דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 9:57 pm
געלעגער האט געשריבן:ענדליך רעדט שוין איינער פון די ווארט וואס איך וויל שוין אזוי לאנג וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס.
געפענט
ג'עפענט
גיעפענט
געעפענט
יעצט זאגט קארל אז מ'שרייבט עס געעפענט. יעדער איז מסכים?
"פארשריבן" האט געשריבן "געעפנט", האט "אויפריכטיג" אנגעצייכנט אז דאס איז א טעות. פארוואס ער האלט אז עס איז א טעות שרייבט ער נישט, אבער איך האב פארשטאנען אז ער האלט אז מען דארף אויסלייגן דאס ווארט "געעפ
ענט", מיט דעם עין אינדערמיט. האב איך אויף דעם געענטפערט אז אן דעם עין איז נישט גרייזיג, דאס מיינט אבער נישט אז מיט דעם עין איז יא גרייזיג.
יעצט איבער דיין פראגע, געלעגער. די ערשטע דריי אופנים זענען זיכער נישט ריכטיג; דער לעצטער איז פיין, אבער איך בעפארציג צו שרייבן אן דעם לעצטן עין.
Advertisement
דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:00 pm
הערצליכן דאנק.
לאמיך יעצט חזר'ן הינדערט און איין מאל
געעפנט געעפנט...
עפעס זעהט עס נישט אויס גוט, פנט איז עפעס צו אינטער די נאז ניין?
זיכער אז ס'איז נישט געעפענט? איך ווייס נישט פארוואס אבער דאס ליגט עפעס בעסער ניין?
פרייטאג ספטמבר 17, 2010 12:35 pm
ווי איך זע שרייבט דער מומחה אין אידיש, הרב יעקב יוסף סורקיס - געעפנט. ווי קארל שרייבט.
שבת ספטמבר 18, 2010 10:00 pm
קארל האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:ענדליך רעדט שוין איינער פון די ווארט וואס איך וויל שוין אזוי לאנג וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס.
געפענט
ג'עפענט
גיעפענט
געעפענט
יעצט זאגט קארל אז מ'שרייבט עס געעפענט. יעדער איז מסכים?
"פארשריבן" האט געשריבן "געעפנט", האט "אויפריכטיג" אנגעצייכנט אז דאס איז א טעות. פארוואס ער האלט אז עס איז א טעות שרייבט ער נישט, אבער איך האב פארשטאנען אז ער האלט אז מען דארף אויסלייגן דאס ווארט "געעפ
ענט", מיט דעם עין אינדערמיט. האב איך אויף דעם געענטפערט אז אן דעם עין איז נישט גרייזיג, דאס מיינט אבער נישט אז מיט דעם עין איז יא גרייזיג.
יעצט איבער דיין פראגע, געלעגער. די ערשטע דריי אופנים זענען זיכער נישט ריכטיג; דער לעצטער איז פיין, אבער איך בעפארציג צו שרייבן אן דעם לעצטן עין.
לייגן דעם צווייטן "ע" ביים סוף פון די ווארט "געעפענט" און אזוי אויך ביי אסאך אנדערע ווערטער, איז געווען דער אופן וויאזוי מען האט געשריבן ביז פופצן-צוואנציג יאר צוריק. פילייכט האט זיך עס געטוישט צוזאמען מיט'ן טויש פונעם רעדן ביים ציבור. אמאל פלעגט מען ביים רעדן דרוקן דעם "ע" ביי די סארט ווערטער מער ווי מען איז היינט געוואוינט, און דעריבער האבן די שרייבער עלימינירט דעם "ע", און לכאורה איז "קארל" גערעכט.
אינטערעסאנט איז אבער, אז ביים שרייבן "אפן" וועט מען נאך היינט מערקן פיל שרייבער שרייבן "אפען".
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 3:49 am
צוריק צום נושא.
מעג מען רעדן פון מ. שמילאוויטש-האפמאן?
אזוי לעבעדיג אראפצושרייבן א זאך, מיט אזוינע קאלירן...
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 3:50 am
באגלייט מיט מימרות און הומור צו דער זייט.
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 10:34 am
שוועמל האט געשריבן:מעג מען רעדן פון מ. שמילאוויטש-האפמאן?
אזוי לעבעדיג אראפצושרייבן א זאך, מיט אזוינע קאלירן...
אז אין אנדערע אשכולות לאזט מען נישט רעספעקטפול דן זיין איבער דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, פארוואס פאלט דיר איין אז מען מעג שרייבן איבער א שרייבערין פון דעם "פארווערטס"?
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 11:50 am
קארל האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:מעג מען רעדן פון מ. שמילאוויטש-האפמאן?
אזוי לעבעדיג אראפצושרייבן א זאך, מיט אזוינע קאלירן...
אז אין אנדערע אשכולות לאזט מען נישט רעספעקטפול דן זיין איבער דעת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, פארוואס פאלט דיר איין אז מען מעג שרייבן איבער א שרייבערין פון דעם "פארווערטס"?
איך מיין מען זאל זיך האלטן צו די היימישע שרייבערס. דאכט זיך אז ווייניג באזוכער דא אויף איי-וועלט ליינען דעם "פארווערטס".
"קארל" איך ווארט אויף די פרישע רעפארט קארטלעך.
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 3:27 pm
איך מעג מאכן אן אייגענע רעפארט קארד, אדער איך מוז צושטימען צו קארל?...
דינסטאג ספטמבר 21, 2010 3:36 pm
יעדער האט די רעכט צו לאזן הערן זיין מיינונג. אויב דו ווילסט זיך מחולק זיין מיט קארל'ס צייכענונגען, דאן זיי מסביר דיין שטעלונג.
זונטאג אוקטובר 10, 2010 10:28 am
שא.. שא.. ר' הרב טויגער שמויגער גייט רעדן.
די טויזענט קעפיקע צוהערערס ווארטן מיט שפאנונג צום באפארשטייענדע רעדנער, ווען אין דער זעלבע צייט הערט זיך דער סקריפען פון דער מייק, וואס לייגט צו שפאנונג צום מאמענט.
ר' הרב טויגער שמויגער שפאנט צו צום מייק מיט א רעספעקטפולע מינע, און עס נעמט זיך גיסן פון זיין מויל געשמאקע ניצליכע ווערטער, בליציגע סטעיטמענטס, זיין גאנצע וועזן איז פארקאכט אין פייער, זיין געזיכט רויט ווי פייער, ער שפייט ווערטער....
דער גאנצע עולם זיצט מיט וואונדער, מען קוקט זיך אן איינער דעם צווייטן מיט שפאנונג, קיינער פארשטייט נישט קיין שייכות פון איין ווארט צום צווייטן, וואס וויל ער דא? איז ער צופרידן פונעם דור, ברויזט ער אויפן דור, פארציילט ער, טוט ער אויף עפעס ?
יעדער וויל נאר זען צו נאר ער איז עפעס נישט יורד צו די טיעפקייט פון ר' הרב טויגער שמויגער וואס ווארפט אזא הויך געשפריצטע טראכט, אבער וואונדער, יעדער איינער באזונדער אין ביהמ"ד קוקט זיך אזוי אום מיט אומפארשטענדליכע בליקן.
עס גייט נישט אדורך צו לאנג, די אייז הויבט זיך אן אויפצולאזן, און די וואנדערדיגע פרעגענדיגע בליקן ווערט פארוואנדעלט אין שמייכעלדיגע וואונקערייען, באגלייט מיט פארציאנען טעקסט מעסעדזשעס אויפן חשבון פון דעם שפראך-קענער-זאכלאזער רעדנער.
אלזא, ווען מיר וואלטן געליינט די אלע הויך דייטשישע בוימלבאפטיגע א.ד.ג. אדער גאר די קינדערישע פאטשקערייען אויפן מיקראפאן שטייט און הויך וואלט שנעל אנטשטאנען א שינו לטובה מיט געוואלד, ווייל א גרויסע ציבור קענסטו נישט האלטן ביים קארג. די פראבלעם איז, אז די ליינער מיינסט אז די פארשטייסט נישט דעם ארטיקל ווייל האסט נישט אזוי פיל וויסנשאפט ווי דעם שרייבער, אבער אויב די וועסטוך ארום בליקן און זיך באגעגענען מיט אנדערע פילצאליגע זעלביגע בליקן, וועסטו פארשטיין אז די פראבלעם קומט גאר פון א צווייטן ריכטונג.
א געלערענטע מענטש וואס וויל משפיע זיין אויף אסאך מענטשן האט צוויי וועגען, אדער דורך ווערן א רעדנער אדער דורך ווערן א שרייבער.
בלייבט נאר איבער, אז ער ארבעט זיך אויף וועלכע פון די צוויי זענען די נענטסטע צו זיינע טאלאנטן.
אבער ביי אונזער עפאכע איז א מעשה קאפויער, ער-היינטיגע שרייבער-, טראכט ביי זיך אז ער האט שוין גענוג געליינט (צו זיך איינגערעדט...) און ער האט שוין איינגעזאפט ווערטער, שפראך א.ד.ג. מיט וואס שרייבערס באניצן זיך ווען זיי ווילן ארויסברענגען זייער געדאנקן, מיינט ער אז אזוי, א מיינונג האב איך דאך אויך (ווער האט נישט?..), אויפן ערגסטן פאל, וועל איך נאך שרייבן א פארקנייטשטע גויאישע ארטיקל פון 3 חדשים צוריק וואס איז געווען ארום געדרייט אויף מיין נייע טשייניס דישעס סעט, און סיי-ווי-סיי וועל איך זיצן נאך א האלבע שעה יעדן טאג אין מקוה (אפילו זיי זאגן נאך ווי גרויסע אלץ ווייסערס, וואס איז געשטאנען אין דעם צייטונג פאריגע וואך, וחוזר חלילה...) און אזוי וועל איך אויפפיקן די לעצטע הייסע ווארע.
נאך די ערשטע שחרית, גייט די ערשטע ארטיקל אין דרוק, און מיר צאלן ...$ צו האבן די פריווילעגיע צו זיך אנזאפן מיט אזעלכע לאגיש-אזויגעזאגטע ווערטער.
טייערע שרייבער, שיס נישט און דערנאך מאך די רינגעלע, ניין טאטעלע! עס דארף צו גיין פארקערט, מען איז אנגעזאפט, מען האט א מיינונג, מען דערשנאפט אייגענע געקעכטץ, דער גייט יעצט גיין שרייבן, אבער נישט מאכן א פאזל יעדע וואך פון אלע פעסטע ווערטע, אדער גיין קלויבן מיסט ווייל סוף כל סוף בין איך א שרייבער און איך מוז שרייבן עפעס.
זונטאג דצמבר 26, 2010 4:44 pm
איך גיי נישט געבן א ריפארט קארד פארן שרייבער אשר לעווין. ער שרייבט פיין אבער שטארק צוווארפען. צומאל קומט ער נישט צום ווארט און ווען יא איז צומאל שווער צו כאפן וואס און וועם ער צילט. אבער נישט דאס וויל איך יעצט. איך וויל וויסן צו איינער קען מיר אפטייטשן די ווארט 'אדרענעלין'?
זונטאג דצמבר 26, 2010 5:08 pm
וואו איז דאס געווען געשריבן, אין דער שטערן?
אפשר אז דו וועסט אראפברענגן דעם פולן טעקסט פון יענעם פאראגראף, וועט מען דאס קענען מפנעח זיין.
זונטאג דצמבר 26, 2010 5:10 pm
מיטוואך פבואר 16, 2011 10:46 pm
א. פ. מאן:
(פסעוודאנים)
קלארקייט - 7
געשמאק צו לייענען - 8
גראמאטיק - 6
ווערטער אוצר - 7
שעפערישקייט - 5
ארומנעמענדיגקייט און קוואליטעט פון צוזאמענגענומענעם חומר - 8.5
סך הכל: 7
(א גוטער, טאלאנטפולער שרייבער, וועלכער גיט צו צו אידישער זשורנאליזם)
דאנערשטאג מרץ 17, 2011 9:27 pm
איך קען מיך נישט איינהאלטן פון אויסשיסן אויף דעם קעפל פון אן ארטיקל אין איינע פון די צייטונגען: "לאמעך צערו".
דער ארטיקל איז נישט קיין פורימ'דיגס נאר דארף צו זיין א טיפערן בליק אויף די פאליטישע געשעענישן איבער די וועלט.
דער שרייבער מאכט מיך שוין לאנג נערוועז, נישט האבנדיג קיין אנונג וויאזוי מען שרייבט אידיש און נאכדערצו האלט ער זיך פאר א פאליטיק פארשטייער און ער קומט אן יעדע וואך און רעדט אריין אין די פאליטישע טעמעס פון צוויי וואכן צוריק....
דאנערשטאג מרץ 17, 2011 9:28 pm
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. שולדיג איז דער צייטונג וואס איז דעם שרייבער'ס בעל אכסניא.
דאנערשטאג מרץ 17, 2011 9:34 pm
מה זה "לאמעך צערו"?
דאנערשטאג מרץ 17, 2011 9:47 pm
לאז מיר צירי כצ''ל
דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:24 pm
prowed jew האט געשריבן:לאז מיר צירי כצ''ל
צו-רוה
פרייטאג מרץ 18, 2011 12:35 am
אויפריכטיג האט געשריבן:איך קען מיך נישט איינהאלטן פון אויסשיסן אויף דעם קעפל פון אן ארטיקל אין איינע פון די צייטונגען: "לאמעך צערו".
דער ארטיקל איז נישט קיין פורימ'דיגס נאר דארף צו זיין א טיפערן בליק אויף די פאליטישע געשעענישן איבער די וועלט.
דער שרייבער מאכט מיך שוין לאנג נערוועז, נישט האבנדיג קיין אנונג וויאזוי מען שרייבט אידיש און נאכדערצו האלט ער זיך פאר א פאליטיק פארשטייער און ער קומט אן יעדע וואך און רעדט אריין אין די פאליטישע טעמעס פון צוויי וואכן צוריק....
לעצטנס באמערקט ביי עטליכע פיינע שרייבער וועלכע ניצן דעם "צע" ביי פעלער וואו עס קומט נישט אריין.
צב"ש:
צעביסליך [דארף זיין צוביסליך, וואס באדייט צו-ביסל-יך. ענליך ווי טייל מענטשן זאגן "צושטייטליך", דהיינו, די זאך האלט זיך צו דעם וועג פון ביסליכווייז אדער שטייטליך-ווייז].
דער זילבע "צע" באדייט אומארדענונג, צעשיידונג, אומ'סדר, אומגערישט. צב"ש צעריסן, צעקלאפט, צעבראכן, צעשמעטערט, צענומען, צעשטיקלט, צעמישט, צעקראכן וכדומה.
.
פרייטאג מרץ 18, 2011 12:58 am
יא יא דאס איז א חלק פון די קינדערישע דזשורנאליזם מיט וואס אונזער דור איז באשאנקן...
פרייטאג מרץ 18, 2011 2:13 am
דאכט זיך אז עס איז שוין דא אן אשכול, פאר די אלע גרייזן מיט וואס דער היינטיגער דור שרייבערלעך זענען געבענטשט, אפשר לייגט מען די אלע תגובות אריבער אהין, אדער קען איינער לייגן א לינק.
אפשר אויב איך וועל האבן צייט אין אפאר מינוט ארום וועל איך לייגן.
דינסטאג מרץ 22, 2011 4:03 pm
אינטעליגענט האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:לעצטנס באמערקט ביי עטליכע פיינע שרייבער וועלכע ניצן דעם "צע" ביי פעלער וואו עס קומט נישט אריין.
צב"ש: צעביסליך [דארף זיין צוביסליך, וואס באדייט צו-ביסל-יך. ענליך ווי טייל מענטשן זאגן "צושטייטליך", דהיינו, די זאך האלט זיך צו דעם וועג פון ביסליכווייז אדער שטייטליך-ווייז].
.
ביסט כשר גערעכט מיט דעם "צע" חלק, אבער פארוואס "ליך"? היינט, מיין איך, שרייבן אלע "צוביסלעך".
שוין, אלעס צוביסלעך.
דינסטאג מרץ 22, 2011 5:32 pm
עס איז דא ווערטער וואס ווערן געשריבן מיט א יו"ד, וו.צ.ב. ערליך, און אויסדרוקליך, וכדו'
אבער רוב אנדערע ווערטער, ווי למשל צוביסלעך שרייבט מען היינט מיט א ע', איך ווייס נישט צו עס איז דא א כלל דערויף, און איך ווייס נישט וויאזוי דער ווארט קומט אריגינאל, אבער איך ווייס וויאזוי מען שרייבט עס היינט.