ילקוט מליצות לכתיבה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 18, 2016 1:41 pm

באקומען אויף בליץ פאסט פון אן אפטער שרייבער דא
מכתבך קיבלתי יום לפני יומיים,
בעמדי בין תנור לכיריים,
טרוד ב"והכינו" בשתי ידיים,
אי לזאת לא שתיתי לבי לעיין בעיניים,

קומט עם נישט קיין פסק פאר באהאלטען דעם כשרון פון עולם ?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג ינואר 18, 2016 2:13 pm

קיקיון האט געשריבן:באקומען אויף בליץ פאסט פון אן אפטער שרייבער דא
מכתבך קיבלתי יום לפני יומיים,
בעמדי בין תנור לכיריים,
טרוד ב"והכינו" בשתי ידיים,
אי לזאת לא שתיתי לבי לעיין בעיניים,

קומט עם נישט קיין פסק פאר באהאלטען דעם כשרון פון עולם ?

קיקיון, אני אומר עליו
מתנה טובה יש לו בבית גנזיו
אל ימנע טוב מבעליו
תגלין פתגמין ותימרון חידושיו...
הק' איש ימיני

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג ינואר 31, 2016 3:09 pm

לעצטע וואך אין דער בלאט ביי א בילד ווי מענטשען גייען אין די שנייען
וילכו שנייע"ן יחדיו ;l;p-
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דינסטאג אפריל 05, 2016 3:50 pm

איך האב אמאל יארן צוריק געשריבן פאר א איד וואס האט בייטאג עוסק געווען אין זאלצן פלייש, און ביינאכט איז ער געווען א שומר (נאכט וועכטער) אין א קעמפ, אז ער איז מקיים די פסוק (נחמי' ד, טז) והיה לנו הלילה משמר והיום מליח"ה, דהיינו ביינאכט א שומר און בייטאג א זאלצער.

חגי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 10:02 pm

התנצלות המחבר על טעות הדפוס

תגובהדורך חגי » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 12:30 am

...והיות שהזמן קצר והמלאכה מרובה ואני אמרתי בחפזי כל האדם כות"ב...

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 10:11 am

ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

הזמנה לבר מצוה של בנו

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 11:22 am

... יום יבא בני לברית שלש עשרה

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

לסיים מכתב לפני החתימה

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 11:23 am

ויעזור ויגן ויושיע לכל החות"ם בו.
הק'...

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

גוטע לשונות אויף לשון הקודש

תגובהדורך הער צו » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:45 am

איך דארף שרייבן א 'דאנק בריוו' צו א חבר מיינער (א בנש''ק גראדע), קען איינער מיר ארויס העלפען מיט לשונת אויף לשון הקודש, ברבים אדער אין אישי??
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:47 am

שמעלקא זאפטיגער איז די בעסטע קאנדידאט פאר אלערליי מליצות אין לשה"ק, פסוקים און לשונות.

פארבינדט אייך מיט אונז אויף zofti2016@gmail.com פאר א גוטע פרייז.
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מאנטאג ינואר 02, 2017 11:52 am

ווי סאך קאסט א פשוטע קורצע דאנק בריוו??

[נוץ נישט אויס דיין 1000'סטע תגובה אויף דעם... :lol: :lol: :lol: ]
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 3:39 pm

תגובהדורך יעלזו בכבוד » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:01 pm

אויף וואס ווילסטו דאנקען א בנש"ק? ער האט דיר געבארגט עפעס? נישט מסתבר. ער האט אוועק גיגעבן פון זיין צייט פאר דיר? עה, עס הערט זיך נישט עפעס...
אפשר האט ער דיר מקרב געווען ביי זיין טאטנ'ס טיש? אדער ער האט מסכים געווען דו זאלסט אים ארום פירן מיט דיין קאר?

:lol: :lol:

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:11 pm

נאך 20 יאר וואס ער האט געבראגט געלט האט ער מיר ענדליך געמאלדן אז מארגן גייט ער מיר זאגן ווען ער גייט באצאלען.... :lol:
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 3:39 pm

תגובהדורך יעלזו בכבוד » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:15 pm

הער צו האט געשריבן:נאך 20 יאר וואס ער האט געבראגט געלט האט ער מיר ענדליך געמאלדן אז מארגן גייט ער מיר זאגן ווען ער גייט באצאלען.... :lol:


און ער האט שוין געהייסן זאלסט אים שרייבן א דאנק בריוו? :smile:

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:17 pm

איך קען אייך איצט געבן א גיס אויס א טוץ פון בנש"ק'לעך וואס וואלטן געגאנגען אין פייער צו טוהן א טובה פאר א צווייטן איד. הזהרו חכמים בדבריכם!

(נ.ב. איך בין נישט קיין בנש"ק.)
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג ינואר 02, 2017 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"Most people do what most people do, because this is what most people do." — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:19 pm

תהא השורה הזאת לאות ידידות בינינו, מלין אין בפי להביע מעומקא דלבא רחשי שיר ושבח על כל הטוב אשר גמלת עמדי, בלב רחב כפתחו של אולם עמדת לצדי ונזקקת לעזרת פעוט כמוני, מה יתן ומה יוסיף לשון למודים בעט סופר מהיר לצייר עלי גליון פעולותיך החובקות זרועות עולם, אולם לעת מצוא לא אמנע שפתותי מלשבו"ח לפניו אלף תודות ושלמים, וקבל נא את ברכתי הדלה מהדיוט כמוני, יהי ה' עמך בכל צעד ושעל, ובכל אשר תפנה תצליח ברוח ובגשם, ונח"ת ינח"ת איש כמוך אשר רוח בו מכל יוצאי חלציך, יפריחו וילבלבו כעץ שתול על פלגי מים לעד ולעולמי עולמים

יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 3:39 pm

תגובהדורך יעלזו בכבוד » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:21 pm

מונאוויטש האט געשריבן:איך קען אייך איצט געבן א גיס אויס א טוץ פון בנש"ק'לעך וואס וואלטן געגאנגען אין פייער צו טוהן א טובה פאר א צווייטן איד.

הזהרו חכמים בדבריכם!

(אגב, איך בין נישט קיין בנש"ק.)


שוין עס איז מיר גוט, הרצים יצאו דחופים... זיי האבן אויגן און אויערן איבעראל...


נ.ב.
פשוט אזוי אז ס'איז געשריבן געווארן בדרך צחות, ווייל מיר ווייסן דאך אז די בנש"ק'ס קוקן מילא נישט אויף זייער כבוד...

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:38 pm

גערעכט הרב מונאוויטש. (גראדע איך בין יא א שטיקל בנש"ק).

געהערט לעצטנס א יארמע טעיפ אז ער קען נישט הערן רעדן אויף שוויגער'ס. למשל, לעצטנס הער איך א בדחן זאגט וכו', און א צווייטער בדחן זאגט וכו', און אויב ס'איז נישט גענוג קומט נאך א דריטער און זאגט וכו', מעג מען אזוי רעדן אויף שוויגער'ס?

לענינינו, די וויצן אויפן חשבון פון די בנש"ק'ס זענען קלאר נישט ריכטיג, און אויב עפעס איז עס נאר אויפצוברענגען א שמייכל און זיי זענען נעבעך געפאלן די קרבנות צו דעם צוועק. ס'האט מיר אפי' פארדראסן צו הערן בשם יארמער רב וויאזוי ער האט צופרידנגעשטעלט דעם יעניגן‏ וואס האט אים געזאגט אלעמאל דערציילסטו נאר לאנגע נערוונ-קריכנדע מעשיות לאמיר זעהן אויב קענסט אויך אמאל דערציילן א קורצע מעשה, אבער אן קיין שום פארזעצונגען. און ער האט געזאגט, יא קיין פראבלעם, אזוינס קען איך אויך דערציילן און טאקע וואס בדידי הוה עובדא, אז א בנש"ק האט פון מיר געבארגט צוויי און אהאלב טויזנט דאלער. (ע"כ הסיפור).

זייער שיין החכם מקאזאבלאנקא. פארוואס חכם? קודם כל שיינט עס אויס צו זיין א ספרדי'שע ניק נאמען, והשית והיא העיקר אז צו דעם דארף מען זיין קלוג. ווען איך האב לעצטנס אביסל מעיין געווען אין קהלת האב איך צום ערשטן מאל באמערקט אז ס'איז ‏פול מיט מליצות, דער חכם מכל אדם האט מלקט געווען אין זיין חיבור א חלק ניכר פון אלע גוטע לשונות וואס ווערן באנוצט דורך די שרייבערס.‏

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:47 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן: דער חכם מכל אדם האט מלקט געווען אין זיין חיבור א חלק ניכר פון אלע גוטע לשונות וואס ווערן באנוצט דורך די שרייבערס.‏


לכאורה זאגסט עס נאר בדרך צחות

יעלזו בכבוד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 31, 2016 3:39 pm

תגובהדורך יעלזו בכבוד » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:01 pm

דא האסטו

ביראת הכבוד וביראת הרוממות אקוד בחיל קמי נצר נטע שעשועים מזרעא דמלכא קדישא, חסידא ופרישא ונהורא נפישא, מרא דכולא תלמודא ומשדד מערכות תבל, פרי צדיק עץ חיים, חד גדיא דזבין אבא, רבי (איתמר, יקותיאל יהודה, חיים מאיר, שלום אליעזר, יחזקאל שרגא, ישכר דוב, רוזנבוים, טייטלבוים, האלבערשטאם, רוקח, האגער) שליט"א, המיול"א [המיועד להיות אדמו"ר], אשר בטוב עינו ולבו הידוע הפקיר מזמנו היקר והעמוס בתורה ובעבודת ה' ותחת זאת טרח ויזע ועמל עבורי והקדיש בשבילי זמן זמנים טובא לומר לגבאי של אביו אדמו"ר שליט"א שישיג עבורי את מה שאני צריך. הנני מלא בושה וכלימה על שהטרחתי את מעלת כבודו הרמה ובלבלתי סדרי עבודתו, ותקוותי להכיר טובה על כך בעתיד וד"ל.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג ינואר 02, 2017 2:28 pm

ליצן :lol: :lol: :lol:
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

הרב שלמה'ס א תלמיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:00 am

תגובהדורך הרב שלמה'ס א תלמיד » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:38 pm

יעלזו בכבוד האט געשריבן:אויף וואס ווילסטו דאנקען א בנש"ק? ער האט דיר געבארגט עפעס? נישט מסתבר. ער האט אוועק גיגעבן פון זיין צייט פאר דיר? עה, עס הערט זיך נישט עפעס...
אפשר האט ער דיר מקרב געווען ביי זיין טאטנ'ס טיש? אדער ער האט מסכים געווען דו זאלסט אים ארום פירן מיט דיין קאר?
:lol: :lol:


איך האב שוין אסאך געווילט זאגן ווען איך הער אזעלכע שמועסן אז חוץ וואס איך קען אסאך, גאר אסאך, ערליכע, און פיינע בנש"ק. חוץ מזה קען איך אייך נישט העלפן ווייל סוף כל סוף האבן זיי גרעסערע יחוס ווי אייך. יאפ, איר קענט זיך דאס נישט איינקויפן אפילו פאר געלט...
די "נשמה שפראך" - די איינציגסטע שפראך וואס יעדער איינער, אן קיין אויסנאם פארשטייט!

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:38 pm

תגובהדורך פרדס הסופר » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:57 pm

הער צו האט געשריבן:איך דארף שרייבן א 'דאנק בריוו' צו א חבר מיינער (א בנש''ק גראדע), קען איינער מיר ארויס העלפען מיט לשונת אויף לשון הקודש, ברבים אדער אין אישי??


ס'איז דא איינער וואס הייסט "מתוק מדבש" קענסט שיקן א אימייל צו Musikmidvash@gmail.com
פאר א גוטע פרייז קענסטו באקומען א שיינע זאך

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מאנטאג ינואר 02, 2017 7:31 pm

מוחה מוחה!!!!!!!

קוק מיין אינטערשריפט...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

דביקות
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 03, 2017 8:51 am

פאמ'ס פאר מתנות פאר א כלה

תגובהדורך דביקות » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 8:17 am

איך וויל געבן די דיימאנד רינגעל פאר א כלה, קען איינער מיר ארויס העלפען מיט לשונת פאר א פאם,ברבים אדער אין אישי??


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט