בלאט 1 פון 2

אלץ/אלס

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 5:36 pm
דורך סאכדעס
אזוי ווי אסאך מענטשן - ובתוכם זארעכ אין זיין לאנגע ארטיק פון היינט- ווייסן נישט די חילוק צווישן אלץ און אלס, וועליך עס זאגן דא מיט א משל. אזוי זאל מען וויסן לדורות.

איך אלס אחראי פון די היימישע קרעטשמע, וויל נאך אלץ אז דער עולם זאל קענען א גוטע אידיש.

הגם דער פראז איז בכלל נישט אויסגעהאלטן גראמאטיש. אבער ביידע ווערטער ווערן מוסבר דא.

ווער עס האט א בעסערע משל ווערט מכובד זיך אויפצושטעלן און זאגן.

אגב דאגב, זארעכ, עפעס א נייע ווארט 'דאנקט' האסטו גענוצט צוויי מאל און כ'פארשטייט נישט וואס פשט.

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 6:00 pm
דורך יאנאש
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

איבער די 'דאנקט' אישו, קרעמער נוצט עס גראדע אויך היבש, עס באדייט, בחינת ריטייערן.

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 6:04 pm
דורך סאכדעס
כאבעס ביז היינט נישט געמערקט. כ'זוך עפעס מער א מקור אויף דעם.

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 6:10 pm
דורך זארעכפעפער
שכויח סאכדעס פאר דיין לערע אינעם יודישן שפראך, האפעך אז כ'על דאס געדענקען.

הקיצור אין איין ווארט: זאגסט אז דאס ווארט "אלץ" (מיטן ענדע צדיק) איז עפעס אזא פארקירצטער אויסדריק פונעם ווארט "אלעמאל", איא?

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 10:59 pm
דורך קרעמער
א פארקורצונג פון אלעמאל? לאו דוקא, עס קען זיין צוויי באזונדערע ווערטער, גענומען פון צוויי אנדערע שפראכן, וכדומה. - זיי מיר מסביר וויאזוי דאס ווארט אלעמאל וואלט געשטימט אין סאכדעס'נס זאץ: וויל איך נאך אלעמאל ? נע, עס זאגט זיך: וויל איך נאך אלץ!
---
ווען איינער דאנקט, מיינט דאס אז ער זאגט זיך אפ פון זיין פאסטן. עס איז א קלארע פאקט וואס ברויך קיינע ראיות.

געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 11:42 pm
דורך איך_הער
שכוח פאר די הערה, אלץ קראץ איך מיך דעם קאפ, צו אלס סעקרעטאר מוז איך שרייבן פונקטליך לויט די גראמאטיק, אדער ס'איז גוט סיי וויאזוי, כ'האף אז פון יעצט על איך שוין אלץ שרייבן ווי אזוי מען דארף און זיך קענען פאררופן אלס א בעסערער שרייבער.

לגבי דאנקן, איז דאס אן אלטע זאך אז דאס מיינט, זיך אפזאגן.

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2007 11:05 am
דורך מאשקע
ביום הגמל את יצחק, האט דער רבי געטייטשט "געדאנקט".

געשריבן: דינסטאג מאי 29, 2007 1:44 pm
דורך סאכדעס
זארעכ.. האבעך דע סעכיע אז האבעך געלערנט ס'אלטן דאיען עפעס. בנוגע דיין שאלה האט שוין קרעמער גענפערט בטוטו"ד.

אויסער מאשקע האט קיינער נישט געשריבן א מקור צו דעם ווארט דאנקט. דאנקע/דאנק/דאנקן איז ביי מיר א לשון פון אפרישיעשן. איך באדאנק זיך פאר דיר. דאס אז 'דאנקט' איז 'אנטזאגן זיך' איז ס'ערשטמע מאל וואס כ'בין אויפמערקזאם אויף דעם, און לכאורה ס'ערשטע מאל וואס כ'הער דערפון. אלזא, העט איך ווען געוואלט א מקור, (קרעמער, ראיות איז נישט קיין מקורות, ודוק) צו פון דויטש, אדער פון עפעס אנאדער לעקסיקאן. (באבילאן וכדו')

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2007 12:26 am
דורך איך_הער
'אלץ' מוז יעדע אשכול ווערן פארדרייט, און רעדן פון סיי וואס, נאר נישט 'אלס' א המשך פון אנפאנג.

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2007 10:02 am
דורך מאשקע
אלץ האט איכער אסאך פאן. אלס מיר אויס זאל ער האבן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 31, 2007 1:35 am
דורך אלץ-ווייסער
איך האב געדארפט געבן אזא הויכן קוויטש:
הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אלס מיינט: אלס קרוב, דארף אים נישט בארגן קיין געלט.

אלץ האט צוויי אפטייטשן:
1) אלץ איז מיינס, (אלעס)
2) אלץ מוז ער זיין גערעכט (אייביג)

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:28 pm
דורך משה כהן
"אלץ" איז אזוי ווי "אלעמאל"?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 3:50 pm
דורך איסר האטלקי
משה כהן האט געשריבן:"אלץ" איז אזוי ווי "אלעמאל"?

יא

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 3:52 pm
דורך איסר האטלקי
אלץ-ווייסער האט געשריבן:איך האב געדארפט געבן אזא הויכן קוויטש:
הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אלס מיינט: אלס קרוב, דארף אים נישט בארגן קיין געלט.

אלץ האט צוויי אפטייטשן:
1) אלץ איז מיינס, (אלעס)
2) אלץ מוז ער זיין גערעכט (אייביג)

"אלץ איז מיינס" איז לכאורה נאר א גרייזיגער לשון בני אדם. אלץ מיינט בלויז נומער 2.

Re: אלץ/אלס

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:25 am
דורך די רב פון ליאן
טייערע אידן, ביטע העלפט מיר ארויס.

איך בין נאך אלטס אלץ אלס נישט צופרידן
אלץ מער דו וועסט לערנען אלס מער וועסטו קענען.

וואס די ריכטיגע וועג צו שרייבן די צוויי?

Re:

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:00 pm
דורך המברך יתברך
זארעכפעפער האט געשריבן: מאנטאג מאי 28, 2007 6:10 pm
שכויח סאכדעס פאר דיין לערע אינעם יודישן שפראך, האפעך אז כ'על דאס געדענקען.

הקיצור אין איין ווארט: זאגסט אז דאס ווארט "אלץ" (מיטן ענדע צדיק) איז עפעס אזא פארקירצטער אויסדריק פונעם ווארט "אלעמאל", איא?
אדער "אייביג"

Re: אלץ/אלס

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:06 pm
דורך גרשון
Annotation 2023-04-02 230521.png
Annotation 2023-04-02 230521.png (56.85 KiB) געזען 905 מאל

Re: אלץ/אלס

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:08 pm
דורך המברך יתברך
"דארט ווי" (ווייל "דארט" האב איך שוין געזאגט און יעצט זאג איך "ווי") אדער "דארט וואו" (ווייל 'יא' דארטן)?

Re: אלץ/אלס

געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:13 pm
דורך גרשון
וואו. פרוביר אלץ טראכטן ווי אזוי מ'וואלט געזאגט אין א צווייטער שפראך.

Re: אלץ/אלס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:47 pm
דורך צום פוינט
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:06 pm
Annotation 2023-04-02 230521.png
פון וואו קומט דאס ?
אפשר קענט איר מזכה זיין דעם ציבור מיט א דבר השלם.

Re: אלץ/אלס

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:22 pm
דורך לאגיק
צום פוינט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:47 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:06 pm
Annotation 2023-04-02 230521.png
פון וואו קומט דאס ?
אפשר קענט איר מזכה זיין דעם ציבור מיט א דבר השלם.
?

Re: אלץ/אלס

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:26 pm
דורך המברך יתברך
לאגיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:22 pm
צום פוינט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:47 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:06 pm
Annotation 2023-04-02 230521.png
פון וואו קומט דאס ?
אפשר קענט איר מזכה זיין דעם ציבור מיט א דבר השלם.
?
וועלכער מקור איז מער באגלייבט ווי ר' גרשון אליין?

Re: אלץ/אלס

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:29 pm
דורך גרשון
איך האב עס געמאכט. ס'האט נישט קיין המשך.

Re: אלץ/אלס

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 5:07 pm
דורך המברך יתברך
גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:29 pm
איך האב עס געמאכט. ס'האט נישט קיין המשך.
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 4:26 pm
וועלכער מקור איז מער באגלייבט ווי ר' גרשון אליין?

ברוך שכיוונתי!!

Re: אלץ/אלס

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 7:10 pm
דורך משיח
וואס איז ריכטיג?
נאכאלס אדער נאכאלץ?
still בלע"ז