אונטער די קוליסן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

אונטער די קוליסן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג ינואר 21, 2007 4:56 pm

וואס מיינט עס?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג ינואר 21, 2007 5:14 pm

דאס ווארט 'קוליסן' מיינט: די זייטיגע פורהאנגען פון א סצענע. עפעס אזוי.

(אגב, דער קעפל בעדארף צו זיין: "יידישע ווערטער-בוך לעקסיקאן". נישט הויכע... נאר איינפאכע...)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 21, 2007 7:33 pm

פון באבילאן:
kulis
backstage

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג ינואר 21, 2007 8:41 pm

אין לשה"ק זאגט מען: מאחורי הפרגוד.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 07, 2007 10:37 am

מאשקע האט געשריבן:אין לשה"ק זאגט מען: מאחורי הפרגוד.

הייסט עס אז אין אידיש דארף מען שרייבן דאס נישט "אונטער די קוליסן" (וואס דאס מיינט דאך "מתחת לפרגוד"), נאר "הינטער די קוליסן".
(דרך אגב יעצט זאגט מען בעברית "מאחורי הקלעים" מיינענדיק אט ממש דאס - הינטער די קוליסן)
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 07, 2007 11:10 am

יא, ערנסטער. מ'דארף לכאורה זאגן "הינטער".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 07, 2007 11:26 am

מאשקע, אז זאגט מען - איז דאך ביי אונז ווי אויך ביי אייך (ווי איך זע אין דעם פארום) קיין חילוק הערט מען סיי ווי נישט (מען האט מיר געזאגט אז כמעט אלע זיינען דא פון סאטמאר ד.ה. אינגערשערס, ריכטיק?).
איז די גאנצע נפקא מינה פאר אונז איז נאר וויאזוי צו שרייבן דאס, ווייל דעם חילוק צווישן "הינטער" און "אוטער" רעדן אויס נאר די ליטוואקעס.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 07, 2007 11:27 am

אין הכי טאקע. רוב מענטשן זענען נישט מקפיד וויאזוי ארויסצוזאגן דעם ווארט, אבער שרייבן דארף מען עס נאך אלץ אויפ'ן ריכטיגן וועג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 08, 2007 1:01 pm

ערנסטער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:אין לשה"ק זאגט מען: מאחורי הפרגוד.

הייסט עס אז אין אידיש דארף מען שרייבן דאס נישט "אונטער די קוליסן" (וואס דאס מיינט דאך "מתחת לפרגוד"), נאר "הינטער די קוליסן".
(דרך אגב יעצט זאגט מען בעברית "מאחורי הקלעים" מיינענדיק אט ממש דאס - הינטער די קוליסן)


הרב ערנסטער איז כשר גערעכט, מען דארף זאגן הינטער די קוליסן, און עס קען גאר זיין אז די גריכישע ווארט "קוליס" (כידוע ענדיגן זיך די גריכישע ווערטער מיט א יו"ד סמ"ך, אונקלו"ס נילו"ס וכדומה) שטאמט באמת פון די קלעים!

אבער לאמיתו של דבר, זענט איר נישט גערעכט מיט דעם אז מען הערט נישט קיין חילוק פון הינטער ביז אונטער, ווייל טראצדעם וואס די נקודות פון חיריק און מלאפום ווערן ביי אונז די זעלבע ארויסגעזאגט, דערקענט מען אבער ביי אונז בני חו"ל א חילוק צווישן די הברה פון אן אל"ף און אן ה"א (משא"כ ביי די בני א"י).

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג פאברואר 11, 2007 7:37 am

קרעמער האט געשריבן: און עס קען גאר זיין אז די גריכישע ווארט "קוליס" (כידוע ענדיגן זיך די גריכישע ווערטער מיט א יו"ד סמ"ך, אונקלו"ס נילו"ס וכדומה) שטאמט באמת פון די קלעים!

בפשטות די אידישע ווארט "קוליס" איז גענומען פון פראנצויזיש "coulisse". אבעז א וודאי ס'קען זיין אז די פראנצויזישע ווארט אליין איז א מאל גענומען געווארן פון גריכיש און די גריכישע - פון לשון קודש, גיי ווייס...
א מאל דאך אלע שפראכן זיינען ארויס פון לשון קודש.

קרעמער האט געשריבן:אבער לאמיתו של דבר, זענט איר נישט גערעכט מיט דעם אז מען הערט נישט קיין חילוק פון הינטער ביז אונטער, ווייל טראצדעם וואס די נקודות פון חיריק און מלאפום ווערן ביי אונז די זעלבע ארויסגעזאגט, דערקענט מען אבער ביי אונז בני חו"ל א חילוק צווישן די הברה פון אן אל"ף און אן ה"א (משא"כ ביי די בני א"י).

דעם אמת געזאגט צווישן בני א"י ס'איז דא אויך אזעלכע וואס מאכן יא חילוק צווישן אל"ף און ה"א, כאטש ס'רוב טאקע - נישט.
אבער אויך ביי אונז אין אוקראינע האט מען דעם חילוק נישט געמאכט (און דאס איז געווען איינע פון די נפקא-מינא'ס צוויישן אוקראינישער און ליטווישער אקצענטן).
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 11, 2007 11:03 am

יישר כח פאר די אינפארמאציע.

אגב, די פראנצויזישע ווארט COULISSE באדייט - אויסער "אחורי הקלעים" - אויך "גליטשן" (כך ראיתי בפראגראם "באבילאן").

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:07 pm

ערנסטער האט געשריבן:הייסט עס אז אין אידיש דארף מען שרייבן דאס נישט "אונטער די קוליסן" (וואס דאס מיינט דאך "מתחת לפרגוד"), נאר "הינטער די קוליסן".

קען איינער מסביר זיין וואס מיינט אונטער און וואס מיינט הינטער? (כ'האב קיינמאל נישט געוויסט ס'איז דא א חילוק)
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:09 pm

א קינד באהאלט זיך אונטער א טיש, אדער הינטער א טיר.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 10:00 pm

געשמאקער האט געשריבן:
ערנסטער האט געשריבן:הייסט עס אז אין אידיש דארף מען שרייבן דאס נישט "אונטער די קוליסן" (וואס דאס מיינט דאך "מתחת לפרגוד"), נאר "הינטער די קוליסן".

קען איינער מסביר זיין וואס מיינט אונטער און וואס מיינט הינטער? (כ'האב קיינמאל נישט געוויסט ס'איז דא א חילוק)

אונטער מיינט ווען דו לייגסט דיין פיס אונטערן טיש.
הינטער איז אין בעק.
דערפאר איז הינטערן פיראהנג, און הינטער די קוליסן.
מאש"א אונטערן רוקן, אונטערן איינפלוס וכדומה.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 1:00 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אונטערן רוקן

שטימט נישט.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 7:01 am

ווישוואש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אונטערן רוקן

שטימט נישט.

ווענדט זיך.
אונטערן רוקן איז אן אויסדרוק, נישט א מציאות.
ווען איינער שטייט טאקע הינטער דיר, ביסטו גערעכט אז עס קומט הינטערן רוקן.
אבער דער קאנצעפט אונטערן רוקן, איז אזויווי אונטערן באוויסטזיין, אונטערן איינפלוס וכדומה.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 2:40 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אונטערן רוקן

שטימט נישט.

ווענדט זיך.
אונטערן רוקן איז אן אויסדרוק, נישט א מציאות.
ווען איינער שטייט טאקע הינטער דיר, ביסטו גערעכט אז עס קומט הינטערן רוקן.
אבער דער קאנצעפט אונטערן רוקן, איז אזויווי אונטערן באוויסטזיין, אונטערן איינפלוס וכדומה.

תמחול לי אלף פעמים:
הונטערן רוקן.
הונטערן באוואוסטזיין
אונטערן איינפלוס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 2:52 pm

farshlufen האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אונטערן רוקן

שטימט נישט.

ווענדט זיך.
אונטערן רוקן איז אן אויסדרוק, נישט א מציאות.
ווען איינער שטייט טאקע הינטער דיר, ביסטו גערעכט אז עס קומט הינטערן רוקן.
אבער דער קאנצעפט אונטערן רוקן, איז אזויווי אונטערן באוויסטזיין, אונטערן איינפלוס וכדומה.

תמחול לי אלף פעמים:
הונטערן רוקן.
הונטערן באוואוסטזיין
אונטערן איינפלוס.

אויסדרוליך נישט. אלע ריי זענען אונטערן נישט הונטערן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 2:55 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אויסדרוליך נישט. אלע ריי זענען אונטערן נישט הונטערן.

אמת ויציב.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:10 pm

ביטע ברענגטס זאכליך ראיות לדבריכם.

א דאנק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:13 pm

וכן למר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:21 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:34 pm


אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:39 pm

דאס און דאס איז נישט קיין סתירה.
ווענדט זיך צו דו רעדסט פון דעם אויסדרוק אדער פון די מציאות, ווי שוין ערקלערט.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:46 pm

דעתי כדעת פארשלאפן.

קוק וויאזוי מ'זאגט עס אין ענגליש Behind his back.
Things aren't always #00000 and #FFFFF


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט