשפרייט (פינטל) = בעטספערדס
סאהטיור = שאפינג בעג
עשענטץ = סענטס (טייה)
סיוואהטש = ספאנטש
קאנע = קריגל
קעקס = קוקיס
באהקס = שיך פוץ
ניוגאד = ליג שטוהל
טשעמפע = סינק
לעוואור = לעוואר, שיסל
אמפער (פינטל) = אמפער, עמער
טיפל (פילנטל) טעפל, (גיי ווייס פארוואס...)
פלאהטיר = באד האנטוך
בורפיסיג = בארפיסיג, יחף
סוניוג = מאהסקיטאו
דעקע (וואג) איין דעקע = 10 גראם
זאהמאנץ = Enamel
אימאהרקן = קיוקאמבער, אוגערקע
פערדייס (פינטל) = טאמאטע
שעפענער = שאנק
באהטצירוש = באקטעריען
פאהגאטשלעך = מין קיעכעלע בדבש
פריטלעך = איני יודע תרגומו כי לא ראיתי אותם אלא ביי די באבע, והוא גם מין קיכעלע, ממשפחת האייער קיכל, רק יותר משובח ומראהו מיוחד.
פויקע (פינטל) = טערקי
פלוג-מאשין = פליגער
לעקוואר= דזשעם פון עפריקאט
פויוועדל (פינטל) דזשעם פון פלוימען
קילינטש = הענטל פון טיר
פילע (פינטל) = די הייטל אויף די מילך, נישט נוהג בזמן הזה, אמת רב קקיון?
קאהלאהפאטש = האמער
רוב דערפון איז אונגאריש וואס מ'האט עס גענוצט ווי היינט פלעין אידיש...
בינעך דער איינצינגסטער אונגארישער דא?...
מיטוואך אפריל 10, 2013 10:56 am
רב בעאאבאכטער, שיין, רוב ווערטער נוצט נאך די מאמע תחי' ווי געהעריג.
האסט פארפעלט עטליכע.
מיטוואך אפריל 10, 2013 11:03 am
farshlufen האט געשריבן:רב בעאאבאכטער, שיין, רוב ווערטער נוצט נאך די מאמע תחי' ווי געהעריג.
האסט פארפעלט עטליכע.
אדרבא זייט מוסיף, ב"ה איך בין נישט אליין...
מיטוואך אפריל 10, 2013 11:21 am
געוואלדיג ס'טראגט מיר צוריק צום באבעניו אינדערהיים אויפן ניוגאד אונטערן ווארימען פאהפלאהן
מיטוואך אפריל 10, 2013 4:17 pm
אידיש קען איך אבער נישט אונגאריש
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:14 pm
פאַװאָליע = שטייטלעך, רוהאיג (פויליש)
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:17 pm
שטשערקע = האנטעך פאר כלים , אפװישטוך (פױליש)
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:45 am
בד"א טרעפ און שטיגן איז נישט די זעלבע. "מען גייט ארויף די שטיגן", "די שטיגן פארמאגן צוואנציג טרעפ".
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:16 am
געטראפן אין די הויזן טאש נאך אפאר וואס איז פארגעסן געווארן.
לאמעס = שמאהנצעס
פאהפוטש = סליפערס, פאנטאהפל
מחותן קוטיוש = כלומר'שט משפחה
רימען = פאסיק, פאסיק? א מין ווארט... [דער טאטע נעמט א סטראפ, איז א סראפ... איי ר' יו"ט, וואו זייט איר?...]
דריי פערטל איינס = א פערטל צו איינס [קוואדעציאיינס...]
פערטל איינס = א פערטל נאך צוועלף [קוואדענאך צעלעף...]
קרימפירן (פינטל) = קארטאהפל
פאהפריקאש = געדינסטע טשיקן
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 am
מאיפאשטעיטאם = Chopped Liver
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:26 am
האשמענאש - א דייעריע ל"ע
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:29 am
ווינעטאה = Eggplant
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:44 am
חידושים פאר מיר, איינס ביי איינס.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:05 am
farshlufen האט געשריבן:האשמענאש - א דייעריע ל"ע
דאס איז דער אונגארישער ווארט פאר דעם
hasmenés
זאגט ר' גוגעל טרענסלעיט
באקס, פאר שיך פוץ, איז כמדומה אן אמעריקאנער ערפינדונג, ווייל אויף דער שיך פוץ פלעגט שטיין אין גרויסע אותיות bucks וואס איז א געוויסע מין שיך
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:38 am
טאמעיטאס איז paradicsom אויף אונגאריש
און pomidor אויף פוליש
און אזוי רופען עס די פולישע באבעס
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:41 am
קרעקער'ס אויף אונגאריש הייסט קעקס
פריטליך ווערט שוין דערמאנט אין הל' ברכות הפירות, אין סאטמאר עסט מען דאס שבועות,
פריטען שנקרא הויזןבלאזען
עס עס איז טייג (בלילה רכה) געפרעגילט, און עס איז קריספי
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:44 pm
והוא פלאי האט געשריבן:קרעקער'ס אויף אונגאריש הייסט קעקס
פריטליך ווערט שוין דערמאנט אין הל' ברכות הפירות, אין סאטמאר עסט מען דאס שבועות,
פריטען שנקרא הויזןבלאזען
עס עס איז טייג (בלילה רכה) געפרעגילט, און עס איז קריספי
אין גאר גאר גאר גוט!!!
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 2:35 pm
והוא פלאי,
מעגליך איר זייט גערעכט,
אבער איך זאג נאך אוגאריש געבויערנע, וואס דאס איז געווען זייער מוטער שפראך.
"באהקס" האבן זיי נישט גענומען פפון אמעריקע, די אונגארישע פון ארץ ישראל האב אויך גענוצ דעם אויסדרוק.
קעקס האט די באבע [די מאמע אויך] באטיטלט די ביסקוויטס, ווארשיינליך איז עס איך געזאלצענע.
הויזן בלאזן! שקוורין אותם פריטל"ך.. פארגעסן א טורי זהב!... איי וויי.. חרפות ובושות... יישר כח אייך.
דאס איז די פריטלעך פון די באבע.
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:50 pm
וואס טוט זיך מיט "נאפוי" = וועפערס?
וועלכע שפראך איז דאס?