וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרשון האט געשריבן:פון וואו און ווען שטאמט דאס ווארט "מעריב"?

https://tora-forum.co.il/viewtopic.php?p=104724#p104724
און ווייטער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

להודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פון וואו און ווען שטאמט דאס ווארט "מעריב"?

https://tora-forum.co.il/viewtopic.php?p=104724#p104724
און ווייטער

ש'כח.

הייסט עס ס'איז פונקט ווי פוסקים רופן שחרית "תפילת יוצר".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פון וואו שטאמט דער אויסדרוק "קארפן קעפ"? האט עס א שייכות מיט קארפ פיש?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

גרשון האט געשריבן:פון וואו שטאמט דער אויסדרוק "קארפן קעפ"? האט עס א שייכות מיט קארפ פיש?

מסתמא אזוי.
די עוורידזש אידישע קעפ - זענען געמאכט פון געפילטע פיש stuffing.
די קארפן קעפ זענען די נעקסט לעוועל.

#שנהיה לראש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פון וואו שטאמט דער אויסדרוק "קארפן קעפ"? האט עס א שייכות מיט קארפ פיש?

מסתמא אזוי.
די עוורידזש אידישע קעפ - זענען געמאכט פון געפילטע פיש stuffing.
די קארפן קעפ זענען די נעקסט לעוועל.

#שנהיה לראש

מורא'דיג. ומכאן ראיה קעגן די וואס פירן זיך צו עסן דעם קאפ פון א געפילטן פיש.

(פון וואו קען מען טאקע וויסן אין אן אקוואריום וועלכע פיש ס'זענען די געפילטע? האב איך אמאל געהערט אז מ'זאל קוקן צי ס'האט א מייער אויפ'ן רוקן.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אז מ'רעדט שוין,
בינעך טאקע נייגעריג,
פון וואו שטאמט דער אויסדרוק 'קארפן קעפ'? האט עס שייכות מיט קארפ פיש?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צימבלען (cymbals) זענען "מצלתים" אין לשון הפסוק, אדער עפעס ענליך אין דער משפחה. דאס זענען די בלעכענע טעלערס וואס פויקערס ניצן צו מאכן דעם קלינג.

פארוואס ווען מ'פארשט עמיצן נעמט מען אים אויפן ציבמל?

איך קלער בדרך אפשר אז ס'קען מיינען אז מ'רופט יענעם ארויס צו טאנצן אויפ'ן קלינג. (ווען מ'ענדיגט די ארבעט האט מען שוין יענעם געלערנט טאנצן...)

איך בין נייגעריג צי איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

גרשון האט געשריבן:צימבלען (cymbals) זענען "מצלתים" אין לשון הפסוק, אדער עפעס ענליך אין דער משפחה. דאס זענען די בלעכענע טעלערס וואס פויקערס ניצן צו מאכן דעם קלינג.

פארוואס ווען מ'פארשט עמיצן נעמט מען אים אויפן ציבמל?

איך קלער בדרך אפשר אז ס'קען מיינען אז מ'רופט יענעם ארויס צו טאנצן אויפ'ן קלינג. (ווען מ'ענדיגט די ארבעט האט מען שוין יענעם געלערנט טאנצן...)

איך בין נייגעריג צי איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן.

עס איז דא א ניגון פון ר' יום טוב ערליך ווי ער לייגט ארפ אז מגייט אפגעבן דין וחשבון אויף יענע וועלט.
דער פזמון גייט בערך אזוי:
"און צימבלען, צימבלען, אוי וועט מען דארטן צימבלען".

בשעת וואס ער זאגט דאס הערט מען אונטערגורנד צימבלען cymbals.
כהאב פארשטאנען פון דעם אז מען פלעגט קלאפן מיט צימבלען ביי א משפט אדער עפעס ענליך צו דעם.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

TZIMBLEN- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Ameritchke

,איינער האט אמאל חתונה געהאט
,מיט א גרויסן תלמיד חכם
,”און האט צוגעזאגט פארן “הרי את
.אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים

,צוגעדעקט די קאפ וועט זי שטענדיג גיין
,און היטן טהרות המשפחה
,און געקליידעט זיין צניעות’דיג און שיין
.די קיך וועט אויך זיין כהלכה

,און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר
,מען האט געקריגן שלעכטע שכנים
,און זיי האבן זיך מיט די יונגע פּאר
.גענומען לעבן גוט אינאיינעם

,און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי
,גענומען פירן זיך מאדערן
,מען איז יונגעלייט, און ס’איז א נייע צייט
.מען דארף שעמען זיך אויפהערן

,און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
“זי וועט זאגן “נאו” און ער וועט זאגן “יעס
.און ער וועט נעמען איר נשמה

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען

,פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן
,וואס זי האט ניט דערציילט די מאן
,פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט
,פאר די קינדער פאר א גאסט
,פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט
,אפי’ אין קאנטרע אין מיטן פעלד
,ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט
.זאכן וואס די תורה האט פארווערט

,אז זי וועט קומען אין די הימלען
.אוי וועט מען איר צימבלען

!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען

,בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז”ל
,ניט דא קיין צדיק אן עבירות
,און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד
.איז דאך פול מיט אט די זכיות

,א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט
,מען וועט איינשלאפן נישט ביים ווילן
,און אז מען נעמט אראפ, דעם “של ראש” פון קאפ
.דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין

,איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס
,חצופת פול פון אלע זייטן
,איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ
.און איך קענט זיי ניט אויסמיידן

,מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער
,און דער לעבן אן א סדר
,די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווי מען גייט
.און מען פאלט א דורך כסדר

,און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
“מען וועט זאגן “נאו” און ער וועט זאגן “יעס
.און ער וועט נעמען די נשמה

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען

,פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק
,פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק
,פאר אנרירן און פאר געבן הענט
,וועט מען קריגן מיט פראצענט
,פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט
,פאר לשון הרע און לצנות רייד
,פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט
.פאר חשש גזילה אפגערעדט

,וועט מען נעמען אין די הימלען
.און מען וועט דארטן צימבלען

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריטע וועלט לאנד.

האט איר זיך שוין אמאל געוואונדערט וואו די ערשטע און די צווייטע וועלט געפינען זיך?

דער טערמין שטאמט פון דער קאלטער קריג עפאכע, ווען די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן די רייצערייען צווישן די צוויי נוקלעארע וועלטמאכטן, אמעריקע און רוסלאנד. דאס רוב לענדער האט גענומען זייטן, צי מיט דער מערב וועלט אדער מיט'ן סאוויעטישן בלאק. ס'האט געפירט דערצו אז דער אנטוויקלטער חלק וועלט זאל ווערן צעטיילט אין צוויי, ממש ווי צוויי וועלטן.

און וואס טוט זיך מיט די צוריקגעשטאנענע לענדער וואו מ'שיסט נאך מיט פייל-און-בויגן? זיי האבן נישט דווקא געמוזט האבן א זייט אינעם קאנפליקט. זענען זיי אלזא געווארן "דריטע וועלט לענדער".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Naftule האט געשריבן:אפשר קען מען טייטשן דעם לרחצה אזוי, ביים סדר נאכט ביי ורחץ באקומט מען א קארג שטיקל רעטעך, ביי רחצה באקומט מען א גאנצן סעודה לרחצה..

מען קען אפשר זאגן ענדליך, ביי ורחץ איז די מנהג אין אסאך פלעצער אז נאר די ראש המשפחה וואשט זיך, משא"כ ביי רחצה, ממילא דארף מען דעמאלטס אסאך מער וואסער, זאגט מען "זאל זיין לרחצה" - זאל זיין גענוג פאר רחצה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"גיין באנאנעס" (זיך אויפפירן צעלאזט אדער ארויס פון די גלייזן).

א מעגליכער מקור צו דעם אידיאָם איז אן אלטער אויסדרוק "גיין מאלפעס", דהיינו זיך אויפפירן ווי מאלפעס. די אייראפעער, וועלכע האבן געקענט מאלפעס בלויז פון די דראמא ביכער, האבן אלס דבר הלמד מענינו צוגעשטעלט באנאנעס צו מאלפעס, און פון דעם איז געווארן "גיין באנאנעס".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

צ"ק
קאטשלאס פאר א בלעקא"ט
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק
קאטשלאס פאר א בלעקא"ט

:lol:
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק
קאטשלאס פאר א בלעקא"ט

:lol:

אויב ס'איז א וויץ, האב איך עס נישט געכאפט... (ועוד חזון למועד).

אויב דו מיינסט קורצשלוס, האט עס מסתמא צוטון מיט א קורצע צייט וואס די עלעקטרי* איז אפגעשלאסן, אבער איך ווייס נישט דעם מקור. אדרבה, אפשר ווייסט איינער מער?

* אזוי הייסט electricity אויף אידיש (מ'קען אויך שרייבן עלעקטריע). נישט עלעקטריציטעט אדער אנדערע אויסגעזויגענע ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן:אויב ס'איז א וויץ, האב איך עס נישט געכאפט... (ועוד חזון למועד).

אויב דו מיינסט קורצשלוס, האט עס מסתמא צוטון מיט א קורצע צייט וואס די עלעקטרי* איז אפגעשלאסן, אבער איך ווייס נישט דעם מקור. אדרבה, אפשר ווייסט איינער מער?

* אזוי הייסט electricity אויף אידיש (מ'קען אויך שרייבן עלעקטריע). נישט עלעקטריציטעט אדער אנדערע אויסגעזויגענע ווערטער.

דער וויץ איז פשוט ווי געוויסע זאגן ארויס קורצשלוס אלץ קאטשלאס (בערך די זעלבע ווארט...)

קורצשלוס איז שוין אויף דויטש Kurzschluss. עס קומט ווי עס קוקט אויס קומט דער "קורצ" פון short circuit וואס קען זיין דער גורם פאר דער אפשלוס פון דער עלעקטערישע שטראם.

פארוואס עלעקטריע און נישט עלעקטער, וואס איז דער שורש צאמשטעל צו עלעקטעריע?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן:קורצשלוס איז שוין אויף דויטש Kurzschluss. עס קומט ווי עס קוקט אויס קומט דער "קורצ" פון short circuit וואס קען זיין דער גורם פאר דער אפשלוס פון דער עלעקטערישע שטראם.

פארוואס עלעקטריע און נישט עלעקטער, וואס איז דער שורש צאמשטעל צו עלעקטעריע?

גוגל טייטש Kurzschluss אלס short circuit (איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין עלעקטרי, אבער דאכט זיך אז דאס מיינט אז ס'איז נישט דא גענוג עלעקטרי אין צירקולאציע). בלעקאוט ווערט פארטייטשט אלס Stromausfall אדער ווי אין פשוט אידיש -- בלעקאוט.

איך כאפ נישט פינקטליך וואס דו פרעגסט צום סוף, אבער אזוי ווערט עס אנגערופן אין גוטן אידישן ליטעראטור און אין די ווערטערביכער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק
קאטשלאס פאר א בלעקא"ט

:lol:

אויב ס'איז א וויץ, האב איך עס נישט געכאפט... (ועוד חזון למועד).

אויב דו מיינסט קורצשלוס, האט עס מסתמא צוטון מיט א קורצע צייט וואס די עלעקטרי* איז אפגעשלאסן, אבער איך ווייס נישט דעם מקור. אדרבה, אפשר ווייסט איינער מער?

* אזוי הייסט electricity אויף אידיש (מ'קען אויך שרייבן עלעקטריע). נישט עלעקטריציטעט אדער אנדערע אויסגעזויגענע ווערטער.

איך ווייס אויך נישט צו ער האט עס געפרעגט אלץ א וויץ, אבער ער האט מיך געמאכט לאכן
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"אויף יענעמ'ס בארד איז גוט זיך צו לערנען שערן," לויטעט אן אלט אידיש ווערטל.

פון דא שטאמט דער זיך "לערנען אויף מיין/יענעמ'ס בארד".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

גרשון האט געשריבן:"גיין באנאנעס" (זיך אויפפירן צעלאזט אדער ארויס פון די גלייזן).

א מעגליכער מקור צו דעם אידיאָם איז אן אלטער אויסדרוק "גיין מאלפעס", דהיינו זיך אויפפירן ווי מאלפעס. די אייראפעער, וועלכע האבן געקענט מאלפעס בלויז פון די דראמא ביכער, האבן אלס דבר הלמד מענינו צוגעשטעלט באנאנעס צו מאלפעס, און פון דעם איז געווארן "גיין באנאנעס".

און וואס טוט זיך מיט 'איך גיי ניסלעך'?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איש חמודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:"גיין באנאנעס" (זיך אויפפירן צעלאזט אדער ארויס פון די גלייזן).

א מעגליכער מקור צו דעם אידיאָם איז אן אלטער אויסדרוק "גיין מאלפעס", דהיינו זיך אויפפירן ווי מאלפעס. די אייראפעער, וועלכע האבן געקענט מאלפעס בלויז פון די דראמא ביכער, האבן אלס דבר הלמד מענינו צוגעשטעלט באנאנעס צו מאלפעס, און פון דעם איז געווארן "גיין באנאנעס".

און וואס טוט זיך מיט 'איך גיי ניסלעך'?

זע איך א טעאריע ס'זאל האבן געקומען פון דעם וואס מאלפעס פירן זיך אנגעבליך אויף משוגע ווען מ'ווארפט זיי צו ניסלעך.

השתא דאתית להכי קען מען דאס אויך זאגן ביי באנאנעס. דאכט זיך דאס הערט זיך מער מסתבר'דיג ווי די פריערדיגע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

צ"ק

גענעראל פארזאמלאנוג
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעמאן סאדע האט געשריבן:צ"ק

גענעראל פארזאמלאנוג

נישט אדאפטירט פון general assembly?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

צ/ק
רעזשאו
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ישרן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:חד-גדיא פאר א תפיסה קומט פון מזרח אייראפע, און איז מסתמא א שפיל-ווארט פונעם פוילישן "קאָרדעגאַרדע" (Cordegardy) און רוסישן "קאָרדיגאַרדי" (Кордегарди), וואס באדייט א טורמע. דער מקור דערפון גייט צוריק צו פראנצויזיש, ווי "קאָר דע גאַרד" (Corps de Garde) טייטש "א געהיטענע הויז".

ואני שמעתי איש מפי איש עד ה"מעלות" בכבודם ובעצמם אז "קאזע" אויף פוליש איז א תפיסה, און אויף אידיש א ציג, און דאס איז דער חד גדיא.
חד גדיא חד גדיא

מעלות'נס השערות במח"כ איז מביא לידי גיחוך.
זיי האבן זיך לעצטענס גענומען א ציל אויפצוווייזן אז אלע שפראכן קומען פון לשון־קודש און זיי זענען זיך מדחיק כמעיילא פילא במחטא צו טרעפן ענליכקייטן.
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום דינסטאג אוגוסט 24, 2021 3:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”