לשון הקודש דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:34 pm

מיללער האט געשריבן:זייער א גוטער פלאן, איך וואלט מוסיף געווען אז "דקדוק" איז זייער א ברייטער פעלד, און דאס אליינס דארף מען קודם מסדר זיין, מיר האבן דא געוואלדיגע מומחים לדוגמת הרב טקסט; טייבעלע און פארשלאפן, לאמיר הערן זייער מיינונג.

מ'קען אנהייבן ביי די ספרי הקדמונים ווי; רד"ק, רבי אליהו בחור, האבן עזרא וכדו',


וואס מיינט איר צו זאגן "דאס אליינס דארף מען קודם מסדר זיין"?
שנית, איך מיין ס'איז ענדערש זיך אריין צו לייגן אין א שפעטערע ספר, וואס איז שוין א בחינה פון מאסף לכל המחנות.
נשמה האט געשריבן:א נייע גליון גייט זיך עפענען ס'גייט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים.
הלואי איך וויל נאר איר זאלט וויסן אין וואס איר לאזט זיך אריין.
לאמיר געדענקן דעם ציהל פארוואס האט אונז אנגעשמעקט צו קענען לשון הקודש. בכל פרטיה ופעולותיה. און אזוי וועלמיר זיך האלטן דערצו.

ווער רעדט פון א גליון?
און בנוגע דער ציהל פארוואס איל וויל קענען גוט לשונינו הקדושה, וויל איך דיך פרעגען: האסטו שוין אמאל געלערנט מקרא? האסטו שוין אמאל זיך באגעגענט מיט פסוקים? אויב יא, וויאזוי האסטו זיי פארשטאנען? אויב וועסט זאגן אז כדי צו פארשטיין א פסוק חומש פעהלט נישט אויס קענען דקדוק, קוקט אויס אז די לערנסט נאך חומש פונקט ווי ביי די חומש סעודה. מעגסט אבער מודה זיין אז עס איז מעגליך צו לערנען טיפער און גרונטליכער!
(ח"ו, קיינער זאל נישט חושד זיין אז איך וויל גיין אין די וועגן פון די משכילים, ווייל אויב יא, וואלט איך זיך ארויף געכאפט אויף זייער יעצטיגע רעלסען. וואס איז נישט אזוי ווייט עוסק אין דקדוק, נאר ענדערש אין ביקורת המקרא, חס מלהזכיר.)
לעצט פאראכטן דורך מבקר אום דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:46 pm

בהחלט א אינטערעסאנטער געדאנק
די שוועריקייט; צווישן די וואס זענען אינטערעסירט דערין האבן א געשמאק דערין זענען די דרגות אין ידיעות פארשידנארטיג, און בעת וואס איך דארף א חדר רבי פאר דעם דארפן אנדערע מער א שיעור עיון מגי"ש
אזא לכתחלה אריבער אין דקדוק העט מען געדארפט אפירברענגען
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:17 pm

מבקר טייערער
וואו הייבסטו אן?
ביי שרשים
צו ביי נפעל נפעלתי התפעלתי די פון דקדוק רש"י?
דו ווילסט קענען שרייבן לשון קודש?
דו ווילסט קענען בעסער מעביר זיין די סדרה. פארוואס א פשטא און פארוואס דייקא א תביר.
דו ווילסט וויסן באדייט אין 'סמנים' תהלים ןעוד.
שוא נח שוא נע
גוטמאן האט מער געטון וואו מ'דארף דרוקן די ווארט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:45 pm

עס קוקט אויס אז קיין דקדוק ספר האסטו מעולם נישט געעפענט, ווייל ווען יא וואלסטו שוין אביסל מער גערעדט צו דער זאך. דקדוק הייבט זיך אן מיט די כב אותיות, דערנאך גייט מען צו תנועות (נְקֻדּוֹת, אויב די האסט נישט פארשטאנען.) גדולות וקטנות, וההמשך יבא בהגליון וואס די חלום'סט פון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:51 pm

חלום חלמתי, אמאל ווען איך האב מער צייט געהאט, צו אדורכלערנען דעם "ערוגת הבושם" פון ר' שמואל ארקוואלטי על הסדר, למעשה איז עס געבליבן אויף די ליסטע פון מיינע שיעורים וואס ליגן אין די חישב לעשות מצוה קאטעגאריע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:06 pm

מבקר האט געשריבן:עס קוקט אויס אז קיין דקדוק ספר האסטו מעולם נישט געעפענט, ווייל ווען יא וואלסטו שוין אביסל מער גערעדט צו דער זאך. דקדוק הייבט זיך אן מיט די כב אותיות, דערנאך גייט מען צו תנועות (נְקֻדּוֹת, אויב די האסט נישט פארשטאנען.) גדולות וקטנות, וההמשך יבא בהגליון וואס די חלום'סט פון.

וואס הייסט מיט די כב אותיות א דוגמא?
און וואס איז אזוי וויכטיג גדולות וקטנות.
קודם שרייב וואס דו ווייסט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:14 pm

נעמטס ספר מסלול

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:15 pm

נשמה האט געשריבן:וואס הייסט מיט די כב אותיות א דוגמא?

א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת

יש מהן שכשהן בסוף מילה משנים צורתם, ואלו הן: כ-ך מ-ם נ-ן פ-ף צ-ץ

כולם יכולים לשמש כעיצורים, אבל א-ה-ו-י משמשים גם כתנועות

יש מהן שמקבלים דגש חזק, ועי"ז משתנים הגייתן. וכו'.
אדרבה, אויב ביסטו טאקע אינטערעסירט, ע"ז קויתי, ומקוה, ואקוה. (ח"ו נישט קאווע שטיבל :smile: )

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:20 pm

וועלכע ספר
שרייב פון א ראשון
זיי האבן מדקדק געווען אינעם לשון
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:25 pm

נשמה האט געשריבן:וועלכע ספר? שרייב פון א ראשון,זיי האבן מדקדק געווען אינעם לשון

מיין אייגענע נישט פינקטליכע שפראך.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:29 pm

איך האב א שטארקער ... צו דקדוק.
דאס אז סדא אותיות וואס ביי צומאל קומען זיי צום ענד. לערנט מען מיט א חדר יונגל.
יש מהם שמקבלים דגש חזק ועל ידי זה משתנה ... איז וואס א נפקא מינא צו א פסוק תנ"ך.
א ה ו י משמשים כ...

דאס איז שוין עפעס סחורה
ואחר עד הנה.
אייחל לאלקי.
וכן בכל
אשאלה ממנו.

ברענג לשונות פון א ראשון
איך וויל נישט אריינקוועטשן אין א תחתון שבתחתונים. וואס און פארוואס ער רופט עס תנועות.
אז דו ברענגסט.פון א ראשון הײַב איך אן צו זוכן א הסבר
וכן פון מסילת ישרים ספר ההגיון או המליצה
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:30 pm

מבקר האט געשריבן:אדרבה, אויב ביסטו טאקע אינטערעסירט, ע"ז קויתי, ומקוה, ואקוה

אדרבה, נעמט די זאך אין די האנט וועלכע ספר אייך געפעלט און עפנט א פרישן אשכול.
איך וועל פרובירן זיך משתתף זיין ביים שיעור ווי ווייט מעגליך
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:31 pm

תנועות גדולות וקטנות
למאי נפקא מינה?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:32 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:
מבקר האט געשריבן:אדרבה, אויב ביסטו טאקע אינטערעסירט, ע"ז קויתי, ומקוה, ואקוה

אדרבה, נעמט די זאך אין די האנט וועלכע ספר אייך געפעלט און עפנט א פרישן אשכול.
איך וועל פרובירן זיך משתתף זיין ביים שיעור ווי ווייט מעגליך

נעם נאכנישט קיין ספר
קודם זאג וואס דו ווייסט
דערנאך עמער זיך זעצן לערנן
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:41 pm

נשמה האט געשריבן:איש מהם שמקבלים דגש חזק ועל ידי זה משתנה ... איז וואס א נפקא מינא צו א פסוק תנ"ך. תנועות גדולות וקטנות למאי נפקא מינה?

ווארט מיט געדולד, מקודם צריכים לייצק היסודות, ואח"כ בונים הבנינים שעליו.
ברענג לשונות פון א ראשון,איך וויל נישט אריינקוועטשן אין א תחתון שבתחתונים. וואס און פארוואס ער רופט עס תנועות.

וויאזוי טייטשט זיך ביי דיר איבער vowel אויב נישט תנועה? דאס וואס מ'רופט עס נקודות אין חדר, ווייל די סימני התנועות איז מיט פינטעלעך.
לעצט פאראכטן דורך מבקר אום דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:43 pm

א ה' איז א תנועה
א נקודה
א תנועה שמניע את האות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:47 pm

נשמה האט געשריבן:נעם נאכנישט קיין ספר, קודם זאג וואס דו ווייסט, דערנאך עמער זיך זעצן לערנן

איך ווייס כמעט גארנישט אין די תחום, אבער צום הכרה פון "תכלית הידיעה שלא נדע" ביו איך שוין אביסל צוגעקומען, און איך וויל מקיים זיין איזהו חכם הלומד מכל אדם.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:50 pm

עפעס ווייסטו
האסט דאך געלערנט רש"י.
דו זאגסט דאך תהלים און דו באגעגענסט דיך מיט שובי נפשי למנוחיכי.
למעינו מים.
'גע' בהרים.
אתו עמו כלומר אליו
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:52 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:
מבקר האט געשריבן:אדרבה, אויב ביסטו טאקע אינטערעסירט, ע"ז קויתי, ומקוה, ואקוה

אדרבה, נעמט די זאך אין די האנט וועלכע ספר אייך געפעלט און עפנט א פרישן אשכול.
איך וועל פרובירן זיך משתתף זיין ביים שיעור ווי ווייט מעגליך

יישר כח פאר דיין שטיצע. איך ווייס אבער נישט וועלכע ספר, דערוועגן האב איך דא אנגעפרעגט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:54 pm

ס'דא א ספר דקדוקי רש"י האסט עס שוין אמאל געזעהן.
הפעל הפעלתי נפעל לשון כבד לשון קל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:10 pm

נשמה האט געשריבן:ס'דא א ספר דקדוקי רש"י האסט עס שוין אמאל געזעהן. הפעל הפעלתי נפעל לשון כבד לשון קל.

ניין. גייט עס לויט די פרשיות התורה, אדער לויט א סדר מן הקל אל הכבד?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:12 pm

דקדוקי רש"י איז פארהאן צוויי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:15 pm

איז עס דא אויפן net?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:19 pm

חברה איז אויפן געוועב
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מבקר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 2:47 pm

תגובהדורך מבקר » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:20 pm

נשמה האט געשריבן:חברה איז אויפן געוועב

מה?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט