זונטאג מרץ 13, 2011 10:17 pm
אדלער-eagle
Advertisement
זונטאג מרץ 13, 2011 11:00 pm
זונטאג מרץ 13, 2011 11:21 pm
עס איז א מחלוקות ראשונים וואס א נשר איז.
טייל זאגען אז דאס איז א eagle
און טייל זאגען אז דאס איז א vulture
מאנטאג מרץ 14, 2011 4:21 am
איך האב שוין געזען געשריבן איבער דעם, למעשה איז נישט דא קיין קלארקייט וועלכער עוף דאס איז. אין דעם ספר-ביכל חי-ציקלופדי'ה ברענגט ער א בילד פון עפעס אן אנדערן גרויסן עוף אז דאס איז גאר דער נשר.
די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כך שמעתי במו אזני מסייענטיסט). אבער מיר ווייסן אלע אז יעדעס ווארט פון תורה און חז"ל איז קודש קדשים און טויזענטער מאל האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געוויסט טויזענט מאל בעסער פון די אלע קלוגע-נארישע סייענטיסטן, מילא בין איך זיכער אז עס איז יא דא, נאר זיי האבן עס נאך נישט געטראפן.
מאנטאג מרץ 14, 2011 2:08 pm
תוס' מס' חולין דף ס"ג ע"א
וכמו כן טועין גבי נשר שקורין אייגל"א ואינו דנשר יש לו ד' סימני טומאה ואייגל"א יש לו אצבע יתירה
תוס' זאגט אז סאיז נישט קיין אייגלא (איגעל, אויף פראנצויזיש:Aigle)
מאנטאג מרץ 14, 2011 2:19 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כך שמעתי במו אזני מסייענטיסט). אבער מיר ווייסן אלע אז יעדעס ווארט פון תורה און חז"ל איז קודש קדשים און טויזענטער מאל האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געוויסט טויזענט מאל בעסער פון די אלע קלוגע-נארישע סייענטיסטן, מילא בין איך זיכער אז עס איז יא דא, נאר זיי האבן עס נאך נישט געטראפן.
פון וואס לאכן זיי אפ? פון דעם וואס מען זאגט אז דער אדלער טראגט זיינע קינדער אויפן רוקן?
מאנטאג מרץ 14, 2011 3:44 pm
סאיז גאנץ מעגליך אז דער "איגעל" טראגט נישט על כנפי נשרים, אבער דער "נשר" יא.
מאנטאג מרץ 14, 2011 4:14 pm
אלף בית האט געשריבן:סאיז גאנץ מעגליך אז דער "איגעל" טראגט נישט על כנפי נשרים, אבער דער "נשר" יא.
לויט ווי איך פארשטיי פרובירסטו צו זאגן, אז די סייענטיסטן ווייסן בכלל נישט פון דעם נשר צוזאגן, אויב אזוי האלטסטו אז עס איז נישט קיין איינער פון די פויגלן וואס מען ווייסט היינט דערפון.
מאנטאג מרץ 14, 2011 7:55 pm
רש"י אין תהילים קאפי' ק"ג שרייבט: תתחדש כנשר נעוריכי. כנשר הזה שמחדש כנפיו ונוצה משנה לשנה . ויש מדרש אגדה על מין נשר שכשמזקין חוזר לנערותו.
ר' סעדי' גאון שרייבט דארט: כי הנשר יעוף על כל העופות ויעלה מאד על פני רקיע השמים ויקרב לחום האש היסודי ויפיל עצמו בים מרוב חום
וימרט ויתחדש ויעלה אבר וישוב לימי עלומיו וכן כל עשר שנים עד מאה וכשיגיע למאה יעלה כמנהגו
ויפיל בים וימות שם.
היינטיגע סייענטיסטן ווייסן צו זאגן דערפון? א מכה. נישט געפערליך ס'איז נישט די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אויסגעפונען טויזענטער יארן נאך חז"ל.
מאנטאג מרץ 14, 2011 11:24 pm
ליאזשנע רבי האט א גאנצע תורה איבער די נשר, כ'וויס נישט פונקטליך, אבער ער האלט אז די נשר איז נישט וואס מיר רופען אדלער, אדרבה אז איינער איז שוין געווען ביי אים אין מוזעיום און ווייסט מער, זאל נעמען דאס ווארט!
מאנטאג מרץ 14, 2011 11:59 pm
ער האלט אז ס'יז די וואלטשור ווי אויבנדערמאנט דורך ר' שמחה.
ער איז נישט דער איינציגסטער, גאר אסאך האלטן אזוי אז ס'יז דער vulture.
דאס איז א גרויסער פויגל זייער ענליך צום איגל.
דינסטאג מרץ 15, 2011 1:10 am
איזעי האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כך שמעתי במו אזני מסייענטיסט). אבער מיר ווייסן אלע אז יעדעס ווארט פון תורה און חז"ל איז קודש קדשים און טויזענטער מאל האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געוויסט טויזענט מאל בעסער פון די אלע קלוגע-נארישע סייענטיסטן, מילא בין איך זיכער אז עס איז יא דא, נאר זיי האבן עס נאך נישט געטראפן.
פון וואס לאכן זיי אפ? פון דעם וואס מען זאגט אז דער אדלער טראגט זיינע קינדער אויפן רוקן?
יא, פון דעם לאכן זיי אפ. זיי זאגן אז עס איז נישט דא אזא סארט זאך אין די גאנצע וועלט.
איזעי האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:סאיז גאנץ מעגליך אז דער "איגעל" טראגט נישט על כנפי נשרים, אבער דער "נשר" יא.
לויט ווי איך פארשטיי פרובירסטו צו זאגן, אז די סייענטיסטן ווייסן בכלל נישט פון דעם נשר צוזאגן, אויב אזוי האלטסטו אז עס איז נישט קיין איינער פון די פויגלן וואס מען ווייסט היינט דערפון.
דאס מיין איך טאקע צו זאגן. אז אויב זאל מען אננעמען אז דער סימן פון דעם אדלער איז דאס טראגן זיינע קינדער על כנפי נשרים, דעמאלס ווייסן מיר אינגאנצן נישט וואס דער אדלער איז.
און איך האב טאקע געוואלט זאגן דא אז מען וואלט געדארפט אנפרעגן ביים ליאזשנער רבין וואס ער האלט וועגן דעם, ווייל ער טוט אסאך אין די זאכן. נישט אז וואס ער זאגט איז תורה מן השמים, ווייל איך ווייס למשל אז ער האלט אז דער אמעריקאנער בייסאן (וואס מען רופט דא באפעלא) איז דער תאו וואס ווערט אויסגערעכענט צווישן די כשר'ע חיות אין די תורה, און ער איז כמעט דער איינציגסטער וואס האלט אזוי. אבער עס וואלט דאך געווען אינטערעסאנט צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
אבער יעצט אז ער האלט אז עס איז די וואלטשער, וואס טוט זיך מיט על כנפי נשרים?
ר' יגעתי, עס איז זייער פשוט אז די סייענטיסטן ווייסן גאר ווייניג, און לשיטתם, איז נאר אמת דאס וואס זיי ווייסן און פארשטייען. עס זענען דא זאכן וועלכע זיי זענען געווארן געווארן צוויי טויזענט יאר נאך חז"ל, און עס זענען דא נאך אסאך מער זאכן וועלכע חז"ל האבן געוואוסט און זיי וועלן עס קיינמאל נישט וויסן
דינסטאג מרץ 15, 2011 12:13 pm
איזעי האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:סאיז גאנץ מעגליך אז דער "איגעל" טראגט נישט על כנפי נשרים, אבער דער "נשר" יא.
לויט ווי איך פארשטיי פרובירסטו צו זאגן, אז די סייענטיסטן ווייסן בכלל נישט פון דעם נשר צוזאגן, אויב אזוי האלטסטו אז עס איז נישט קיין איינער פון די פויגלן וואס מען ווייסט היינט דערפון.
יא, דאס האב איך געמיינט צו זאגן.
דינסטאג מרץ 15, 2011 11:17 pm
נתן דוב האט געשריבן:עס קען אויך זיין אז איז עס נישט בנמצא פונקט אפשר ווי די ססגונא כמבואר ברש"י
שווער צו זאגן, די ססגונא שטייט קלאר אין ראשונים - אדער שוין אין חז"ל דאכט זיך - אז ס'איז נאר געווען לשעה, אבער דער נשר שטייט נישט אין ערגעץ אזא זאך. חוץ מזה, די ססגונא האט געהאט א תכלית פארוואס ס'איז באשאפן געווארן לשעה צו בויען די משכן, אבער די נשר - אויב ס'איז נאר געווען לשעה - פארוואס איז עס בכלל באשאפן געווארן?
נאך א ראי', די תורה רעכנט אויס די נשר צווישן די טמא'נע פייגלעך, אויב איז עס נאר געווען לשעה איז נישט שייך צו אסר'ן עס צו עסן.
אלא מאי סאיז יא בנמצא און אלעס וואס חז"ל האבן געזאגט איז אמת, און די סייענטיסטן ווייסן נישט אלעס.
דינסטאג מרץ 22, 2011 4:12 pm
נתן דוב האט געשריבן:כנשר יער קנו
ב) וואס איז דאס א רויב פויגעל - ?? ווי אזוי הייסט עס אויף ענגליש ??
לכאורה דער Raven וואס איז פון די משפחה פון Crows
דינסטאג מרץ 22, 2011 4:14 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב שוין געזען געשריבן איבער דעם, למעשה איז נישט דא קיין קלארקייט וועלכער עוף דאס איז. אין דעם ספר-ביכל חי-ציקלופדי'ה ברענגט ער א בילד פון עפעס אן אנדערן גרויסן עוף אז דאס איז גאר דער נשר.
די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כ[u]ך שמעתי במו אזני מסייענטיסט[/u])
אויב איך מעג פרעגן, אלס נייגעריגקייט, ווער איז דער סייענטיסט. (אדער זאג כאטש וועלכע סארט סייענטיסט איז ער?)
מיטוואך יולי 25, 2012 7:06 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כך שמעתי במו אזני מסייענטיסט). אבער מיר ווייסן אלע אז יעדעס ווארט פון תורה און חז"ל איז קודש קדשים און טויזענטער מאל האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געוויסט טויזענט מאל בעסער פון די אלע קלוגע-נארישע סייענטיסטן, מילא בין איך זיכער אז עס איז יא דא, נאר זיי האבן עס נאך נישט געטראפן.
עס איז דא וויסענשאפטלער וואס צייגען אהן אויף דעם GOLDEN EAGLE אז ווען זיי לערנען זייערע אינגע
צו פליען איז אויב פאלען זיי ארינטער ווי א קינד ווען מען לערענט איהם גיין, כאפט דער טאטע דעם קינד
אויף זיינע פליגעל, נישט אלע וויסענשאפטלער זענען אין איין מיינונג אויף דעם, כאטשיג מען האט דאס
שוין אויפגעכאפט עטליכע מאל זאגען זיי כי מקרה היא, און עס איז נישט א נארמאלע ערשיינונג.
אויך ווען עס ווערט ביי די אדלער, דאכט זיך דאס איז אויך ביי די BALD EAGLE, אז זייערע פעדערען
ווערען אפגעדינט, צוקלאפט און אויסגעקלאפט, פליען זיי ארויף אויף גאר א הויכע בארג ווי זיי קלאפען
אויס די אלטע פעדערען און ווארטען ביז עס וואקסט צוריק נייע, זיי זעהען אויס ווי אין די אינגע יארן.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 9:21 am
טהור-עיניים האט געשריבן:די היינטיגע וויסנשאפטלער (סייענטיסטן בלע"ז) לאכן אפ פון דעם "על כנפי נשרים", ווייל לויט זיי עקזיסטירט גאר נישט אזא סארט זאך, עס איז נישט דא במציאות (כך שמעתי במו אזני מסייענטיסט). אבער מיר ווייסן אלע אז יעדעס ווארט פון תורה און חז"ל איז קודש קדשים און טויזענטער מאל האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געוויסט טויזענט מאל בעסער פון די אלע קלוגע-נארישע סייענטיסטן, מילא בין איך זיכער אז עס איז יא דא, נאר זיי האבן עס נאך נישט געטראפן.
Wildlife photographer caught this once in a lifetime shot this weekend. A crow hitching a ride on a bald eagle
גענומען געווארן עטליכע טעג צוריק, ווי מ'זעהט קלאר די "על כנפי נשרים".
- עטעטשמענטס
-

- 11701118_934302666613320_1213523640998704507_n.jpg (6.74 KiB) געזעהן געווארן 83 מאל