Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:00 pm

כ'האב אמאל געהערט אין די נאמען פון דעם בית ישראל (כמעט זיכער), אז אראפ רייסן בלעטער פון א בוים סתם, קומט פון רציחה! אבער א מייז למשל, איז א אנדערע מעשה, ווייל עס שטייט:

ומוראכם וחיתכם, יהיה, על כל חית הארץ, ועל כל עוף השמיים בכול אשר תרמוש האדמה ובכלדגי הים, בידכם ניתנו. כל רמש אשר הוא חי, לכם יהיה לאוכלה כירק עשב, נתתי לכם את כול.

איז פשט אז די גאנצע בריאה איז דא צו באדינען דעם מענטש, און אז א שרץ שטייט דיר אין וועג, ווי א מויז, מעגסטו עס הארגענען, זעכער ווי SPUSMN זאגט מיט די ווייניגסטע צער מעגליך.

Advertisement

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:05 pm

דא איז א לינק צו א שטארק תוכן דיגע אשכול וואס ידידנו הרב יש-להוסיף האט גע'עפענט אויף חמורו של רבי פנחס בן יאיר.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:08 pm

טייבעלע האט געשריבן:ווען נוצט מען די צוגלייך צו א "מאלפע"?


(בבא בתרא נח.) הכל בפני שרה כקוף בפני אדם שרה בפני חוה כקוף בפני אדם חוה בפני אדם כקוף בפני אדם אדם בפני שכינה כקוף בפני אדם.
גם הביטוי: זה מעשה קוף בעלמא.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:08 pm

הרב לכתחילה אריבער, עס איז דא צוויי נקודות דא, איינס איז צער בעל החיים, איז דער צווייטער איז, נישט צו ווערען אליין אן אכזר און לערנען די קינדער אכזריות. נאכדעם קען אמאל זיין א דריטער נקודה און דאס איז חילול השם ווי איך האב פריער געשריבען. א איד מוז אייביג האלטען קאפ.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:11 pm

אשר בשר חמורים בשרם וזרמת סוסים זרמתם.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:12 pm

פון ווי נעמט זיך די זאץ:
דא ליגט די הונט באגראבן?

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:13 pm

מיט אלעם דארף מען וויסען אז רבנו האר"י הקדוש האט מקפיד געוועהן אז מען זאל נישט הארגענען קיין שום בע"ח אפילו עס שטערט, וטעמו ונימוקו עמו, מיר זענען נישט אזוי אויסגעארבעט צו מקבל זיין אלעס, ביי הרה"ק ר' שלומקעלע זוויהלער האט זיך גדרייט קעץ ביים טיש און ער האט נישט געלאזט פארטרייבען, מיר פארשטייען נישט דאס, אז עס שטערט אין שטוב און אזוי די אנדערע קריכעדיגע קאן מען לייגען די כאפערס, היינט איז דא עלעקטאראנישע כאפערס ס'ארבעט מיט בעטעריס עס הארגעט די מייז אויפען סקונדע וואס זיי רירען דאס אהן, און עס איז דא אנדערע כלים וואס לאזט ארויס אזוינע עלעקטאראנישע וואלען וואס עס טוהט פארטרייבען די קריכעדיגע.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:15 pm

SPUSMN האט געשריבן:הרב לכתחילה אריבער, עס איז דא צוויי נקודות דא, איינס איז צער בעל החיים, איז דער צווייטער איז, נישט צו ווערען אליין אן אכזר און לערנען די קינדער אכזריות. נאכדעם קען אמאל זיין א דריטער נקודה און דאס איז חילול השם ווי איך האב פריער געשריבען. א איד מוז אייביג האלטען קאפ.

100%, גיט געזאגט, טאן וואס מען מעג על פי תורה, איז נישט קיין צער בעלי חיים, און מאכט נישט דעם מענטש פאר א אכזר (איך בין נישט מחולק מיט דיר, נאר מוסיף).

ס'ווערט א שיינע שמועס, ס'קען גיין עקסטער לענ"ד.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:28 pm

ריכטיג, אז מען שעכט בהמות חיות און עופות ווערט מען נישט קיין אכזר ווי די צער בעל החיים ניקעס אנטעסעמיטען האבען זיך צו דעם אן געכאפט. די דייטשען זענען געווען די מערסטע ציוויליזירטע פאלק צווישען די גוים, און דייקא זייערע צער בעל החיים ניקעס, האבען נישט געהאט קיין שום פרובלעם הרג'נען אידען און זיי פייניגען. וואס דארף מען דען א גרעסערע ראיה פון דעם?

היינט זענען דא אידען וואס שטערט זיי דער ענין פון שעכטען קרבנות; זיי האלטען זיך קלוגער ווי דער באשעפער; זיי "פארשטייען" גאר בעסער. דאכט זיך מיר אז מו"ר הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט א טעיפ אויף דעם.

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:28 pm

און וואס איז מיט די באליבטע "חמור-אייזל פיטערייזל...?

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:45 pm

יואל ווייס האט געשריבן:און וואס איז מיט די באליבטע "חמור-אייזל פיטערייזל...?

רבש"ע!! כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז דאס מיינט די מאדנע ווארט "חאמערייזל"!

ישר כח גדול ונורא, נא יעצט וואס מיינט פיטערייזל? לפי דיין פשט, דארף מען אפטיילן פיטער מיט אייזל, דארף מען וויסען וואס מיינט "פיטער".

פרייטאג מרץ 16, 2012 1:58 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:און וואס איז מיט די באליבטע "חמור-אייזל פיטערייזל...?

רבש"ע!! כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז דאס מיינט די מאדנע ווארט "חאמערייזל"!

ישר כח גדול ונורא, נא יעצט וואס מיינט פיטערייזל? לפי דיין פשט, דארף מען אפטיילן פיטער מיט אייזל, דארף מען וויסען וואס מיינט "פיטער".


שוין דא א אשכול דערפאר קוק דא

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:03 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די זאץ:
דא ליגט די הונט באגראבן?


א גוגעל סורטש זאגט אז עס איז א שוועדישע אידיום

און שוועדיש זאגט מען: Här ligger en hund begraven

און ענגליש וואלט מען געזאגט (למעשה נוצט מען עס נישט און ענגליש): Here lies a dog buried

און דאס מיינט: There is something fishy going on
----------------
אן אידיום (idiom) מיינט:
A group of words established by usage as having a meaning not deducible from those of
the individual words; e.g., raining cats and dogs
----------------
raining cats and dogs
קומט פון דעם אז ווען עס פלעגט אנהייבען רעגענען, זענען אלע הונט און קעץ אויפען פארם געקומען צו לויפען פאר שוץ, און אראפ טאנצען פון די דעכער פון די שטאלען, אז עס האט אויס געזעהן ווי עס רעגענט קעץ און הונט.

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:12 pm

עטס קעצעל'ס ענק.

--

מיר האבן געשפילט קאץ און מויז ביז מיר האבן זיך געטראפן.

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:20 pm

טייבעלע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:און וואס איז מיט די באליבטע "חמור-אייזל פיטערייזל...?

רבש"ע!! כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז דאס מיינט די מאדנע ווארט "חאמערייזל"!

ישר כח גדול ונורא, נא יעצט וואס מיינט פיטערייזל? לפי דיין פשט, דארף מען אפטיילן פיטער מיט אייזל, דארף מען וויסען וואס מיינט "פיטער".


שוין דא א אשכול דערפאר קוק דא

ישר כח

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:24 pm

אלע אשכולות וואס רעדען אפילו בעיקיפין פון חיות וואלט מען געדארפט לינקען אהער. זאלען זיך אלע חיות געפונען בפונדק אחד, אזוי ווי און תיבה.

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:26 pm

SPUSMN האט געשריבן:אלע אשכולות וואס רעדען אפילו בעיקיפין פון חיות וואלט מען געדארפט לינקען אהער. זאלען זיך אלע חיות געפונען בפונדק אחד, אזוי ווי און תיבה.

גוט געזאגט, נאדיר ;l;p- ;l;p- :lol: :P :lol:

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:28 pm

יא, פארגעסען, וגר זאב עם כבש שטייט אויף ווען משיח וועט קומען.

פרייטאג מרץ 16, 2012 2:30 pm

עס קען זיך אבער אנהייבען א ביסעל פריער, ווייל די לעצטע תרי אלפי שני איז דאך ימות המשיח, און וגר זאב עם כבש שטייט ביי ימות המשיח.

פרייטאג מרץ 16, 2012 3:08 pm

וואס טוהט זיך מיטן מסור-קעצל?

שבת מרץ 17, 2012 7:58 pm

גוטע וואך אלע, ס'געווען א שיינער שבת פרה

שבת מרץ 17, 2012 8:49 pm

קרעמער האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיטן מסור-קעצל?

ווייס איך נישט מה ענין מסור לקעצל, אפשר ווייל דער קעצל לעבט פון שמוץ.

זונטאג מרץ 18, 2012 12:24 am

SPUSMN האט געשריבן:יישר כח, האבען מיר שוין א מקור, אם קבלה הוא נקבל, אבער ווי איר שרייבט אז "מען דארף האבען א ריינע כוונה און האלטען ביי די סיבה וואס דער הייליגער מנח"א האט געזאגט"; און אז נישט, קען מען ווערען א אכזר.

אדם נפעל כפי פעולותיו, און אויף דעם טייטשט הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל: נתן תיתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו, אז נתן, אויב מען גיט צדקה, תיתן און מען גיט "נאכאמאל" צדקה, איז ולא ירע לבבך אזוי ווי דער פריערדיגע מאל, בתתך לו ווען די גיטסט אים נאכאמאל, ווייל דער פריערדיגע מאל האט ווייכער געמאכט דיין הארץ. ער וויל דארט זאגען אז עס איז בעסער צו געבען איין דולער פאר א 1000 עניים ווי איידער צו געבען 1000 דולר צו איין עני, ווייל מיטען טוהן דער פעולה א טויזענט מאל זיך צו ברעכען און געבען, ברעכט מען דאס הארץ א טויזענט מאל, און דער טויזענטסטע מאל איז א סאך א סאך שטערקער ווי דאס ערשטע מאל, און מען ווערט פון דעם א רחמן, מה הוא רחום אף אתה רחום.

איז אויב מען הארגעט א שפין מוז מען קודם טראכטען אז מען הארגעט דא אדום, עמלק, דער סטרא אחרא, און מיינען דער באשעפער, דענמאלץ שאדט עס נישט, אבער אויב נישט איז דאך בעסער שב ואל תעשה.

אבער אזוי ווי דו האסט געשריבען אנהייב מען דארף האלטען דערביי, סתם זאגען ווייל יענער האט געזאגט איז נישט קיין חכמה.
וען איך בין געווען א נייע דרייווער איז איינמאל האב איך זיך זייער געיאגט, און אויף דער גאטער זענען געווען פייגלעך, איז אן משים לב זיין בין איך געבליבען פארען די זעלבע שנעלקייט, און די לעצטע מינוט זענען זיך די פייגעלעך צופלויגען באצייטענס. אויף דער סיידוואוק איז פונקט געשטאנען אן אלטע גויטע, און זי גיט צו מיר א שריי "מערדער"! דאס איז מיר אריין און די ביינער; חוץ פון דעם וואס איך האב זיך פשוט געשעמט, האב איך געטראכט אז איך האב אן געמאכט א חילול השם, אז גוים וועלען זאגען אז מיר אידען זענען אכזרים. פון דעמאלץ אן און ווייטער האב איך זיך אונטער גענומען אז דאס זאל מער נישט פאסירען.

איך גיב אכטונג ווען איך גיי אויפען גאס און איך זעה פייגעל שטייען דארט און עסען גיי איך ארום זיי נישט צו דערשרעקען און זיי וועלען אוועק פליען, און אויך וועלען זיי געשטערט ווערען פון עסען, די זעלבע זאך ביי א קאץ.

זונטאג מרץ 18, 2012 3:07 pm

סטראשעט מיט די גענץ.

זונטאג מרץ 18, 2012 4:00 pm

טייבעלע האט געשריבן:סטראשעט מיט די גענץ.

דאכט זיך אז די ריכטיגע אויסדרוק איז: גיי סטראשע די גענז [=דערשרעק זיי, און זאלן זיי אפפיצן פון דאנעט]
שרייב א תגובה

Advertisement