Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

והמחמיר יש לו על מי לסמוך

דאנערשטאג אפריל 28, 2011 10:05 am

ווען די הלכה איז ווי דער מקיל אבער ס'איז דא א מקום להחמיר, טרעפט מען אמאל אין ספרים א לשון ווי "המחמיר יש לו על מי לסמוך" וכד', לכאורה איז דאס נישט ריכטיג ווייל דער מחמיר איז דאך זיכער גוט, ער דארף זיך נישט "סומך זיין" (חוץ ביי א חומרא דאתי לידי קולא).

איז דאס א שיגרא דלישנא וואס דארף לכתחילה פארראכטן ווערן (נישט ביי א אלטע ספר פון א אמאליגע גדול), אדער איז דאס א ריכטיגע שפראך?

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 28, 2011 10:59 am

מען זאגט דאך אין די תפילה זכה את אשר התרת אסרתי
מען טאר נישט מחמיר זיין סתם אזןי
נאר אויב עס איז א שיטה וואס איז מחמיר קען מען זיך פארלאזען אויף די שיטה מחמיר צו זיין

דאנערשטאג אפריל 28, 2011 11:17 am

חפשתי ולא מצאתי לשון זה בשום מקום ( בר אילן DBS אוצר החכמה)

דאנערשטאג אפריל 28, 2011 11:55 am

אין שולחן ערוך הלכות פסח סימן תמ״ב ס״ו, ברענגט די מחבר דעם ענין פון חומרת גרירת החמץ אפילו בכל שהוא ואף הנדבקים בכותלי הבית וכו׳, שרייבט אויף דעם דער מחבר ״ויש להם על מה שיסמוכו״.
והכוונה, שאין זה חומרא של שטות, אלא יש לדבר מקור בהלכה, ויש להם על מה שיסמוכו.

אגב, איז באקאנט די פשט אויף דעם לשון המחבר ״ויש להם על מה שיסמוכו״, פונעם ערשטן בעלזער רב זצוק״ל אויף רבי מאיר מפרעמישלאן זצוק״ל. רבי יענקעלע ז״ל פלעגט דאס נאכזאגן.

דאנערשטאג אפריל 28, 2011 2:16 pm

זושאלע האט געשריבן:אגב, איז באקאנט די פשט אויף דעם לשון המחבר ״ויש להם על מה שיסמוכו״, פונעם ערשטן בעלזער רב זצוק״ל אויף רבי מאיר מפרעמישלאן זצוק״ל. רבי יענקעלע ז״ל פלעגט דאס נאכזאגן.

וואס איז עס; פאר מיר איז עס נישט באקאנט.

זונטאג מאי 01, 2011 9:20 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווען די הלכה איז ווי דער מקיל אבער ס'איז דא א מקום להחמיר, טרעפט מען אמאל אין ספרים א לשון ווי "המחמיר יש לו על מי לסמוך" וכד', לכאורה איז דאס נישט ריכטיג ווייל דער מחמיר איז דאך זיכער גוט, ער דארף זיך נישט "סומך זיין" (חוץ ביי א חומרא דאתי לידי קולא).

איז דאס א שיגרא דלישנא וואס דארף לכתחילה פארראכטן ווערן (נישט ביי א אלטע ספר פון א אמאליגע גדול), אדער איז דאס א ריכטיגע שפראך?


אוודאי דארף מען האבן על מי לסמוך ווען איינער איז מחמיר סתם אזוי.
דער שלחן ערוך ברענגט אויך דעם לשון פסח ביי איין זאך ווי מענטשן זענען מחמיר אז זיי האבן זיך אויף וועם צו פארלאזן און "מיר דארפן מלמד זכות זיין אויף די וואס זענען מחמיר". וואסערע לימוד זכות פעלט זיך אויס, וועסטו פרעגן. נאר זיכער, וואס עפעס מחמיר זיין אן קיין שום זין. מיר טוען דאך נאר וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, לחומרא און לקולא. ופורץ גדר ישכנו נחש גייט ארויף אויך אויף דעם וואס איז מקיל, האט געזאגט דער אלטער סקווירער רבי. (ס'געווען א שמועס פסח אין המודיע מיט סקווירער רבי וועגן מנהגים און דאס איז אריינגעקומען אינדערמיט. אויך מיט דעם נטעי גבריאל איז געווען א שמועס פסח, דאכט זיך אויך אין המודיע, ווי ער האט אויך ארומגערעדט אז אפילו חומרות טאר נישט זיין אין דער וועלט אריין און עס איז נישט קיין קונץ אויב האט עס נישט קיין מקור.)
אין די היינטיגע וועלט ברענגט עס אויך פראבלעמען דאס אז סתם מענטשן ווייסן ממש נישט קיין חילוק פון א הלכה ביז א מנהג, פון אן ערנסטע מקורותדיגע חומרא ביז א לעצטיגע, און ס'ברענגט צו מכשולות אין פארשידענע וועגן, ואכמ"ל.
שרייב א תגובה

Advertisement