ווערט 'אזש' פאלש גענוצט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

ווערט 'אזש' פאלש גענוצט?

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:36 pm

ווען יו"ט ערליך נוצט דעם ווארט 'אזש' מיינט ער צו זאגען דענסמאל. דאהי ווי אויך אין פארשידענע היינטיגע יודישע אויסגאבען זעה איך כסדר ווי מען נוצט עס אלץ סינאנים פון 'אז'. וועלכע איז ריכטיג? פון ווי שטאמט בכלל דער ווארט?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:58 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:ווען יו"ט ערליך נוצט דעם ווארט 'אזש' מיינט ער צו זאגען דענסמאל. דאהי ווי אויך אין פארשידענע היינטיגע יודישע אויסגאבען זעה איך כסדר ווי מען נוצט עס אלץ סינאנים פון 'אז'. וועלכע איז ריכטיג? פון ווי שטאמט בכלל דער ווארט?


נישט דאס און נישט דאס, דעכר אמת איז אז 'אזש' מיינט 'אזוי ווייט אז' זעה הארקאווי.

אין א זאץ: דער בוך איז אזוי גוט געשריבען, אזש, אז דער לייענער שפירט זיך ממש דארט.

(אז מרעדט שוין איך בין שטענדיג מסופק צו משרייבט 'אזש אז' אדער נאר אזש)

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:00 pm

מיללער האט געשריבן:
(אז מרעדט שוין איך בין שטענדיג מסופק צו משרייבט 'אזש אז' אדער נאר אזש)

נאר אזש!
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:07 pm

און טרערען וועלן רינען אזש פון פרייד. (יו"ט ערליך)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:10 pm

Ron Paul האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
(אז מרעדט שוין איך בין שטענדיג מסופק צו משרייבט 'אזש אז' אדער נאר אזש)

נאר אזש!


יישר כחכם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:17 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:און טרערען וועלן רינען אזש פון פרייד. (יו"ט ערליך)

לכאורה גייט די "אזש" ארויף אויף "פרייד" דהיינו "עס וועט זיין "אזא גרויסע" פרייד, אז עס וועט רינען טרערן". דאס אז ס'איז פארקערט, איז נישט קיין קשיא ביי פאעזיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:18 pm

ביי יוסף מוקיר שבת, ס'האט אין אויווען אזש געקנאקט?

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:19 pm

דער אזש דארט קען אויך ארויפ אויף די "טרערן". אזא שטארקע פרייד אזש ס'רירנט טרערן!
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:23 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:ביי יוסף מוקיר שבת, ס'האט אין אויווען אזש געקנאקט?

מיינט לכאורה, אס ס'האט "אזוי שטארק געבאקען" אז עס האט געקנאקט, און כמעשהו בראשון געשריבן פארקערט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:28 pm

איי דאנאו, מיר שיינט נאכאלץ אז יו"ט ערליך האט עס גענוצט במקום דענסמאל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:30 pm

Ron Paul האט געשריבן:דער אזש דארט קען אויך ארויפ אויף די "טרערן". אזא שטארקע פרייד אזש ס'רירנט טרערן!

אזש = אזוי ווייט. וואס איז דא אזוי ווייט? די טרערן, אדער די פרייד?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:31 pm

די טרערן. אזוי קען מען זאגן. דיין פשט איז אויך גוט
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:33 pm

Ron Paul האט געשריבן:די טרערן. אזוי קען מען זאגן. דיין פשט איז אויך גוט

יו דעס איז אביסל טיעף,
די טרערן איז נישט "אזוי ווייט" די פרייד איז אזוי ווייט אז ס'קומט טרערן, דאס איז לויט דיר אויך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:35 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איי דאנאו, מיר שיינט נאכאלץ אז יו"ט ערליך האט עס גענוצט במקום דענסמאל.

איר האט א טשאלענדזש איצט... אסאך מאל איז שווער זיך אפגעוויינען פון וואס מ'האט אלץ געמיינט צו יין ריכטיג...

אזש מיט דענסמאל האבן קיין שייכות
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:36 pm

האסט א פוינט, כתחילה...
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:48 pm

Ron Paul האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איי דאנאו, מיר שיינט נאכאלץ אז יו"ט ערליך האט עס גענוצט במקום דענסמאל.

איר האט א טשאלענדזש איצט... אסאך מאל איז שווער זיך אפגעוויינען פון וואס מ'האט אלץ געמיינט צו יין ריכטיג...

אזש מיט דענסמאל האבן קיין שייכות

;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 4:19 pm

עס קען זיין אז אזש מיט דענסמאל האבען קיין שייכות, אבער לכאורה האט יו"ט ערליך עס יא אזוי גענוצט. עס קען זיין ער האט זיך טועה געוועהן, ער איז דאך נאר געוועהן א מענטש.

נ.ב. כמובן קען אויך זיין אז איך בין מיר טועה...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 3:21 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:עס קען זיין אז אזש מיט דענסמאל האבען קיין שייכות, אבער לכאורה האט יו"ט ערליך עס יא אזוי גענוצט. עס קען זיין ער האט זיך טועה געוועהן, ער איז דאך נאר געוועהן א מענטש.

נ.ב. כמובן קען אויך זיין אז איך בין מיר טועה...

ר' יו"ט איז געווען א זעלטענער דיכטער.
ר' יו"ט האט געקאנט אידיש.
"אזש" איז ביי אים געווען אין באנוץ מיט זיין אידיש וואס ר'האט געהאט פון מאמע לשון, פונקט אזוי ווי זיין אויסדרוק "דרוכאויס", (באלד וועסטו נאך זאגן/פרעגן אז ס'מיינס "ארויס דורך" נאר ער האט זיך טועה געווען...)
"פארגעסן" וועסטו אמאהל 'בטעות' ניצן אנשטאט "אפעסן"?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 10:10 am

בעאבאכטער האט געשריבן:"פארגעסן" וועסטו אמאהל 'בטעות' ניצן אנשטאט "אפעסן"?


קאן זיין...כ'האב שוין פארגעסן...כ'מיין אפגעגעסן...כ'בין שוין אינגאנצען צומישט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

דוראק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

תגובהדורך דוראק » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:52 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:עס קען זיין אז אזש מיט דענסמאל האבען קיין שייכות, אבער לכאורה האט יו"ט ערליך עס יא אזוי גענוצט. עס קען זיין ער האט זיך טועה געוועהן, ער איז דאך נאר געוועהן א מענטש.

נ.ב. כמובן קען אויך זיין אז איך בין מיר טועה...

ר' יו"ט איז געווען א זעלטענער דיכטער.
ר' יו"ט האט געקאנט אידיש.
"אזש" איז ביי אים געווען אין באנוץ מיט זיין אידיש וואס ר'האט געהאט פון מאמע לשון, פונקט אזוי ווי זיין אויסדרוק "דרוכאויס", (באלד וועסטו נאך זאגן/פרעגן אז ס'מיינס "ארויס דורך" נאר ער האט זיך טועה געווען...)
"פארגעסן" וועסטו אמאהל 'בטעות' ניצן אנשטאט "אפעסן"?

אָטאָ די ביידע קומען אָפט צו נוץ אינעם ליטווישן-רײַסנער דיאַלעקט.
ר' יום-טוב זצ"ל האָט זיכער געקענט אידיש בעסער פאר אונז אַלע, נאָר די צוויי בײַשפּילן זײַנען - דוכט זיך - קיין באַווײַז, וואָרום ס'רעדט זיך וועגן אַ באַזונדערע דיאַלעקט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 9:39 pm

דוראק האט געשריבן:אָטאָ די ביידע קומען אָפט צו נוץ אינעם ליטווישן-רײַסנער דיאַלעקט.
ר' יום-טוב זצ"ל האָט זיכער געקענט אידיש בעסער פאר אונז אַלע, נאָר די צוויי בײַשפּילן זײַנען - דוכט זיך - קיין באַווײַז, וואָרום ס'רעדט זיך וועגן אַ באַזונדערע דיאַלעקט.


מיר האָבן ניט אזוי גוט פארשטאנען וואס איר באַווײַזט דאָ.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 07, 2018 5:33 am

ווי די ידענים שרייבן נוצט ר' יו"ט אזש ריכטיג, במקום "אזוי ווייט אז".
איין דוגמא איז ביי הילל "ער ווערט אזש בעגאסן מיט שווייס".
Innocent until proven Republican


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט