בלאט 4 פון 13

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 4:22 pm
דורך מומחה עצום
טייבעלע האט געשריבן:ער דרייט זיך ארום ווי א עגלה ערופה

צ"ל שרייט ווי אן עגלה ערופה

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 4:31 pm
דורך טייבעלע
מומחה עצום האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:ער דרייט זיך ארום ווי א עגלה ערופה

צ"ל שרייט ווי אן עגלה ערופה


מען זאגט עס אויף איינער וואס דרייט זיך ארום אזוי פארטומעלט ווי ער האט נישט קיין קאפ, כך שמעתי ההסבר, א"כ שטימט ווי אזוי איך האב עס געזאגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 8:05 pm
דורך טייבעלע
ארי שבחבורה, ארי עלה מבבל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 9:16 pm
דורך מומחה עצום
טייבעלע האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:ער דרייט זיך ארום ווי א עגלה ערופה

צ"ל שרייט ווי אן עגלה ערופה


מען זאגט עס אויף איינער וואס דרייט זיך ארום אזוי פארטומעלט ווי ער האט נישט קיין קאפ, כך שמעתי ההסבר, א"כ שטימט ווי אזוי איך האב עס געזאגט.

מען קען נוצן ביידע לשונות

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 12:19 am
דורך טייבעלע
איך גיי איין דערמיט

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 8:33 am
דורך שטארק זיך
דער זיידע זז״ג דרוקט זיך אויס כסדר:

ער איז ביזי ווי א קאקעראוטש...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 9:48 am
דורך טייבעלע
ער שפירט זיך ווי א פיש אין וואסער

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 10:37 am
דורך SPUSMN
שטארק זיך האט געשריבן:דער זיידע זז״ג דרוקט זיך אויס כסדר:

ער איז ביזי ווי א קאקעראוטש...


און ענגליש זאגט מען busy as a bee
עס איז דא נאך חלוקים ווי מען דריקט זיך אויס, ווי למשל און אידיש זאגט מען ער קומט פון די לבנה, אבער און ענגליש זאגט מען אז ער קומט פון mars

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 10:41 am
דורך טייבעלע
איך האב אמאל געהערט אן אויסדרוק, ער וויינט ווי א בין

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 10:50 am
דורך SPUSMN
וואלט געוואלט זעהן א טרער פון א בין. ווען וויינט עס, פארען בייסען אדער נאכען בייסען?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:03 am
דורך קרעמער
עס זאל זיין אזוי שטיל ביי די דרשה אז מען זאל הערן א פליג דזשומען

הלואי וואלט איך געקענט זיין א פליג אויף די וואנט ביי יענע מיטינג

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:07 am
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אן אויסדרוק, ער וויינט ווי א בין

לכאורה א טעות פון "וויינט ווי א ביבער"
בכלל איז דא אסאך אויסדריקן וואס מענטשן ניצן וואס האט נישט קיין שום הסבר, אסאך מאל איז עס א געמישטע זאך פון א אויסדריק וואס ער האט אמאל געהערט, אדער איז עס סתם א ווארט וואס איז עם בייגעפאלן אויפן פלאץ

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:08 am
דורך טייבעלע
SPUSMN האט געשריבן:וואלט געוואלט זעהן א טרער פון א בין. ווען וויינט עס, פארען בייסען אדער נאכען בייסען?

מן הסתם מיינט מען די זשמוזשען וואס טוהט נודזשען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:40 am
דורך SPUSMN
און חדר פלעגט מען זאגען אז נאכען בייסען פאלירט ער זיין בייסער און שטארבט אויפען פלאץ, האט ער דאך טאקע אויף וואס צו וויינען. שטעך נישט און בייס נישט וועסטו נישט דארפען שטארבען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:49 am
דורך קרעמער
אין מיין חדר האט מען דאס געזאגט אויפן מאסקיטא

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:59 am
דורך SPUSMN
זעהט אויס אז און מיין חדר האט מען מער געליטען פון בינען ווי פון מאסקיטוס. כ'מיין אבער אז סיי בינען און סיי מאסקיטוס פאלירען גארנישט, זיי שטעכען אויף דער עלטער פונקט ווי און די יוגענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 12:03 pm
דורך מאנ-יימער
מ'האט עס געזאגט אויף יעדע זאך וואס האט געשטאכן כדי צו בארואיגן די נקמה געפילן

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 12:23 pm
דורך טייבעלע
עס איז דא בינען וואס שטארבען נאכען שטעכען, אבער דאס איז נישט ביי אלע סארט בינען.
די מאסקיטאס שטארבען נישט דאס איז זייער שפייז אויף זיך צו פארמערען, נאר די נקיבות בייסען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 12:50 pm
דורך מי חכם
איך האב אויך געהערט און געזען נוצן וויינען ווי א בין. דאס איז אינגאנצן א אנדערע בחינה ווי וויינען ווי א ביבער וואס באציט זיך אויף א ספעציפישער מין געוויין.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 2:03 pm
דורך שטארק זיך
און צימאל אויך פארקערט, צימאל באנוצן זיך די בעלי חי מיט אונז...

די קעץ וויינען ווי= בעיביס...

דער קוקט אויס אזש ווי= מענטש...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 2:10 pm
דורך SPUSMN
דערמאנסט מיר אז און ענגליש זאגט מען אויף איינער וואס רעדט מיט הייסע פאטעטאס און די מויל אז ער האט א frog in his throat
איז וואס זאגט דענמאלץ דער פראש? אז ער האט a man in his throat

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 3:25 pm
דורך טייבעלע
טויגט אויף כפרות.

ער איז יענער פויגעל.

אז עס איז דא פאליציי אויפען שאסיי האב איך אמאל געהערט איינער דריקט זיך אויס
דא איז דא א סאך פייגעלעך.

יא וואס קוקסטו מיט א זעלעכע קעלבענע אויגן!

זיך פארמערען ווי פיש

דער וויכוח צווישען דער שפין און דער בין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 1:41 pm
דורך SPUSMN
דער שפין (spider) טרעפט זיך מיט דער בין, זאגט דער שפין צום בין: איך בין גרעסער ווי דיר, ווייל איך קען שפינען א שפין וועיבעכץ. ענטפערט אים דער בין: ניין, איך בין גרעסער, ווייל איך מאך האניג. שרייט דער שפין: די מאכסט דען האניג? די גייסט דאך ארום צו אלע בלוהמען און פון זיי נעמסטו די האניג; אבער איך מאך איינער אליין די שפין וועבעכץ. ענטפערט אים דער בין: יא יא, איך מאך טאקע נישט אליין די האניג, אבער וואס קלויב איך צוזאם, האניג; די אבער, מאכסט טאקע אליין, אבער וואס מאכסטו, שפין וועבעכץ!

דער וועלט נוצט דאס אלץ א משל, וואס איז בעסער; צו זיין א מחדש אדער א מלקט; אז א מלקט פון האניג איז בעסער ווי א מחדש פון שפין וועבעכץ.

נאך בעסער, איז צו זיין אליין דער מחדש (מחבר) פון האניג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 2:07 pm
דורך טייבעלע
SPUSMN האט געשריבן:דער וועלט נוצט דאס אלץ א משל, וואס איז בעסער; צו זיין א מחדש אדער א מלקט; אז א מלקט פון האניג איז בעסער ווי א מחדש פון שפין וועבעכץ.

נאך בעסער, איז צו זיין אליין דער מחדש (מחבר) פון האניג.


סיני ועוקר הרים סיני עדיף: (עי' ברכות סד)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2012 2:09 pm
דורך טייבעלע
אויף א זאך וואס זעהט נאר אויס כשר וכדו' כשרע חזיר פיסלעך