הערה לבעל קורא - איכה
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2012 5:43 am
איכה ד' א', ישנא הכתם הטוב, שטייט ישנא מיט א אל"ף במקום א ה"א, און מיט א סגול אונטער'ן נו"ן. (און אזוי שטייט קלאר אין עין הקורא). לויט'ן כלל בלשון עתיד פון די נחי הלמ"ד (ווען די ווארט ענדיגט זיך מיט די אותיות השרש אנע כינויים און אנע סימן נקבה וכו', און איך רעד דוקא פון די שלמים, און און נאר בקל - הקיצור אזוי ווי דא) זענען די בעלי האל"ף מיט א קמץ אזוי ווי לא תשנא, כל אשר תמצא, כי יחטא ואשם, נאר די ווארט איז בעצם פון די בעלי הה"א ישנה עס ווערט נאר דא געשריבן מיט א אל"ף, און די בעלי הה"א זענען דאך לפי משפטם מיט א סגול ווי יעשה, יבנה.
ביי אנדערע דוגמאות זעט מען אז ווען עס ווערט געשריבן מיט א אל"ף באקומט עס אויך די ניקוד פון די בעלי האל"ף, ווי למשל כי יקרא קן צפור מיט א צירי ווי די מנהג בעלי האל"ף בהיפעל, און נישט מיט א סגול ווי די בעלי הה"א. (אבער ביי יקרה געפונען מיר אפילו אויף א פלאץ ווי עס שטייט יא מיט א ה"א כדינו האט עס א צירי כבעלי האל"ף, אין געוויסע ספרים מדויקים, און דאס איז אין פ' בלק בפסוק אולי יקרה ה' לקראתי, וואס אין תנ"ך ברויאר שטייט עס מיט א צירי שלא כנהוג, און אזוי ווייזט אויס אין דקדוקי הטעמים המיוחס לב"א מהד' בער ושטראק סעיף 8, עישה"ט. און אזוי זעהט לכאורה אויס אין מס"ג ירמיה י"ט פסוק ו'. אבער די נוסח הנפוץ ביי אונז איז נישט אזוי, אזוי ווי דער קאמארנע'ר איז שוין מעורר אין פ' בראשית ביים פסוק לזאת יקרא אשה, און אזוי איז הג"ר יונתן שטייף מעורר דארט אין חומש למודי ה', עי"ש).
און ווי למשל בני אם יפתוך חטאים אל תובא (מיט א צירי, נישט מיט א סגול). ועוד.
פון אנדערע זייט די בעלי האל"ף וואס זענען געשריבן מיט א ה"א זענען געווענליך אויך מנוקד ווי די בעלי האל"ף מיט א צירי, ד.מ. לכאורה אז סיי ווען די ווארט איז מעיקרו פון די בעלי האל"ף און סיי ווען עס שטייט מיט אל"ף וועט עס האבן א צירי. ווי מען זעט אין פסוק עד ימלה (איוב ח' כ"א), ועוד. שו"ר אז ר' יהודה חיוג באותיות הנוח מאכט עס א באזונדערע חידוש ווי די בעלי הה"א ווערן פארטוישט אויף א אל"ף אויך בקריאה, ווי למשל אין שרש מלה (בתרגום הר"מ ג'קטילה בהגה, עי"ש) און אין שרש קרה ווי ער ברענגט טאקע כי יקרא אלס א חידוש.
און אין פ' וזאת הברכה אויפ'ן פסוק ויתא ראשי עם ברענגט דער מנחת שי 4 אופנים ווי אזוי צו ליינען די ווארט, ולענ"ד איז די שאלה פון די ניקוד התי"ו תלוי אויב עס האט די נקודה פון די בעלי הה"א ווייל די שרש איז דאך אתה, און ממילא דארף עס האבן א סגול אזוי ווי מצפון זהב יאתה, אדער א צירי אזוי ווי די בעלי האל"ף ווי למשל ויצא (וואס האט צירי אפילו ווען עס איז נסוג אחור).
און און ספר אותיות הנוח להר"י חיוג שרש אתה אין תרגום הר"מ ג'קטילה שרייבט ער בזה"ל והאל"ף למד הפעל במוצא, און אינעם תרגום האב"ע שטייט והאל"ף למ"ד הפועל והוא מחולף במכתב בה"א. כפי הנראה איז די שאלה פונעם צירי אדער סגול תלוי אין דעם אויב די אל"ף איז נאר במכתב אדער אויך במוצא.
היות אז עס איז שפעט געווארן וועל מיר זיך באגנוגענען מיט די איין אום-קלארע הערה אויף איכה,
ונזכה אז די טעג זאלן שוין נהפך ווערן לששון ולשמחה לכל בית ישראל בב"א