זונטאג מרץ 18, 2012 4:09 pm
קרעמער האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:סטראשעט מיט די גענץ.
דאכט זיך אז די ריכטיגע אויסדרוק איז: גיי סטראשע די גענז [=דערשרעק זיי, און זאלן זיי אפפיצן פון דאנעט]
די אויסדרוק מיינט צו זאגען אז די סטראשענונגען האט נישט קיין ווערט, אזוי ווי ער זאל סטראשען די גענץ און זיי וועלן זיך דערשרעקען.
Advertisement
מאנטאג מרץ 19, 2012 11:00 am
ארי בארי באקסער אויבען וואוינט די דאקטער אונטען וואוינט די "קי" און דאס ביסטו
מאנטאג מרץ 19, 2012 11:07 am
טייבעלע האט געשריבן:ארי בארי באקסער אויבען וואוינט די דאקטער אונטען וואוינט די "קי" און דאס ביסטו
אריין אין "איך געדענק נאך ווען..." אשכול
מאנטאג מרץ 19, 2012 11:19 am
א קארגע חזיר
מאנטאג מרץ 19, 2012 12:14 pm
כ'מיין אז ווייל אמאליגע צייטען פלעגען זיך בי יעדען (און אונגארן) דריייען גענז און הויף, איז אויב א אינגעלע האט געסטראשעט זיין מאמע אז ער גייט נישט און חדר אויב זי גיט אים נישט נאך וואס ער וויל, האט זי אים אראפ געלאזט א געזונטען פראסק און געזאגט יעצט גיי סטראשע די גענז; א מאמע סטראשעט מען נישט.
מאנטאג מרץ 19, 2012 12:17 pm
ידידי דאט-קאם האט דאס אריין געשיקט; ותשועות חן חן לו.
אין בבא מציעא לח׃ זאגט רב ששת "דלמא מפומבדיתא את, דמעיילין פילא בקופא דמחטא? " איר ווילט אריינשטופן אן עלעפאנט אין א נאדל לאך? ווי צו זאגן אז ער וויל זאגן א סברא וואס איז נישט מעגליך... אויך אין ברכות דף נט ביי די חלומות נוצט עס די גמרא אלס א משל פון א חלום וואס קענישט מקויים ווערן, און נאך פארשידענע פלעצער ווערט עס גענוצט, זעהן מיר אז מ'פלעגט אמאל נוצן דעם אויסשפריך ווארט ווען מ'האט געוואלט ארויסברענגען אז די זאך איז אוממעגליך...
מאנטאג מרץ 19, 2012 6:38 pm
• "עס שטייט אויף הינערנע פיס"
• דער ציטאט איז מיט "גענזן פיס"
• אויף איינעם וואס איז געפיעשטשעט זאגט מען: מען האט אים געפיטערט מיט פויגל מילך.
• "ער האט געעפנט א שאכטל מיט ווערעם"
- - -
אין די אלטע מעשה ביכלעך טרעפט מען ווי איינער איז אריינגעפאלן אין א 'הינערפלעט', עס קוקט עפעס אויס ווי א 'קאומע' ל"ע.
מאנטאג מרץ 19, 2012 10:14 pm
זיי לעבן ווי די טויבן [הגם תורים האבן א בעסערע שלום בית, עי' רמב"ן בפרשתן (פ' ויקרא)]
דינסטאג מרץ 20, 2012 5:59 am
לענ"ד איז די אויסדרוק זיי לעבען ווי די טייבעלעך
דינסטאג מרץ 20, 2012 8:43 am
שטינקט ווי א טחור
דינסטאג מרץ 20, 2012 9:24 am
שוויצט ווי א טערק (אן אינדיק אדער א טערקישער?)
דינסטאג מרץ 20, 2012 9:45 am
תרגום יונתן האט געשריבן:שוויצט ווי א טערק (אן אינדיק אדער א טערקישער?)
געמיינט אייביג אז 'טערק' מיינט א מענטש פון טערקיי, זאגט איר אז דאס איז א באשעפעניש? וועלכע?
דינסטאג מרץ 20, 2012 10:21 am
די טערקישע שוויצן צוליב דעם וואס זיי טראגן טערקישע וואל [טליתים..]
דינסטאג מרץ 20, 2012 11:53 am
הרב קרעמער
דעטס עי גוד וואן
דינסטאג מרץ 20, 2012 4:16 pm
אין א"י ווען מען וויל זאגען אז ער רעדט א צובראכענעם העברעאיש, דאס הייסט איין ווארט אידיש און איין ווארט העברעאיש,
זאגט מען:
"ה-דזשוק עושה קריכען על ה-וואנט".
דינסטאג מרץ 20, 2012 4:21 pm
ער קריכט ווען עס כאפט אים דער דזשוק.
דינסטאג מרץ 20, 2012 4:27 pm
ס'האט אים געכאפט א דזשוק
דינסטאג מרץ 20, 2012 6:11 pm
בחנם באקומט מען כינים
דינסטאג מרץ 20, 2012 6:16 pm
געטראפען אן אשכול וועגען
דער שנעק און דער האז.
דינסטאג מרץ 20, 2012 9:11 pm
טייבעלע האט געשריבן:ארי בארי באקסער אויבען וואוינט די דאקטער אונטען וואוינט די "קי" און דאס ביסטו
פרה אדומה, די רויטע קי
דינסטאג מרץ 20, 2012 9:54 pm
ים רויבער האט געשריבן:טייבעלע האט געשריבן:ארי בארי באקסער אויבען וואוינט די דאקטער אונטען וואוינט די "קי" און דאס ביסטו
פרה אדומה, די רויטע קי
יש"כ ים רויבער אוי איז דאס גוט כ'האב מיר אזוי צוקייקעלט, מעכטיג.
דינסטאג מרץ 20, 2012 10:06 pm
אמאל איז געוועהן א מעשה א שעפסעלע א ווייסע א ציגעלע א רויטע און דו ביסט א שוטה.
דינסטאג מרץ 20, 2012 10:21 pm
פון איינע פון די הוצאת ספרים בית רחל (שוין דא אן אשכול דערויף?) לערנביכער:
ווער וויל הערן, א מעשה מיט בערן.
אין שטייג איז א האן, די מעשה פאנגט זיך אן.
א קו מיט א קאלב, די מעשה איז שוין האלב.
א ציג מיט א ציגעלע, די מעשה איז שוין פיצעלע.
א קאץ מיט א מויז, די מעשה לאזט זיך אויס.
א פיש מיט גרויסע אויגן, די פייגל זענען אוועקגעפלויגן.
(עפעס אויסגעלאזט?)
מיטוואך מרץ 21, 2012 4:04 am
טייבעלע האט געשריבן:אין א"י ווען מען וויל זאגען אז ער רעדט א צובראכענעם העברעאיש, דאס הייסט איין ווארט אידיש און איין ווארט העברעאיש,
זאגט מען:
"ה-דזשוק עושה קריכען על ה-וואנט".
און ווי אזוי זאגט מען עס אין צובראכענעם אמריקאנער-אידיש? [ועיין ב'מנשה לוסטיג' סימן... (איך געפין נישט דעם לינק)]
מיטוואך מרץ 21, 2012 4:06 am
טייבעלע האט געשריבן:בחנם באקומט מען כינים
ואני שמעתי בחנם עסען כנים