וואס איז די מקור פון די ווארט.....
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
- לאקאציע: אין ישיבה
וואס איז די מקור פון די ווארט.....
פון ווען אן נוצט מען דעם ווארט? און וואס איז דער שורש דערפון?
איך טראכט אז אפשר שטאמט עס פונעם ווארט שקצים וואס שטאמק פון שקץ תשקצנו
ס'קען זיין?
איך טראכט אז אפשר שטאמט עס פונעם ווארט שקצים וואס שטאמק פון שקץ תשקצנו
ס'קען זיין?
יא ס'קומט פון דעם
http://en.wikipedia.org/wiki/Shegetz
(פארוואס האסטעך פארלייגט אויף די ווארט? מנוצט עס אפט דארט?...)
http://en.wikipedia.org/wiki/Shegetz
(פארוואס האסטעך פארלייגט אויף די ווארט? מנוצט עס אפט דארט?...)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
- לאקאציע: אין ישיבה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
- לאקאציע: אין ישיבה
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
לרחצה
וואס איז די מקור פון נוצן "לרחצה" אלס א שטעלפארטרעטער פאר "ברווח, בשפע"?
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5565
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
דוד פיישוט האט געשריבן:סדא וואס רופן דעם קינד ביזן ברית ישעי' געציל (שייגעצל)
אבער מיין טאטע לאזט נישט
א שיינע ווערטיל!
אבער געציל איז נישט דער כינוי פון ישעי' (געציל שטאמט פון געץ וואס איז דער כינוי פון אליקים), און דאס גאנצע רופען שמות של חול (געציל, בער ליב, וכדו'), ביים ברית איז גאנץ א לעצטיגע מעשה (לעצטע 150 200 יאר בערך), דאס ווארט שגץ, איז עלטער פון דעם.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
צים פינטעל האט געשריבן:און פון וואו קומט די ווארט "לאָגאָ" און "בּאָם"
אוי, איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט די ווארט "לאָגאָ".....
דאס לעצטע מאל איך האב געהערט די ווארט איז געווען אין ישיבה קטנה ביי די פתיחה פון די מנהל אז מ'זאל זיך נישט חבר'ן מיט די לאגא'ס פון ישיבה גדולה...
דאס איז א קיצור פאר ל'יידיג ג'ייער (אזוי ווי וויכי = וויכטיג מאכער, גרויזי = גרויזאמער).
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
אויפריכטיג האט געשריבן:וואס איז דער שייכות פון געץ צו זיין א כינוי צו אליקים?
און בכלל וועלכע נעמען דארפן האבן א כינוי? אליקים קען איך נאך פארשטיין וועל עס איז דומה צו א שם, אבער פארוואס דארף מען געבן א כינוי פאר די נעמען דוב, זאב און אזוי ווייטער?
אזוי איז אמאל געווען, מען האט געהאט באקומען א שם של קודש ביים ברית, און א שם של חול (כינוי) ביים הולקרייש, ווער עס האט געקליבען די כינויים ווייסעך נישט, אבער בדרך כלל איז עס אן אפטייטש.
בד"א: דוב אריה זאב און צבי, זענען אויך גאנץ נייע (לעצטע 400 יאר בערך, ווענדט זיך ווי א נאמען) נעמען, איינס נייער פון די צווייטען.
ליב איז א כינוי פון יהודה
בער פון יששכר
וואלף פון שמעון אדער בנימין
הירץ אדער הירש פון נפתלי
בעסער געזאגט אריה איז א כינוי פון ליב וואס איז א כינוי פון יהודה
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
א רגע, לרחצה אדער שייגעץ האסטו יא געזעהן א פריערדיגע נוצן?... סאיז זיכער א אויסדריק וואס צו רעדן איז עס גוט נישט אויף צום שרייבן. די שאלה איז נאר פארוואס מ'האט אויסגעקליבן פונקט די ווארט.
יעצט טראכט איך אז די אויסדריק שטאמט פון "חזק" "שטארק" , ווען איינער האט געזאגט א גוט ווערטל, אזוי ווי מ'זאגט היינט "א גוטס" האט מען אמאל געזאגט "א חזק", צוביסלעך האט זיך עס אויסגעדרייט אויף חוזק. און פון א אויסדריק אויף א ווערטל איז עס אריבער צו א אויסדריק פאר ליצנות.
מעגליך?
איך געב רשות מחולק צו זיין, נאר נישט חוזק מאכן ביטע.
יעצט טראכט איך אז די אויסדריק שטאמט פון "חזק" "שטארק" , ווען איינער האט געזאגט א גוט ווערטל, אזוי ווי מ'זאגט היינט "א גוטס" האט מען אמאל געזאגט "א חזק", צוביסלעך האט זיך עס אויסגעדרייט אויף חוזק. און פון א אויסדריק אויף א ווערטל איז עס אריבער צו א אויסדריק פאר ליצנות.
מעגליך?
איך געב רשות מחולק צו זיין, נאר נישט חוזק מאכן ביטע.
אויפריכטיג האט געשריבן:וואס איז דער שייכות פון געץ צו זיין א כינוי צו אליקים?
און בכלל וועלכע נעמען דארפן האבן א כינוי? אליקים קען איך נאך פארשטיין וועל עס איז דומה צו א שם, אבער פארוואס דארף מען געבן א כינוי פאר די נעמען דוב, זאב און אזוי ווייטער?
איך האב אמאל געזען אין א ספר פון א רב אין בני ברק, וואס ער ברענג אסאך מנהגים פון אשכנז, און ער ברענגט זייער מקור.
ער ברענג אז אין די צייטן פון ראשונים איז געווען א מנהג צו געבן א שם כנוי צו יעדן איינעם, און ס'איז גערופן געווארן "שם חול".
און טאגטגלעך האט מען גענוצט דעם "שם חול", און ביי קריאת התורה, און ביי מי שברך, האט מען גענוצט דעם "שם קודש".
און אויך ביי מיידלעך איז געווען אזוי.
לויט דעם איז פארשטאנען די מנהג ביי אשכנזים, אויסצורופן און צו ניצן א "שם כינוי" צו זייערע קינדער.
פאשטייצאך אז לכתחילה האט מען געזוכט א נאמען וואס ער האט אן איבערזעצונג אין יידיש, אדער אין דער שפראך וואס האט מען גערעדט.
למשל: פאר אריה איז פאסיק צו געבן לייב, און פאר זאב וואלף.
אבער פאר אליקים איז וואס זאל מען געבן, דעריבער האט מען באשטימט א נאמען, און דער עולם האבן זיך אנגעהויבן צו ניצן דאס, אבער דער נאמען איז נישט אן איבערזעצונג פון דעם לשון הקודש נאמען.
ישראל
פון וואנעט שטאמט דער ווארט?
שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט
מיגו האט געשריבן:שושלת-(Dynasty)
איז דאס אן ארגינעלער ווארט פון לשון הקודש, ארמית? אדער איז עס א מאדערנער ווארט
שושלת קומט פון שלשלת וואס מיינט שרשרת
א דינסטאציע איז א קייט פון דורות
ס'איז א נייע ווארט וואס מען טרעפט נישט אין די פריערדיגע ספרים בכלל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"