אלץ/אלס

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

אלץ/אלס

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 28, 2007 5:36 pm

אזוי ווי אסאך מענטשן - ובתוכם זארעכ אין זיין לאנגע ארטיק פון היינט- ווייסן נישט די חילוק צווישן אלץ און אלס, וועליך עס זאגן דא מיט א משל. אזוי זאל מען וויסן לדורות.

איך אלס אחראי פון די היימישע קרעטשמע, וויל נאך אלץ אז דער עולם זאל קענען א גוטע אידיש.

הגם דער פראז איז בכלל נישט אויסגעהאלטן גראמאטיש. אבער ביידע ווערטער ווערן מוסבר דא.

ווער עס האט א בעסערע משל ווערט מכובד זיך אויפצושטעלן און זאגן.

אגב דאגב, זארעכ, עפעס א נייע ווארט 'דאנקט' האסטו גענוצט צוויי מאל און כ'פארשטייט נישט וואס פשט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 28, 2007 6:00 pm

זייער קלאר ארויסגעברענגט.

איבער די 'דאנקט' אישו, קרעמער נוצט עס גראדע אויך היבש, עס באדייט, בחינת ריטייערן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 28, 2007 6:04 pm

כאבעס ביז היינט נישט געמערקט. כ'זוך עפעס מער א מקור אויף דעם.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג מאי 28, 2007 6:10 pm

שכויח סאכדעס פאר דיין לערע אינעם יודישן שפראך, האפעך אז כ'על דאס געדענקען.

הקיצור אין איין ווארט: זאגסט אז דאס ווארט "אלץ" (מיטן ענדע צדיק) איז עפעס אזא פארקירצטער אויסדריק פונעם ווארט "אלעמאל", איא?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 28, 2007 10:59 pm

א פארקורצונג פון אלעמאל? לאו דוקא, עס קען זיין צוויי באזונדערע ווערטער, גענומען פון צוויי אנדערע שפראכן, וכדומה. - זיי מיר מסביר וויאזוי דאס ווארט אלעמאל וואלט געשטימט אין סאכדעס'נס זאץ: וויל איך נאך אלעמאל ? נע, עס זאגט זיך: וויל איך נאך אלץ!
---
ווען איינער דאנקט, מיינט דאס אז ער זאגט זיך אפ פון זיין פאסטן. עס איז א קלארע פאקט וואס ברויך קיינע ראיות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 28, 2007 11:42 pm

שכוח פאר די הערה, אלץ קראץ איך מיך דעם קאפ, צו אלס סעקרעטאר מוז איך שרייבן פונקטליך לויט די גראמאטיק, אדער ס'איז גוט סיי וויאזוי, כ'האף אז פון יעצט על איך שוין אלץ שרייבן ווי אזוי מען דארף און זיך קענען פאררופן אלס א בעסערער שרייבער.

לגבי דאנקן, איז דאס אן אלטע זאך אז דאס מיינט, זיך אפזאגן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 29, 2007 11:05 am

ביום הגמל את יצחק, האט דער רבי געטייטשט "געדאנקט".

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 29, 2007 1:44 pm

זארעכ.. האבעך דע סעכיע אז האבעך געלערנט ס'אלטן דאיען עפעס. בנוגע דיין שאלה האט שוין קרעמער גענפערט בטוטו"ד.

אויסער מאשקע האט קיינער נישט געשריבן א מקור צו דעם ווארט דאנקט. דאנקע/דאנק/דאנקן איז ביי מיר א לשון פון אפרישיעשן. איך באדאנק זיך פאר דיר. דאס אז 'דאנקט' איז 'אנטזאגן זיך' איז ס'ערשטמע מאל וואס כ'בין אויפמערקזאם אויף דעם, און לכאורה ס'ערשטע מאל וואס כ'הער דערפון. אלזא, העט איך ווען געוואלט א מקור, (קרעמער, ראיות איז נישט קיין מקורות, ודוק) צו פון דויטש, אדער פון עפעס אנאדער לעקסיקאן. (באבילאן וכדו')

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 30, 2007 12:26 am

'אלץ' מוז יעדע אשכול ווערן פארדרייט, און רעדן פון סיי וואס, נאר נישט 'אלס' א המשך פון אנפאנג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 30, 2007 10:02 am

אלץ האט איכער אסאך פאן. אלס מיר אויס זאל ער האבן.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 31, 2007 1:35 am

איך האב געדארפט געבן אזא הויכן קוויטש:
הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אלס מיינט: אלס קרוב, דארף אים נישט בארגן קיין געלט.

אלץ האט צוויי אפטייטשן:
1) אלץ איז מיינס, (אלעס)
2) אלץ מוז ער זיין גערעכט (אייביג)
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג ינואר 15, 2018 2:28 pm

"אלץ" איז אזוי ווי "אלעמאל"?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג ינואר 15, 2018 3:50 pm

משה כהן האט געשריבן:"אלץ" איז אזוי ווי "אלעמאל"?

יא
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג ינואר 15, 2018 3:52 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:איך האב געדארפט געבן אזא הויכן קוויטש:
הגם לכבוש את המלכה עמי בבית.

אלס מיינט: אלס קרוב, דארף אים נישט בארגן קיין געלט.

אלץ האט צוויי אפטייטשן:
1) אלץ איז מיינס, (אלעס)
2) אלץ מוז ער זיין גערעכט (אייביג)

"אלץ איז מיינס" איז לכאורה נאר א גרייזיגער לשון בני אדם. אלץ מיינט בלויז נומער 2.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט