בלאט 1 פון 1

אפטייטש פונעם ווארט "היות"

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 11:24 am
דורך באמבאסטיש
די ווארט "היות" געפינען מיר די ערשטע מאל אין פרשת בראשית (ב' י"ח) "לא טוב היות האדם לבדו", וואס די אפטייטש דערפון איז "זיין".

למעשה נוצט מען היינט זייער אסאך די ווארט "היות" אינעם אידיש רעדענדיגן שפראך, למשל: "מען וועט נישט גיין שווימען היינט, היות עס איז רעגענדיג אינדרויסן", וואס די אפטייטש דערפון איז "אזוי ווי".

שטעלט זיך די פראגע ווי קומט הודו צו כוש? וואסערע שייכות האט די ווארט "היות" צו "אזוי ווי"?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 11:44 am
דורך קהת
היות מיינט נארמאל וויבאלד

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 12:00 pm
דורך למעלה משבעים
באמבאסטיש האט געשריבן:למשל: "מען וועט נישט גיין שווימען היינט, היות עס איז רעגענדיג אינדרויסן", וואס די אפטייטש דערפון איז "אזוי ווי".

מיינסט אוודאי צו זאגן אז די אפטייטש דערפון איז "ווייל", כיון, יען, משום, וכדו'. (ואגב ווען וויל מען זאגן אזוי ווי, קומט צו זאגן פארקערט, אזוי ווי עס איז דאס און דאס, גייט זיין אזוי און אזוי).
ולעצם הענין, אין די ראשונים זעט מען שוין שרייבן היות מיטן טייטש ווייל, אין תנ"ך האב איך דערווייל דאס נישט געטראפן.
איך ווייס נישט אויב דאס איז די חילוק אבער דאכט זיך מיר אז די ווארט היות וואס שטייט אין תנ"ך זאגט מען ארויס מיט א סגול, און די אנדערע היות איז מיט א פתח.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 12:34 pm
דורך גרויזאמער
גוטע שאלה, די תירוץ איז פשוט.


היות טייטש "זייענדיג" - אין ענגליש Being that
זעה דא:
http://www.wsu.edu/~brians/errors/being.html

איך וואלט עס מקרב געווען אל השכל דאס טייטשנדיג "זייענדיג א פאקט" אז...

זייענדיג א פאקט אז עס האט אסאך גערעגנט דעם זומער, איז ב"ה ארויסגעקומען אסאך געוויקסן.

א מענטש איז נישט גוט זייענדיג אליין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 9:21 am
דורך באמבאסטיש
גרויזאמער האט געשריבן:היות טייטש "זייענדיג" - אין ענגליש Being that
זעה דא:
http://www.wsu.edu/~brians/errors/being.html

איך וואלט עס מקרב געווען אל השכל דאס טייטשנדיג "זייענדיג א פאקט" אז...

זייענדיג א פאקט אז עס האט אסאך גערעגנט דעם זומער, איז ב"ה ארויסגעקומען אסאך געוויקסן.

א מענטש איז נישט גוט זייענדיג אליין.


ממה נפשך, אויב טייטשט עס בלויז "זייענדיג" שטימט נישט די אויסדריק היות עס האט אסאך גערעגענט די זומער איז ארויסגעקומען אסאך געוואוקסן - זייענדיג עס האט אסאך גערעגענט די זומער איז ארויסגעקומען אסאך געוואוקסן.

און אויב טייטשט עס "זייענדיג א פאקט" וויאזוי טייטשסטו די פסוק לא טוב היות לאדם לבדו? עס איז נישט גוט זייענדיג א פאקט צו זיין אליין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 2:23 pm
דורך גרויזאמער
באמבאסטיש, אנטשולדיגט פארן עס קאנפיוזן מיטן צולייגן די ווארט "א פאקט" - איך ציה צוריק.

היות איז טייטש זייענדיג.

וואס שטימט נישט יעצט?

"זייענדיג אז עס האט גערעגנט די זומער איז ארויסגעקומען אסאך געוויקסן."

קענסט מיר זאגן וואס דא שטימט נישט?

גראדע איז דאס נישט די וועג פון רעדן, נאר מען נוצט ליבערשט די ווארט היות, אבער אויב איינער וויל נישט רעדן קיין לשה"ק און זאגט אזוי קענסטו נישט זאגן אז די ווערטער שטימען נישט, "זייענדיג אז" פאסט זיך זייער גוט אריין דא, און אין ענגליש וואלט מען געזאגט - ווי אויבנדערמאנט Being that וכו'.

היות טייטש זייענדיג, און אויב די קומענדיגע ווארט הייבט זיך אן מיט א "ש", מיינט דאס "זייענדיג אז"... און אויב נישט מיינט עס סתם זייענדיג - ווי לא טוב היות האדם לבדו, עס איז נישט גוט א מענטש זייענדיג אליינס.

"היות שזה מובן מאוד, לא קשה כלום".

והארכתי במקום שאמרו לקצר. פארשטענדליך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 2:32 pm
דורך באמבאסטיש
היות איר האט קודם צוגעלייגט די ווערטער "א פאקט", האב איך נישט געהעריג פארשטאנען, אבער יעצט פארשטיי איך שוין ב"ה, היות איר האט עס בעסער מסביר געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 3:37 pm
דורך למעלה משבעים
אויב אזוי קען מען נישט ניצן דעם ווארט היות אויף א עבר דהיינו "היות עס האט גערעגנט", נאר אויף א הוה "היות עס רעגענט", ווייל "זייענדיג" איז א הוה נישט קיין עבר.
איך קען נישט אריין צו די לינק וואס די האסט פריער צוגעצייכנט, וואס שטייט דארט?

בובילאן טייטש מיר אפ די ווארט היות, אין לשון קודש "(מילות-חיבור) כיוון, מכיוון, משום, מאחר, הואיל, לאור, כי, יען, יען כי, הודות, עקב. (נ') הוויה, היעשות, מהות, ישות, קיום, התקיימות".
און אין ענגליש, conjunction: since, as, seeing that איך פארשטיי נישט וואס די אותיות מיינען אבער אינטער דעם שרייבן זיי אזוי, nf. being.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 26, 2010 11:26 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

גרויזי יישר כוח פאר דיין הערליכע אפטייטש.

בעפאר דיין פשט האב איך געקלערט צו זאגן "היות" קען זיין טיישט צוויי זאכן, איינס "וויבאלד" אדער Whereas, און די צווייטע זאך "צו זיין," אדער "זייענדיג."

בא הגרויזי בהיותו מופלג ומופלא בתויר"ש ופשטי המקרא, און האט אלעס מסדר געווען בדרך המלך, אז ביידע זענען גאר איין שורש.

אגב, היות קומט אלץ מיט א סגול אונטער'ן ה"א, כ'האב נאך נישט געזען מיט א פתח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 6:37 pm
דורך דערלעבט
אז מען רעדט שוין, איך האב אמאל געהערט אז סאטמאר רב זי"ע פאנגט אן דעם ויואל משה מיט'ן ווארט "היות" וועלענדיג דערביי מרמז שמו הקדוש
כזה
ה'קטן
יו'אל
ת'מר

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 12:37 pm
דורך פרוכט
אלץ א גאסט ווייס איך נישט צו איך מעג אריינרעדן, אבער ואתכם הסליחה,
ליינענדיג היינט צום ערשטן מאל דעם אשכול, זייענדיג א שטיקעלע דייקן, (לאו דוקא א מבין), בין איך אביסעלע אונטערגעשפרונגען, טראכטנדיג, לאמיר זעהן וואס די חברה אין קרעטשמע קענען, כ'מוז אבער מודה זיין אז יא,כ'האב זיך אויך עפעס געלערנט, מתחילה האב איך געוואלט זאגן: זיכער איז א חילוק צווישן היות מיט א סגול און א פתח, היות/סגול איז טייטש זייענדיג/צו זיין, לשון הווה/הוויה, און היות/פתח טייטשט 'וויבאלד', אבער נאכן אריינטראכטן (כלומר: ליינען ווייטער) האב איך געכאפט אז ר' יום טוב עהרליך (?) איז דאך ערליך גערעכט, 'היות' ווערט אפשר ביי געוויסע מענטשן געזאגט גרייזיג, אבער קומט באמת אלץ מיט א סגול, און איז טאקע טייטש מלשון 'זיין', כלומר, לא טוב וכו' לבדו, ס'נישט גוט פארן מענטש צו זיין/דאס זיין/זייענדיג אליין, דער פאקט פון 'זיין', יעצט, דאס ווארט 'וויבאלד' ווערט טאקע גענוצט במקום דעם ווארט 'היות', אבער איז נישט דער טייטש דערפון, (טאקע אנדערש ווי כ'האב געמיינט ביז היינט,)
ווייטער דאס וואס למעלה בקודש אופס.. אנטשולדיגט, למעלה משבעים (פשיהא, העכער זיבעציג און קען קאמפיוטער?..) האט זיך אביסל אפגערעדט אז דאן גייט עס נישט פאר לשון עבר, איז לדעתי דער הסבר אזוי, ווען מ'זאגט אז היות איז לשון הווה, מיינט מען נישט דעם באקאנטן הווה וואס מנוצט מגדיר צו זיין צווישן עבר/הווה/עתיד, מ'מיינט דעם לשה"ק ווארט פון 'זיין', (נישט זיין/מיין שלו/שלי, פארשטייט זיך) נאר אויף אידיש דאס ווארט זיין בלשון עבר זאגט מען 'געווען', ובלה"ק: הי', למשל, מ'נישט ארויסגעגאנגען, 'משום' 'שהי' גשם, 'וויבאלד' ס'איז 'געווען' א רעגן, און קורצן, היות ס'האט גערעגנט,


BTW וואס טייטשט היותו?
זיין זיין

עניוועי, כ'זעה אז קיין תגובה מהירה וועט דאס שוין סייווי נישט זיין, (גענומען לכה"פ צוויי שעה,קרעדיט: געשריבן דורך ענדראויד פאון) ממילא האף איך כ'האב גענוג מסביר וואס כ'מיין צו זאגן כי קצרתי (....שטעל דיך פאר ווען נישט...), און היות/וויבאלד/זייענדיג מיין 'ערשטע' תגובה דא אין קרעטשמע בכלל און ביי דעם טישל/קופקע/געזעמל/פאליצע (וואס ווייס איך...) בפרט, וואלט מיר געשמעקט צו הערן אן אנטווארט דערצו..

ייש''כ למפרע,

פרוכט פרוכטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 1:05 pm
דורך קאמענטאטאר
היות קלונגט מיר מער ווי due to

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 2:46 pm
דורך ווינקל
שלום עליכם פרוכט, אורח בזמנו בא... לכבוד חמשה עשר בשבט הבעל"ט.