אידישע שפריכווערטלעך מיט הומאר, אינטערהאלטענדיג אלע דורות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

אידישע שפריכווערטלעך מיט הומאר, אינטערהאלטענדיג אלע דורות

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 15, 2011 2:58 pm

זיך איבערצייגן מה טובה/ ווי א קצב יונג / א יונג מיט ביינער / איר קענט אראפלאזן אייערע פארוואונדערטע אויגן ברעמען / קלא דלא פסיק / פאר נאר ווייזט מען א האלבע ארבעט / ווער עס דערציילט עס איז א נאר ווער עס גלייבט עס איז נאך א גרעסערע נאר / ער איז אן אלטער תרח / נאך פון מתושלח יארן / רייך ווי קרח / א פאפער ווי פעטער לבן / גראב ווי עגלון / דיק ווי בארג / עסט ווי א מילעכל / ריקט זיך ווי א ווינט / רעדט ווי א מאל מאשין / גראב ווי א פאס / צומאלט די עסן ווי א פוד פראסעסער / א גראך! אז מען קען עס אנכאפן / כגנב במחתרת / קצתי בחיי / געזאגט א הלצה / הבחור הזעצער / נישט געפעלט, קיין פויגל מילך / א ווערטל וואס איז געבוירן געווארן אינעם פארשימלטן מח פון אפאר לצים / אסאך וואסערן זענען שוין זינט דאן אדורך געפלאסן דעם האדאסן ריווער /

דאס האט שוין אסאך בעסער צייטן געזעהן / גענומען די פיס אויף די פלייצע / דאס איז נעבן קיין וואש מאשין קיינמאל נישט געשטאנען / סטייטש? / ס'ידאך כעלעם גופא / מעשה כעלעם / פארט א קצב / ער פלעגט עסן מכל הבא לידו / ער האט געהאט א ווייטן בליק / כל באיה לא ישובון / פאר א שיבוש / ווי די פויערן פון די מעשה ביכלעך / ר'אידעך נאר א מענטש / ער האט געפראָסן ווי א בארשטן בינדער / דאס הארץ האט מיר א טיאכקע געטאהן / על אם הדרך / דאס רעדל האט זיך אים א דריי געגעבן / ס'ארא משוגענער ער איז / באלשון הרע'נען זיי / ווי א שטימער עדות / פאוואליע / פארדאן! / סותר מיניה וביה / ארויסגעלאזט אויף די יארכע / אפי' אויף א רפואה איז עס נישט דא צו טרעפן / ווען עס ברענט אין כעלעם, איז אזוי פינצטער, אז מ'זעהט נישט ווי צו לעשן / כ'האב זיך אנגעהאלטן דעם בויך פאר געלעכטער /

ער ענטפערט מיט גדלות / ס'זאל חלילה נישט אויסגערעדט זיין / א עני ואביון מגוזלו / ארים ווי די נאכט / לאנג ווי דער גלות / אויף טויבע אויערן / ווי א בלינדער אין דער טינקל / איש מפי איש, ביזן ערשטן אויסטרעפער פון די מעשה / ומעשה שהיה כך היה / א גרויסער יאכנע / תמ'עוואטע / די אלץ ווייסערס / ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת / שמידן די אייזן ווי לאנג ס'איז הייס / דור דור ודורשיו דור ושופטיו / שוטרים הרודים את העם במקל / ווי א שירעם נאך א רעגן / ווי א חתונה אהן א מוזיק / ווי די קאקאש קעיק מיט די מילך / ווי די קאטשקע מיט די שנאבל / טבין ותקילין / פלוני אלמוני / יעדן עובר ושב / כל צרוע וכל זב /

גיט אים א קניפ אין בעקל, אין זאגט אים, "אינגערמאן! גייט שוין אהיים און לערנט די לאנגע רש"י פון די אפוד / בלעכענע הויזן / פּוי פּוי פּוי! בליעה"ר / משה זוך מיך. / מי שאכל שום וריחו נודף, יחזור ויאכל שום? / אנדעם וואס די פעדער זיינע זאל בכלל רויט ווערן / קיינער איז אים נישט חושד, אז ער זאגט א ווארט אמת / געשנארכצט אזוי הויעך אז ער האט געקענט אויפוועקן א בית הקברות / אז אפילו א טויבער וואלט זיך דערוועקט / כ'וועל עס אין מיין לעבן מער נישט טוהן / דער וואס האט אים איינגערעדט אז ער קען וועט קיינמאל נישט ארויס פון גיהנום / א נאדל אין א הויפן שטרוי / די באן פארט ווייטער / ליימענע גולם / פראגער גולם / כעלעמער ראש הקהל / אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל / די נאר זאל ארויס פון מקווה / ווייך ווי פוטער / אזוי ווי די מעשה פונעם וואלף מיט די לאנגע שוואנץ / אזוי אלט אז ער לעקט שוין די גראז / א אלטער שתר / ער שמעקט שוין פון ערד / ער וועפט ווי א סאדע באטל /

מען לערנט נישט קיין אלטן בער טאנצן / א קראנקן פרעגט מען א געזונטן גיט מען / א איינרעדעניש איז ערגער ווי אקרענק / ס'וואקסט שוין גראז אויף אים / די אמת שטעכט / ער איז נישט געווען די גרעסטע תנא קמא / נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינע נאר / א געשאסענער פייל שיסט מען נישט צוריק / אז דער הינט בילט איז א סימן אז די קויל איז געלונגען / דער אמת איז די בעסטע ליגנט / כצפיחות בדבש / ער איז געבוירן 2 מינוט שפעטער / ויקוצו בחייהם / די ביסט געבוירן אויף א באן? א רחמנות אויף די מענטשן דארט / נאך פון ששת ימי בראשית יארן / אינעם מויל פונעם לייב / מתחילת החליבה עד גמירה / קוש די מזוזה אויפן אנדערן זייט טיר / ער איז שוין היסטאריע / עוקר מן השורש זיין / היסטאריע ווי דער תחש און דער וויזל טיר / וואו ההוא סבתא / כל מכה אשר לא כתוב בתורה /

כולם בפה אחד / מצפה על שולחן חבירו / און ווי א רינגעלע צום קייט פון רשעות / זעקל ביינער / מוסיף חטא על פשע / ולא די הגזילה אשר גזלו / בטעם וריח אין להתווכח /אחול ושותה כי מחר נמות / לא עת לחשות / משלחת וחוזרות / ביודעים ובלא יודעים / די ווערטל האט שוין א לאנגע בארד / מוקצה מחמת מיאוס / כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ / בלוט איז נישט קיין וואסער / עצה היעוצה לכאו"א/ אשר בשם מאכל יכונה / ווי שוועמעלך נאך א רעגן / שמח בחור בילדותך / פאניע ברַאט / קעלבערנע אויגן / אי פארשטינקענע פיש געגעסן, אי פון שטאט ארויסגעווארפן / אויס גענארט גאנץ בראד / אז מען גיט נעמט מען, אז מען שלאגט אנטלויפט מען / אין דיין הארץ קלאפט א טיימער פון א טעקסי / געשאסן 2 פויגל אויף איין מאל / בחדא מחתא / בבת אחת/ שיפע זיבעלע / וחמתו בערה בו / כמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה /

מען קען נישט הונגערן פאר זיינס א גראשן / נישט קיין מפיל קינד / ער פארשטייט אן עסק / גאנץ א ווייטער איד / אגיל ואשמח / א בויך פון פארנט און פון הינטן / רינדעכדיג און אנגעבלאזן / כפול שמונה'דיג/ א אויפגעיורענע טייג / א חמצ'יגע בארכע / א דיקס און א גראָבס / ער האט געפלאצט אין זיינע בגדים / א זאטע איד / נעבעך זאט פון צרות / אים אנלערנען בלק / א געשוואלענע בערזל / א גראדע מעכל / מי שיאמר לשמן שידליק, יאמר לחומץ שידליק / יסורי איוב / הלל'ס געדולד /משה גרויס / ער כאפט די פיש פאר די נעץ / כאפ נישט קיין הייסע לאקשן / רויט ווי א בוריקע / אויפגעברויזט ווי א רויטע טאמאטע / ברייטע אויגן גרייט מיך אינצושלינגען / צורת מטבע / די באבע טייטש / א עין יעקב איד / א חק איד / צורת אות /

ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם מיט א קלאץ / ווי א פינפטע רעדל צום וואגן / ווי א נאר אויפן מארק / בורית ברשינה / יומם השמש לא יאַבעבאָ / ס'האט געהאט א פנים ווי אמסטערדאמער מארק / קמץ בערדל / א ציגעלע בארד / דופן עקומה / ווי א חלבנה / אין לנו עסק בנסתרות / מי יעמוד בסוד קדושים / א הימל שרייענדע עוולה / די זוהן אין די לבנה האבן ווייטער געשיינט / פאלקס ווערטל / ווי א איד אין מארמאראש / פון דא ביז פאריז / פון דאנעט ביז אהין / אמת מארץ תצמח / א בילד רעדט מיר ווי טויזנט ווערטער / א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל / כשם שפרצופיהם אינן שוות, כך אין דעותיהן שוות / וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער / ווי א בינטל חומר / מצווה נקראת על שם גומרה / המתחיל במצווה אומרים לו גמור / מאי שנא / השתא דאתית להכא / געשריגן חיי וקים / ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו / שיכור ווי לוט / ווי א בהמה גסה / נח מיט 7 גרייזן / ער האט געזויגט מיין בלוט, און ניטאמאהל געמאכט א ברכה /

מען שטארבט נאר איינמאהל / ווי בלעם'ס אייזל / אדר ג' דעם דריטן טאג ר"ח / ער מיינט אז יענעמ'ס גראז איז גרינער / ווי דער פאריעריגער שניי / ס'אינטרעסירט אים ווי א לאך אין קאפ / א אייזערנע מוח / ביז משיח'ס טאג / א יאר מיט א מיטוואך / אין א גרינעם דינסטאג / א גל של עצמות / א הויפן ביינע ר / ער מאָלט וואסער / א קומץ פינגער / א טפח שוחק / טלית שכולו חכלת / קרח מכאן וקרח מכאן / א סוד פאר גאנץ בראד / א פיסק אויף שרויפן / ער זיצט אויף נאדלער / שפילקעס / נעגל / ווי פאר א טויטן באנקעס / ווי א ביין אין האלז / ווי א דארן אין אויג / ס'פעלט אים א שראפל / ס'פעלט אים א קליינע אבער א גראבע / אויפבויען פיתום ורעמסס / כמטחוי קשת / ווי א פארסמ'טע מויז /

ער רעדט מיט באק ציינער / אבער ווי קומט דער קאץ איבערן וואסער / באבע יאַגל פון נידערהאז / יאפעץ אפ פון דא / ער פעיגערט ווי א בין / א געזינטער פעיגער / א הארטער קערל / ווי די ווערים נאך א רעגן / ווי קאץ און מויז שפיל / הכזונה תעשה אחותינו / השומר אחי אנכי / הנה בעל החלומות הלזה בא / ונראה מה יהיו חלומותיו / לא יאומן כי יסופן / סעודת שלמה בשעתו / ווען די באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן / וואלט זי געווען א קאדילאק / אנקל סעם / דער אמעריקענעם פעטער / לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב / ווי א געשטאפטער גאנז / געוואנדן ווי דער חמֶר שטייט איין / די מעבל אין מח האבן זיך אים אנגעפאנגען ריקן /

ווי א געשחט'ענע הינדל / ווי א אקס פאר די שחיטה / ווי א מפרכס / ווי א אויסגעקלאפטע הושענה / שדופות קדים / ווי א גע'פגרטע נבילה /אויסגעפוצט ווי חוה'לע צום גט /גיי שריי צום נתנה תוקף / דו ביטאנק איינער / אפ' א בער קען מען לערנען טאנצן / דער קען צונויף ברענגען צוויי קאנטינענטן אינאיינעם / ווען גראז וועט דא וואקסן / ווען הימל און ערד וועלן זיך צוזאמקומען / אנטדעקט אמעריקע / איך וועל דיר אראפקניידלען / העט ער ווען אראפ געשלינגען א באטארפליי, וואלט ער ווען געהאט מער שכל אין בויך ווי אין מוח / קינד: מאמי ס'שמעקט! מאמע: שמעק דיך אויס דיין חלק, און לאז איבער פאר דיין ברודערקע אביסל! / כ'וועל דיר דערלאנגען אזא פראסק, אז דו וועסט זעהן שטערנס / דו ווילסט אז דיינע ציינער זאלן שפאצירן? / א שיין באפוצטע אמת, איז א ריכטיגע ליגנט./

גאווה איז ווי א בארג. ווער עס שטייגט ארויף פאלט אראפ. /ווען די עסט מיט אפעטיט, בענטש מיט אן אפעטיט. / שטיל שווייגן, איז צומאל ווי הויעך געשריגן. / ווילסטו פריוון דאס געטריישאפט פון דיין חבר? פראוו קודם דיך אליינס. / אייגענע פעלערס זעהט מען ביי א צוייטן. / גרויסע אוצרות קומען אין קליינע פעקלעך. / א דריי מיט'ן פנים . איז א לשון הרע. / טראכט וואס דו רעדסט. רעד נישט וואס דו טראכסט./ ווייס וואו די גייסט. גיי נישט אוואו דו ווייסט. / א שטריק געפלאכטן פון פיהל קליינע פעדימער. צורייסט זיך שווערער. / פיהל שרייבערס זענען אויף ביי דער נאכט, כדי אז די לייענערס זאלן האבן מיט וואס צו אנטשלאפן ווערן. / לשון הרע איז, ווי א שארפער מעסער פוהל מיט פגימות./

א חכם א עניו, לייגט אריין פוהל חכמה, אז מען זאל אים נישט האלטן פאר א חכם./ עס איז נישט אנגענעם צו מאכן א טעות, אבער נאך מער, מודה צו זיין דערין. / א מענטש וואס הערט נישט וואס ער אליינס רעדט, וואו פארלאנגט ער נאך, אז אנדערע זאלן אים אויסהערן./ מיט צען ליגנטס דרייט מען זיך ארויס, בלויז פון איין ליגנט. / ווען דו וועגסט אפ דיינע מעשים, גיב אכט אז די וואג זאל נישט זיין א פאלשע./ לאז איבער דיין צארן אויף נאכן עסן. עס וועט נישט צוקייט ווערן. / אויב האט קיינער טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!

/איך האב דיך אין בוידעם / כ'האב דיך דארט ווי די אידן ...../ ער איז געבליבן לעקיש בער / פארקויף מיר נישט קיין לאקשן / שוין ווייטער האט ער מיר אנגעקאכט א גאנצע מחריקה / ס'איז לויטער דמינות / ער בויעט בנין על גבי בנין / גג על גג / נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט / חבירים ווי דוד אין יהונתן / אהבה שאינה תלויה בדבר / ער רעדט אונטערן נאניע / איין שינע טראכטענדיג / די קושן ליגט דיר נאך אויפן פנים / דו קוקסט אויס אויסגעביגלט / א שלאגווארט / האט א הארץ פון פוטער / וועט זיין הויזן אויסטוהן ארויסצוהעלפן א צווייטן / ער האט געגעבן א דריי מיטן נאז / יעבור עלי מה, איך ברעך מיר נישט / האסט מיר אפגעטוהן אויף טערקיש / אפגעטוהן אויף כוחות / כ'האב דיך טיף טייער / האסט געסטראשעט די גענז / כ'על מאכן פון דיר פּאָטאַש / כ'על מאכן פון דיר אש און פּאָרעך / דארפסט נישט מאכן אזא פּאָמפּע דיראָמפּע /

פריי דיך ווי א בין / ס'פרייט זיך מיין בויך און מיינע צוויי זייטן אויך / ער קוועלט פון נחת / ער פיהלט זיך משה גרויס אויפן טאטנס שויס / ער איז געווארן מיט א קאפ העכער / זאגסטאָך אזוי גוט. מיין מוטער וואלט דיך צופראָסן פאר ליבע / ער האט געגעסן ווי א באַרשטן בינדער / זיינע ציינער האבן זיך גערוקט ווי א מילעכל / א חכם מחוכם / א קאפ אויפ'ן פלאץ / א יודע ספר / קען די קליינע אויתיות /א געריבענער סוחר /א ברייטע קאפ /א מבין דבר מתוך דבר / א אפנארמאלער מח / א עילו / ער שמ'ט מיט זיין בקיאות / ער צונעמט דיך אויף פיצלעך / א גאון עצום/ א מעכטיגער קאפ. / א תכשיט'ל / א זיידענע אינגערמאנטשיק / אזא יאהר אויף מיר / א גאלדענע נשמה / אויף מיר געוואונטשן / קוים ארויס פון די ווינדלען / אפרוח שלא נפתחו עינו / א רויע פרוכטל / א נאסע פעיגער / ער לייגט זיך אהן. / קלעבט זיך נישט אפ, פאר קיין געלט נישט./ אזא מין קלעבעדיגס. סאַ שרעק. / א אנגעלייגטער גאסט / א דריטע פלייצע. / א אפן אויער בכל עת מצוא. /

ס'איז געפארן ווי מצה וואסער / אזא מין חאַלאַמאָק / א קאפ אויף שרויפן / א בראך אויף קלאמבוס / מאך נישט קיין גאנצע געראטשקע / ס'נישט צום קייען און נישט צום שפייען / דו חכם עתיק פון מה נשתנה / ער פוצט'עך ווי א קעצל / ס'האט געהאלפן ווי אויף א טויטן באנקעס./ ס'איז געפאלן ווי אויף טויבע אויערן / מ'רעד צו אים ווי מ'רעד צו די וואנט. / ביז ער קראצ'עך אויס, קען מען א גאנצן שור הבור פארציקן / א מין פעניאק, וואס איז נאך נישט געווען זייט לויט'נס שלשלת / אלעס גייט כאדאראם / אזא טעמבל שאין כדוגמתו / א גוטינטשקע נשמה'לע/ ס'האט אזא שטילקייט געהערשט אז מ'האט געקענט הערן א פליג זיך הייבן (אדורכזשומען) / א קטנ'טשיק מיט א קאנטשיק / ער מיינט ער איז 'גאט אליינס' / א ווילדער צאַפ / זי וועט נעבעך בלייבן ביזן ווייסן צאַפ / פונעם וויגל ביזן גריבל /ער איז געווען דער לאבוס פון שטעטל / חלילה נישט שאטן א בייז אויג / יעדער מיט צוויי אויגן אין קאפ, פארשטייט דאס ! / גיידיר וואו דיינע אויגן טראגן דיר / האט אויגן פון הינטן / א פארדארבן אויג. (בלעמ'ס אויג ) / ער עסט מיט די אויגן /

א פארשלעפטע קרענק / זיין זייגער גייט אויף צוריק (לויפט קאפויער) / ס'טוטצעך אויף טישן און אויף בענק / אז דו וועסט נישט איינרועהן וועליך מאכן פון דיר מצה מעהל / ס'האט זיך געגאסן ווי מים שלנו / פארשלאגן זיך האקע באקע ( עמיצער וואס פאפט זיך אליינס) / שטעקט נישט די פינגער אין קאלט וואסער / לעבט פון האנט צו מויל - לעבן בצומצום / ער האט זיך צופירט זיינע הענט / ער האט קלעפיגע הענט - גנב / ער ווייסט נישט פון זיין הענט הענט און פיס צוזאגן. - בחייכון וביומיכון / איין האנט וואשט דאס צווייטע / האט זיך מוחל געווען די עבירות / ער האט לעכעריגע הענט / פארמאגט צוויי לינקע הענט / א כשר בהמה'לע / א כשר קינד / ער האט זיך עס כשר פארדינט / א קלוגער ווייסט וואס ער רעדט, א נאר רעדט וואס ער ווייסט. / ער קען האקן א וואנט /
געהאקטע לעבער / ער האקט א קאפ / האקט אין די וועלט אריין / האקן א מארדע / האקן ליגנטס / האקן ווי אין קרויט / האקן און בראקן

אויסגעוועפט ווי א זייפן בלאז / ווי קומט הודי ביז כוש? / ווי א חכם אין די מה נשתנה / געבראטענע מכות / א געבראטענער עם הארץ / געבראטענע קאטשקעס / ווי א געבראטן שטיקל חזיר / געבראטענע יסורים / גרינג ווי א האר אין מילך / א האר האט געפעהלט / פונקטליך אויפ'ן האר / די האר שטעלן זיך קאפויער / רייסן זיך די האר פון קאפ / עס וועט אייך קיין האר נישט געקרומט ווערן/נישט פעהלן / ער האט אים ניטאמאל קיין האר אנגערירט / ס'הענגט אויף א האר / א האריגס ווי עשו / ער דרייט מיט'ן גראבן פינגער / ער דרייט די נערוון / ער דרייט מיטן צונג / עס שנייט און עס דרייט - שנייען און ווינטן / ער דרייטצעך און פרייטצעך / א פיפיגער אנדרייער / דרייט א כפרה / א פיין שמעקער / דו גרויסע צעלייגער / אז מ'גיט אים א פינגער וויל ער א האנט / ארויסגעזויגן פון פינגער / קיין פינגער אין מויל, דארף מען אים נישט אריינלייגן. - מ'דארף זיך אויסהיטן פון אים /

א כיטרער פוקס / קאטשע לאבע / לאפע / לאפניק / מאך לופטיג דאס פלעצל אונטער דיר / זיי מיר געבענטשט און געקרישמע / געלייענט / צו גאט און צו לייט / זיין פנים שיינט פון .. פעטקייט / לא מיט אן אלף / כדי לשבר את האוזן / ליתן ריווח בין עדר לעדר / צייט ער זאל עס קענען פארדייען / א בהמה אויף צוויי פיס / א קלאץ מיט אפאר אויגן / איך וועל אים שוין לערנען טאנצן / רעבע געלט / זיין פנים איז רויט געווארן ווי א געצייטיגטע טאמאטע / דער רוח זאל אים נעמען / גיי מאך איין אין זויערן / דו ווילסטעך טרעפן מיט דיין באבען אין גן עדן? / ווילסט איך זאל דיר דיינע ציינער פיטערן? / קוש די מזוזה פון די אנדערע זייט טיר / איך קום פון בויבעריק / האצענפלאץ / האנעלולו / טיזינאבי / דו צאפסט מיין בלוט / קריך אראפ פון מיינע נערוון / דו זויגסט די מארעך פון מיינע ביינער / זאג! דו מיינסט איך בין דיין פערד? /

ביסט אן עזות מצח / דו נעמסט מיר ארויס די דם התמצית / האסט דיין טאטן ווייס געמאכט יונגערהייט / ער עסט זיך דאס געזונט / ער האט זיך געבעטן ווי צו א גזלן / ער וויינט ווי א תם און שטויסט ווי א שור המועד / א גבר אלים / ער זייגט אויף כוחות / זאטל אפ פון דאנעט / ער איז באטראפעצט / מיינע קישקעס האבן זיך איבערגעדרייט / ווי ארבעס אין וואנט / א פארפירענער טיגער / ער לאכט ווי המן / א בענקל ווי אחשוורוש / פארמאך דיין פיסקל דו שור הנסקל / זיין זינגען הערט זיך ווי א בערן געיאמער און א קעצן געשריי / זיי האבן זיך אנגערוקט ווי די היישעריקן / ס'נישט דיין באבעס דאגה / א פלאטשיגער נאר / אלעס האט געפוטשט דארט / נאס און פוטש / יענער האט אפגעפוטשט / אינדרויסן איז א רעגן און א פלאטש / נעמסט מיך ארויס פון די גלייזן / מוחל טובות / מיין נשמה איז געשטאנען אויפן שפיץ נאז.

שיטץ קעצעלע / לאז דיך אפ פון די קאמייקעס /דו פארמאגסט א ענערגיע פון זיבן טראגעדיגע גמלים / שטיל. אז מ'האט קיין מוק נישט געהערט / א נבל ברשות התורה / שטיל ווי א בית עולם / א שטילקייט וואס האט געפיפן אין אויער / קען א גאנצע בית הקברות ערוועקן מיט זיינע געוואלדעס / א שנה ופירש'ניק / אייביג געהאט פויגעלעך אין קאפ / ספרי מינות נושרים מחיקו / הקדיח תבשילו ברבים / ידע את רבונו ומתכוין למרוד בו / א לאצי פאצי / ער ביגלט אוועק - מאכט שווערע אלפים / ער איז נישט אזוי שוה בשוה מיט עם / ער איז ווערט קעש / ער איז פאר די ביכער / זיצט אויף מעלאנעס / וואס ער כאפט אן ווערט גאלד / ס'רינט פון אים / א בעסערע גאטשע / גייט מיט די קאפ אין די הייעך / לאטצעך קאסטן אלפים / ער האט זיך שטארק ליב / מען דארף אים לעקן און שמעקן / שלאפן שלאפט ער ווי חוני המעגל און אן אפעטיט פארמאגט ער ווי אפטער רב / ער מיינט די וועלט געהער צו אים / געבוירן מיט א גאלדענע לעפל אין מויל /

א געפיעטשקעט קינד אייביג געווען / אונטערן מאמעס פארטוך / אפגעלערנט דעם בשבילי נברא מיט אלע דיקדוקים / געבוירן אויף א גאלדענעם טאץ / ער לעבט ווי א פריץ / ער בלאזט זיך די נאז מיט גאלדענע סערוועטן / ער איז ווערט צוויי מאל גארנישט / א אויסגעבלאזענע טאשנטיכל / א בלוטיגער יורד / אנגעזעצט דאס לעצטע פאר הויזן / ווערט א אויסגעהאקטע כפרה / א לאטע אויף א שמאטע / ער איז ווערט א מיאנטעק / געצאלט אן אפוטיקי / ביטערע ארימאן / ארים ווי די נאכט / ער פארמאגט נישט קיין רויטן גרייצער / ער האט זיך אויסגעזעקלט די טאשן / ער שרייט ווי א אידענע אין באד / געלערנט א לקח / ער באשטייט זיך זיין שטעטל / משוגע ווי א טרעקטער / אויסגעפאקט א טראק מיט טענות / ער גריזשעט ווי א וועפערייזער /

זיין מח איז קלענער ווי א לבנה ניסל / לעבט אין דמיונות / די צימער קוקט אויס ווי א שטאל פון חזירים / מ'האט געמאכט גאטשעס פון אים / א שנויצן ווי גראף פאטאצקי / גוט צוגעפאכעט / ער האט זיך אויפגעריסן / געעפנט דעם קאפ / אויפגעמאכט די אויגן / געווארן א אלץ ווייסער / א תנא קמא / דערקלערט אלץ באם / ווארפט גאונות רעכטס און לינקס / הפקר פעטרישקע / ער איז אין די כלים היינט / א רשע ! א פרשנדתא / א בארד ווי דמא בן נתינה / א צאפ געהאט ווי ערפה / צוריק גייט א קאזע / ער וויינט ווי א ביבער / ער קרומט מיר אין פנים / האט א ספרדי בערדל / דער שלאק זאל אים באטרעפן / שלאכע מירל / חוזק אין די לענג חוזק אין די ברייט / פוילע תירוצים / ער כאפט זיך אן אויף די גראדע ווענט / בויך סברות / תורות לאקשן / הוידל בוידל / ער דערגייט מיר די יארן / די מצב איז שוין גארנישט אזוי פויגלדיג / קהל'ס נאר / ביסט א ווייסעך וואס / נייגעריגע קאטשקע / פון א פלאן אן עראפלאן / קומסט מיר פאר ווי יענער... / באקומען קאלטע פיס / שפילן רויטעלע משה'לע / רעדט מיט באק ציינער.
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום דינסטאג יולי 19, 2011 5:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג יולי 15, 2011 3:45 pm

עס דערקענט זיך איר האט שוואכע נערווען...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יולי 15, 2011 4:20 pm

;l;p-
סאיז ארויס לעצטענס א ביכל פון דעם

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 17, 2011 12:07 pm

יא! געהערט דערפון !
נא אויב אזוי, ווייס איך נישט צו מען מעג ע"פ דין, ארויסנעמען פון דארט און אהער ארויפלייגן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג יולי 18, 2011 11:10 am

אפאר בלעטער פון א קליינע ביכל ארויס אין ניו יארק אין 1921 מיטן נאמען ''אידישע פאלקס ווערטלעך''. עס ערהאלט 300 אזעליכע שפריכווערטער
צוגעלייגטע
IMG_1116.JPG
IMG_1117.JPG
IMG_1118.JPG

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 11:55 am

נא ! אויב שוין יא אזוי ? טא אפשר זייט אזוי גיט און פאקט עס ארויף :lol: . אדער זאגט מיר ווי מער קען עס איינהאנדלען . כ'שטעל מיך פאר אז עמעזאן וועט עס פארמאגן
איך האב דארט געפוירטשעסט, הארקאווי און וויינריכ'ס ווערטערבוכער. כ'בין זיכער אז זיי וועלן דאס אויך האבן?!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 4:53 pm

וויפיהל פירושים קען מיר איינער זאגן אויף דעם גלייכווערטל: "איך וועל דיר לערנען בלק" זיך אננעמען פארן זיידן עמלק.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 18, 2011 5:31 pm

אזוי ווי בלעם האט גיט צוגעפיקסט בלק

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 5:42 pm

בלעם האט דען בכוונה צוגעפיקסט בלק? דער באשעפער האט איהם צוגעפיקסט .
און נאכמער בלעם האט דאך איהם למעשה יא געהאלפן?
נאר איך וועל זאגן איין וועג . און אזוי וועט דיר מעגליך עפעס פריש איינפאלן. בבח' תן לחכם ויחכם עוד...
דער בלעם האט דאך אזויפיהל, אריינגעכאפט. דא פונעם אייזל, ווען ער האט איהם צודריקט די פיס ווי א טאמאטע. און דא ווען די אייזל האט אים אריינגעפארן אינעם זיבעטן ריפ. און מיט דעם אלעם האט בלק נישט געלערנט א לקח, זיך נישט צו פארטשעפען מיט די אידן. אויף דעם ארויף, זאגט מען פאר איינעם וואס וויל זיך נישט לאזן דערלערנען, איך וועל דיר לערנען א בלק.
2 אית מאן דגרסי, אז עס איז בלויז אגב סיפא נקטי ליה, וויבאלד עס גראמט זייער גוט מיט - איך וועל זיך אננעמען פארן זיידן עמלק.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 18, 2011 6:01 pm

אין יענע ביכל שטייט עפעס א פשט?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 18, 2011 6:16 pm

וועלכע ביכל? ערשטע אדער צווייטע. און זאג שוין זיי אזוי גיט דעם נאמען פון ביכל. טייער איד'ל מיינער!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 18, 2011 7:05 pm

כדענק נישט דא נאמען
סאיז א ענגלישע נאמען כמיין פון פעלדהיים
כוועל פרובירן געוואר צו ווערן

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג יולי 18, 2011 10:15 pm

דאס איז עס
צוגעלייגטע
1583304231.jpg

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 19, 2011 2:01 am

א געוואלדיגער יישר כח!!!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג יולי 19, 2011 5:00 am

די מעבל אין מח האבן זיך אים אנגעהויבן רוקן

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 19, 2011 6:51 am

האט איינער געהערט דער אויסדריק
זי איז אויסגעפיצט אזוי ווי חווה'לע צום גט
מיין מאמע ע"ה פלעגט דאס זאגען...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוקטובער 02, 2011 9:25 am

פנינים מבית אמא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 4:41 am

אולי אדמו"ר מביקסאד תואיל להאר עינינו בהאי מימרא מאמי מורתי ע"ה
ותזכה לגמר חתימה טובה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 12:08 pm

גיי שריי צום תנה תוקף!!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 12:19 pm

דו ביטאַנק איינער.
אפ' א בער קען מען לערנען טאנצן.
דער קען צונויפברענגען צוויי קאנטינענטן אינאיינעם
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 8:57 pm

msp האט געשריבן:האט איינער געהערט דער אויסדריק
זי איז אויסגעפיצט אזוי ווי חווה'לע צום גט
מיין מאמע ע"ה פלעגט דאס זאגען...

זע דא.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 9:13 pm

ווען גראז וועט דא וואקסן

ווען הימל און ערד וועלן זיך צוזאמקומען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 5:19 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
msp האט געשריבן:האט איינער געהערט דער אויסדריק
זי איז אויסגעפיצט אזוי ווי חווה'לע צום גט
מיין מאמע ע"ה פלעגט דאס זאגען...

זע דא.


הרב למעלה משבעים
דו ביזט איינמאהליג....
אזא גרויסע געוואלדיגע שכויעך דיר
ברכה והצלחה אויף דיין קעפעלע....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 5:27 am

שנאפס האט געשריבן:ווען גראז וועט דא וואקסן

ווען הימל און ערד וועלן זיך צוזאמקומען


אויף די אויסדריק ווען גראז וועט דא וואקסען
האב איך געהערט אנאנדערע גירסא אזוי
מען ווייזט אויף די פאלם פון האנט און מען זאגט ווען האר וועט דא וואקסען וועל איך דיר דאס און דאס טוהן
אין חאסידיק טעילס אף דע האלאקאוסט איז דא א מוראדיגע מעשה וועגען אזא אויסדריק
מיט אנ עס עס מאן וואס האט געזאגט צו א איד אז אויב עס וואקסט האר אויף דעם איד'ס פאלם קען ער באפרייען דעם איד'ס שוועסטער
וכך הוה דער איד האט געהאט א סקין גרעפט אויף זיין האנט וועגען א פייער און עס איז דארט געוואקסען און דער עס עס מאן איז ממש ארויס פון די כלים און אהנגעהויבען שרייען און פארפיהרט אבער ער האט באפרייט דעם איד'ס שוועסטער....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 6:07 am

msp האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:ווען גראז וועט דא וואקסן

ווען הימל און ערד וועלן זיך צוזאמקומען


אויף די אויסדריק ווען גראז וועט דא וואקסען
האב איך געהערט אנאנדערע גירסא אזוי
מען ווייזט אויף די פאלם פון האנט און מען זאגט ווען האר וועט דא וואקסען וועל איך דיר דאס און דאס טוהן
אין חאסידיק טעילס אף דע האלאקאוסט איז דא א מוראדיגע מעשה וועגען אזא אויסדריק
מיט אנ עס עס מאן וואס האט געזאגט צו א איד אז אויב עס וואקסט האר אויף דעם איד'ס פאלם קען ער באפרייען דעם איד'ס שוועסטער
וכך הוה דער איד האט געהאט א סקין גרעפט אויף זיין האנט וועגען א פייער און עס איז דארט געוואקסען און דער עס עס מאן איז ממש ארויס פון די כלים און אהנגעהויבען שרייען און פארפיהרט אבער ער האט באפרייט דעם איד'ס שוועסטער....

יא, איך האב עס געליינט אין א ספר פין ר' חיים דוד באקאן, (אפשר אידישע חכמות און פקחות? מאך נישט קיין סענס?!)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט