חדר-טייטש ווערטער און זייער באדייט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

חדר-טייטש ווערטער און זייער באדייט

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג אפריל 19, 2010 2:52 pm

כמעט יעדע וואך ווען כ'פארהער מיין קליינעם, האב איך די זכי' צו הערן פון אים גרילצנדע גרייזן אין טייטש פון זיין חשוב'ן רבי'ן, און טיילמאל אין אידיש זעלבסט.

איך וויל ווידמען דער אשכול פאר אזעלכע גרייזן.

צום אנהייב, וועל איך שרייבן דוקא א ווארט וואס איז לכאורה נישט קיין אפענע גרייז, אבער עס לאזט זיך באקלערן דעם אמת'ן באדייט און טייטש דערפון:

"נגע".
די וועלט טייטשט "קרעץ".

צוערשט לאמיר פרעגן דעם אויבן אויף קשיא. אויב איינס איז "קרעץ" דאן וואס איז דער ווארט פאר מערצאל?
אפשר "קרעצעס"?... [ס'דערמאנט מיך פון די קינדער וואס גייען מיט די בוטסעס אויף די סטעפסעס...]

לכאורה איז דאס ווארט "קראץ".
ד.ה. נגע-קראץ, נגעים-קרעץ.

אבער אויך דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. נאר גיכער וואלט מען געדארפט זאגן "קריץ" פאר יחיד. ווייל קראץ איז דער פעולה, און קריץ איז דער זאכווארט [שם דבר].

אבער באמת איז אויך "קריץ" לכאורה נישט אויס געהאלטן. ווייל אמער, איז דען א נגע א קריץ? וואס עפעס?
צוויי טענות האב איך. 1. אין פסוק שטייט נישט וועגן קיין שום קריץ, נאר וועגן א פלעק. 2. דער פסוק זאגט "וינגע ה' את פרעה נגעים גדולים". נו, דאס מיינט דאך זיכער נישט קיין קרעץ, ווי עס שטייט דארט אין פסוק. נאר עס מיינט "דער רבוש"ע האט געשלאגן דעם פרעה מיט גרויסע "שלעק" [שלעק איז לכאורה דער שם דבר פאר שלאגן. און פארשטייצעך ס'איז לשון רבים. איי, וויאזוי זאגט מען "איין שלאג"? דער ענטפער איז: ס'איז נישטא אזאנס.. ווען מ'שלאגט, גייט מכות..] דאס הייסט, אז דער אמת'ער אפטייטש פאר "נגע" איז "געשלעג" [נישט פונקטליך, ווייל דאס איז דער שם דבר אויף שלאגן, און נישט אויפן מכה].

לפי"ז וואלט מען געדארפט טייטשן: נגע - אן אויסשלאג [מלשון שלאג].

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:04 pm

מיין קליינער האט דאס אליינס אויפגעמערקט, זיך וואונדערענדיג "נגע - צרעת און מצורע האבן די זעלבע טייטש"?

מפי הרה"ח שפדב"ק ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש שמעתי "נגע - א פלאג" דאכט זיך מיר אז ער האט רעכט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:17 pm

farshlufen האט געשריבן:מיין קליינער האט דאס אליינס אויפגעמערקט, זיך וואונדערענדיג "נגע - צרעת און מצורע האבן די זעלבע טייטש"?

מפי הרה"ח שפדב"ק ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש שמעתי "נגע - א פלאג" דאכט זיך מיר אז ער האט רעכט.


אזווי מענטשן דריקען דיך אויס די "פגע נגע וואס די ביסט"
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:20 pm

farshlufen האט געשריבן:מיין קליינער האט דאס אליינס אויפגעמערקט, זיך וואונדערענדיג "נגע - צרעת און מצורע האבן די זעלבע טייטש"?

מפי הרה"ח שפדב"ק ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש שמעתי "נגע - א פלאג" דאכט זיך מיר אז ער האט רעכט.


דאס הייסט אז "נגע" זאל זיין משרש "יגע"?
גאנץ גוט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אפריל 19, 2010 3:21 pm

מיין מלמד האט געטטיטשט ביי וינגע ה' את פרעה נגעים גדולים, גרויסע פלאג.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מאנטאג אפריל 19, 2010 5:04 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:[שלעק איז לכאורה דער שם דבר פאר שלאגן. און פארשטייצעך ס'איז לשון רבים. איי, וויאזוי זאגט מען "איין שלאג"? דער ענטפער איז: ס'איז נישטא אזאנס.. ווען מ'שלאגט, גייט מכות..]

גאר א ריזיגער פשט! אייזן!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 19, 2010 7:17 pm

לבי אומר לי אז "קרעץ" באדייט וואונדן וואס קראצן און נישט פילע קריצן ווי געקלערט במושכל ראשון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:25 pm

farshlufen האט געשריבן:לבי אומר לי אז "קרעץ" באדייט וואונדן וואס קראצן און נישט פילע קריצן ווי געקלערט במושכל ראשון.

און א נגע קראצט דען?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:46 pm

אינטעליגענט:

דיין הערה אויף די טייטש פון די ווארט נגע-קרעץ, יפה הערת, און איר האט געוויס רעכט.
נישט קרעץ און נישט קריץ אויך נישט קראץ, אמער-שריטה איז א-קראץ,שרטת א-קראצונג, ותו לא מידי.

דיין טענה אז די ווארט נגע-איז קיינמאל נישט געקומען אין "בארירונג" פון קרעץ, איז זייער ריכטיג, און גערעכט!

אבער דיין אויספיר, אביסל צומישט: פלעק טענה'סטו ווייל דאס אי דאך די נגע געוועהן, אבער דאס גיבט נאך אלץ נישט די טייטש פון נגע אלס פלעק, פלעק איז כתם...דערנאך פרובירסטו מיט אויסשלאג-ווייל וינגע השם נגעים גדולים טייטשט דאך זיכער אזוי..! ווער זאגט? שלאגן איז הכאה, מכה איז א אויסשלאג. ויך השם-ויך משה הייסט געשלאגן.

איז אזוי: די ריכטיגע שרש פון נגע איז לדעתי מלשון נגיעה-אנרירן, נגע איז א אנרירונג, וינגע השם את פרעה-דער אייבערשטער האט אים אנגערירט, אז מען רירט איינעם אן געשעהט נאך נישט קיין קלאפ און נישט קיין פלעק. איז אבער א פעסטע ריר, יא גורם א קלאפ, זאגט די פסוק נגעים גדולים...דמיון לזה "כי נגע בכף ירך יעקב. און יעקב אבינו האט צולע געוועהן על יריכו.. פון אט דעם ריר, א הימלישע ריר-קלאפט ביטערליך.

דער תרגום מאכט טאקע אויף נגע צרעת-מכתש-קלאפ.

מיין פראגע איז וואס פונקטליך איז צרעת-מצורע-צרוע. אז ער האט א נגע- א שאת אדער ספחת, ווייס מיט הערעלעך, איז ער אויך געווארן בלאטערדיג? אדער דאס גופא גיבט אים א מצורע סטאטוס. הייסט עס אז מצורע מיינט, מער נישט, ווי א מענטש מיט א נגע, אדער מיינט דאס אז ער איז געווארן קרעציג...
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:58 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:מיין פראגע איז וואס פונקטליך איז צרעת-מצורע-צרוע. אז ער האט א נגע- א שאת אדער ספחת, ווייס מיט הערעלעך, איז ער אויך געווארן בלאטערדיג? אדער דאס גופא גיבט אים א מצורע סטאטוס. הייסט עס אז מצורע מיינט, מער נישט, ווי א מענטש מיט א נגע, אדער מיינט דאס אז ער איז געווארן קרעציג...


עי' ברמב"ן שהנגע אינו צרעת נאר דאס איז כאילו די התחלה אדער בעסער געזאגט די סימפטאמען פון די מחלה הנקרא צרעת -ובלשונך בלאטערדיג - און די תורה האט שוין געהייסן דערווייטערן און מטמא זיין איינער וואס האט די צייכענס, ועיי"ש שהביא מחכמי הרופאים אז מ'זאל זייו געווארנט בנגע מפני הצרעת.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אפריל 20, 2010 1:35 pm

נודע למשגב האט געשריבן:
פרייליכערהייט האט געשריבן:מיין פראגע איז וואס פונקטליך איז צרעת-מצורע-צרוע. אז ער האט א נגע- א שאת אדער ספחת, ווייס מיט הערעלעך, איז ער אויך געווארן בלאטערדיג? אדער דאס גופא גיבט אים א מצורע סטאטוס. הייסט עס אז מצורע מיינט, מער נישט, ווי א מענטש מיט א נגע, אדער מיינט דאס אז ער איז געווארן קרעציג...


עי' ברמב"ן שהנגע אינו צרעת נאר דאס איז כאילו די התחלה אדער בעסער געזאגט די סימפטאמען פון די מחלה הנקרא צרעת -ובלשונך בלאטערדיג - און די תורה האט שוין געהייסן דערווייטערן און מטמא זיין איינער וואס האט די צייכענס, ועיי"ש שהביא מחכמי הרופאים אז מ'זאל זייו געווארנט בנגע מפני הצרעת.


מיר איז משמע פון רמב"ן, אז דער נגע פון וואס די תורה רעדט, איז לגמרי אן אנדערע ווי די בלאטערדיגע. נאר די נגע זעלבסט האט עטליכע שלבים, און מתחילה איז עס נגע צרעת, דערנאך שטערקער.
אט ציטיר איך:

רמב"ן ויקרא י"ג ג
והתורה רצתה בטהרת ישראל ובנקיות גופם, והרחיקה החולי הזה מתחילתו, כי המראות האלו אינן עדיין צרעת גמורה אבל תבאנה לידי כך. ויאמרו הרופאים בספריהם, הבהרות נירא מהן מהצרעת. ולכך יאמר הכתוב בהן בתחילתן "נגע צרעת", כלומר מכה של צרעת, איננה צרעת גמורה, ובהיות סימני הטומאה גמורין לאחר ההסגר שיאמר "צרעת היא", יתכן שהיא צרעת גמורה. ופעם יאמר בטומאה (פסוק כ) וטמאו הכהן נגע צרעת היא, והכונה לומר שיטמא בו מעכשיו כי הוא נגע שיבא ודאי לידי צרעת, וראוי להבדל מעתה מן העם. וכן וטמא הכהן אותו נגע הוא (פסוק כב) , יאמר שהוא נגע גדול שלא יתרפא, אבל יגדל כל היותו ויפשה כאשר פשה עתה:


מדבריו איז משמע, אז דער ווייסע נגע אליין, האט עטליכע נעמען, מתחילה איז עס נגע צרעת, נאכהער צרעת.

פון ספורנו איז משמע נאך שטערקער ווי איך זאג:

ספורנו יג ב
אָדָם כִּי יִהְיֶה בְעור בְּשָׂרו. וְזֶה יִהְיֶה בָּרוב אִם לא יִטְהַר הַזֶּרַע מִדַּם הַנִּדּות. שְׂאֵת או סַפַּחַת או בַהֶרֶת. כֻּלָּם מִינֵי צָרַעַת וּמַרְאֵיהֶן לָבָן, כְּמו שֶׁבָּא בְּקַבָּלָה. וְאֵין בָּהֶן מִמִּינֵי הַצָּרַעַת שֶׁסִּפְּרוּ הָרופְאִים זוּלָתִי הַמּורְפִיאָ"ה וְהָאַלְבַּארְם וְהַנֶּתֶק. אָמְנָם שְׁאָר מִינֵי הַצָּרַעַת הַחֲזָקִים שֶׁסִּפְּרוּ, שֶׁהֵם סַרְטָן לְכָל הַגּוּף בִּכְלָל, וְהֵם נוטִים אֶל הָאדֶם וְהַשַּׁחֲרוּת, לא תְטַמְּאֵם הַתּורָה כְּלָל. כִּי אֵלֶּה הַד' מַרְאות לְבַדָּנָה שֶׁסִּפְּרוּ ז"ל שֶׁהֵן שְׂאֵת וְתולַדְתָּהּ, בַּהֶרֶת וְתולַדְתָּהּ בָּאות בְּתוכָחות עַל עָון, כְּאָמְרָם ז"ל: כָּל שֶׁיֵּשׁ בּו אֶחָד מִד' מַרְאות הַלָּלוּ אֵינָן אֶלָּא מִזְבֵּחַ כַּפָּרָה (ברכות ה, ב), אֲבָל שְׁאָר מִינֵי הַצָּרַעַת שֶׁסִּפְּרוּ הָרופְאִים לא יִהְיוּ בְּעַמֵּנוּ כְּלָל עַל צַד 'מִזְבֵּחַ כַּפָּרָה', אִם לא יִהְיֶה עַמֵּנוּ בְּתַכְלִית הַקִּלְקוּל חַס וְשָׁלום כִּשְׁאָר "מַדְוֵי מִצְרַיִם הָרָעִים", או מִצַּד חֵטְא בְּהַנְהָגַת הַמַּאֲכָל וְהַמִּשְׁתֶּה וְזוּלָתָם, וְלא תִהְיֶה בָהֶם טֻמְאָה כְּלָל.

יג ג
נֶגַע צָרַעַת הוּא. הִנֵּה אָמַר לִפְעָמִים "נֶגַע צָרַעַת הוּא", וּפְעָמִים "צָרַעַת הִיא" (פסוק ח), וּפְעָמִים "צָרַעַת נושֶׁנֶת הוּא" (פסוק יא), וּפְעָמִים "נֶגַע הִיא" (פסוק כב). כִּי אָמְנָם יֵשׁ לַצָּרַעַת, כְּמו לִשְׁאָר הַחֳלָאִים, עִתּות הַתְחָלָה וְתוסֶפֶת וְתַכְלִית, וְאִם יֵרָפֵא הַחלִי תִּהְיֶה לו יְרִידָה גַּם כֵּן. וְיִקְרָא לָהַתְחָלָה "נֶגַע" בִּלְבָד, וְלַתּוסֶפֶת "נֶגַע צָרַעַת", וְלַתַּכְלִית "צָרַעַת", וְכַאֲשֶׁר תִּיָּשֵׁן תִּקָּרֵא "צָרַעַת נושֶׁנֶת" (פסוק יא), וְכַאֲשֶׁר תִּהְיֶה בִּירִידָה יאמַר "נִרְפָּא הַנֶּגַע" (יד, מח), "נִרְפָּא הַנֶּתֶק" (פסוק לז). וּבִהְיות זֶה הַמִּין מִן הַחלִי לְענֶשׁ כְּאָמְרָם ז"ל 'אֵינו אֶלָּא מִזְבֵּחַ כַּפָּרָה' (ברכות ה, ב), נָתַן זְמַנֵּי הַהֶסְגֵּר לְעורֵר אֶל הַתְּשׁוּבָה, כְּאָמְרו "וַיִּגֶל אָזְנָם לַמּוּסָר וַיּאמֶר כִּי יְשׁוּבוּן מֵאָוֶן" (איוב לו, י).


און מיט דעם דארף שוין ווערן פארענטפערט אויך פארשלאפן'ס דיוק:
farshlufen האט געשריבן:מיין קליינער האט דאס אליינס אויפגעמערקט, זיך וואונדערענדיג "נגע - צרעת און מצורע האבן די זעלבע טייטש"?

מפי הרה"ח שפדב"ק ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש שמעתי "נגע - א פלאג" דאכט זיך מיר אז ער האט רעכט.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אפריל 20, 2010 1:43 pm

אני שלעצמי, האב געקלערט, אז מצורע איז דער נאמען פאר אלע פארשידענע צרעת וואס ס'איז דא. אזוי ווי מ'זעהט פרעה איז געווארן קרעציג, נעמה, ועוד, וואס מ'טרעפט אין חז"ל אן ענין פון צרעת וואס קראצט. אויב אזוי זאל זיין פשט "נגע צרעת", א נגע [צי פלאג, אדער מכה] פון "צרעת".

און מיט דעם איז שוין מובן פארוואס מ'רופט דאס קרעץ, ווייל דער געווענליכער צרעת איז טאקע אזאנס וואס קראצט. ע"כ רופט מען שוין אויך דער סארט מיט דעם נאמען.
און מעגליך טאקע ווי פארשלאפן האט שוין געשריבן, אז דאס איז נישט מכח ווייל ס'איז א קריץ, נאר ווייל ס'בייסט און קראצט דעם מענטש, איז דער שם דבר קרעץ.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג אפריל 20, 2010 2:05 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:אינטעליגענט:

דיין הערה אויף די טייטש פון די ווארט נגע-קרעץ, יפה הערת, און איר האט געוויס רעכט.
נישט קרעץ און נישט קריץ אויך נישט קראץ, אמער-שריטה איז א-קראץ,שרטת א-קראצונג, ותו לא מידי.


איך זעה נישט אין דעם קיין קושיא. ס'איז דא צענדליגע טערמינען אין לה"ק [אזוי אויך אין יעדע שפראך] וועלכע פארמאגן מער ווי איין ווארט, ווייל עס האט פארשידנארטיגע דקות'דיגע חילוקים. צב"ש די פילע נעמען אויף שמחה. גילה רינה דיצה וכו'. און נאך פיל.
איז פשוט מובן אז שרטת איז וואס א מענטש קראצט, און נגע זאל זיין פון זיך אליין. וכדומה [ס'איז נאר א דוגמא, ווייל באמת איז עס דאך קיין קראץ אויך נישט]

פרייליכערהייט האט געשריבן:אבער דיין אויספיר, אביסל צומישט: פלעק טענה'סטו ווייל דאס אי דאך די נגע געוועהן, אבער דאס גיבט נאך אלץ נישט די טייטש פון נגע אלס פלעק, פלעק איז כתם...דערנאך פרובירסטו מיט אויסשלאג-ווייל וינגע השם נגעים גדולים טייטשט דאך זיכער אזוי..! ווער זאגט? שלאגן איז הכאה, מכה איז א אויסשלאג. ויך השם-ויך משה הייסט געשלאגן.

כ'האב בכלל נישט ארויף געברענגט אזא מיינונג אז ס'זאל טייטשן פלעק. כ'האב נאר מגדיר געווען דעם מהות פונעם נגע, אז דאס איז נישט מער ווי א פלעק, און נישט קיין קראץ. דער טייטש האב איך שפעקולירט דערנאך.
און לגבי דיין תמיהה ווי קען נגע הייסן הכאה, מיר האבן דאך שוין דעם ווארט הכאה פאר קלאפן.
איז דער ענטפער ווי שוין אויבן דערמאנט. יעדע טערמין קען האבן עטליכע ווערטער, וועלכע זענען מגדיר אן אנדערן קנייטש אינעם טערמין.
ועוד. הכאה מיינט א קלאפ, לאו דוקא אויף א מענטש, נישט ווי דו ווילסט עס טייטשן "שלאגן". משה האט נישט געשלאגן דעם וואסער, נאר געקלאפט. שלאגן איז בתור עונש.
אין קעגנזאץ נגע מיינט [לפי מיין שפעקולאציע] שלאגן, נישט קלאפן.
מ'קען אפטיילן נאך חילוקים ואכמ"ל כ'נוץ עס נאר מסביר צו זיין.
פרייליכערהייט האט געשריבן:איז אזוי: די ריכטיגע שרש פון נגע איז לדעתי מלשון נגיעה-אנרירן, נגע איז א אנרירונג, וינגע השם את פרעה-דער אייבערשטער האט אים אנגערירט, אז מען רירט איינעם אן געשעהט נאך נישט קיין קלאפ און נישט קיין פלעק. איז אבער א פעסטע ריר, יא גורם א קלאפ, זאגט די פסוק נגעים גדולים...דמיון לזה "כי נגע בכף ירך יעקב. און יעקב אבינו האט צולע געוועהן על יריכו.. פון אט דעם ריר, א הימלישע ריר-קלאפט ביטערליך.

דער תרגום מאכט טאקע אויף נגע צרעת-מכתש-קלאפ.

גראדע האב איך אליינס אויך געקלערט אז נגע-שלאגן, איז משרש נגיעה. אזוי ווי מ'געפונט "כי יד אלוק נגעה בי", ועוד. וואס באדייט אן עונש, אבער ס'שטייט מיטן לשון נגיעה.
אבער דאס איז זיכער, אז דער טייטש קען זיכער נישט זיין "נגע - אן אנרירונג".. אדער "וינגע ה' את פרעה נגעים גדולים - השם האט אנגערירט פרעה גרויסע אנרירונגען"..
מוזט דאך זיכער מסכים זיין אז דאס איז נאר דער שרש, אבער נישט דער טייטש.
און פון "כי נגע בכף ירכו" פארשטייסטו אליין אז קיין ראי' קען מען נישט ברענגען, ס'איז בדרך צחות ע"פ דרש.
פרייליכערהייט האט געשריבן:מיין פראגע איז וואס פונקטליך איז צרעת-מצורע-צרוע. אז ער האט א נגע- א שאת אדער ספחת, ווייס מיט הערעלעך, איז ער אויך געווארן בלאטערדיג? אדער דאס גופא גיבט אים א מצורע סטאטוס. הייסט עס אז מצורע מיינט, מער נישט, ווי א מענטש מיט א נגע, אדער מיינט דאס אז ער איז געווארן קרעציג...

אויף דער שאלה, קוק מיין פריערדיגע תגובה.

אט האסטו דער שרשים לרד"ק, וועלכע מאכט פאר "נגע" א באזונדערע שרש, און איז עס מגדיר אלץ "הכאה". אגב, ער דערמאנט טאקע אויך דארט דעם פסוק "וינגע ה' נגעים גדולים", וועלכע ער טייטשט הכאה.
[אגב, מדבריו איז משמע, אז דער "הגעה - דערגרייכונג", איז משרש "נגיעה - בארירונג".]

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אפריל 20, 2010 2:22 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:
צוערשט לאמיר פרעגן דעם אויבן אויף קשיא. אויב איינס איז "קרעץ" דאן וואס איז דער ווארט פאר מערצאל?
אפשר "קרעצעס"?... [ס'דערמאנט מיך פון די קינדער וואס גייען מיט די בוטסעס אויף די סטעפסעס...]

לכאורה איז דאס ווארט "קראץ".
ד.ה. נגע-קראץ, נגעים-קרעץ.

אבער אויך דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. נאר גיכער וואלט מען געדארפט זאגן "קריץ" פאר יחיד. ווייל קראץ איז דער פעולה, און קריץ איז דער זאכווארט [שם דבר].
.


איך גיי נישט יעצט ברענגן ראיות אויף די ריכטיגע טיישט פון נגע, אבער איך וויל מיר באציעהן צו די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס, בענין לשון יחיד און לשון רבים לגבי קרעץ.
איך גיי ציטירן א רש"י ישעי' פרק א' פסוק ו' ד"ה ולא רוככה בשמן. בא"ד:
ואין נופל כאן לומר לא רוככו בשמן, שאין מרככין אלא במקום המכה. אבל המזור והחבישה נופל לשונם על כל הגוף, לפיכך נופל בם לשון רבים לא זורו הנגעים ולא חובשו.

מיינט דאס אז ביי נגעים איז באנוצט מען זיך אייביג מיט לשון רבים ? און דעריבער רופט מען עס קרעץ ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג אפריל 20, 2010 9:57 pm

אינטעליגענט: כ'הער, און איך כ'הער...

גיימיר ווייטער. וואס אי דאס והנה און און. אדער והנה און אין, והנה און אט. וואס טייטשט והנה.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 21, 2010 4:07 am

"נון" מל' נון בוי וכו'

ופירושו, איצט, אין דעם מאמענט, נעקסט, ועוד.

http://www.dict.cc/?s=nun
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » מיטוואך אפריל 21, 2010 11:18 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:גיימיר ווייטער. וואס אי דאס והנה און און. אדער והנה און אין, והנה און אט. וואס טייטשט והנה.

    כ'מיין אז דיין פראגע באלאנגט נישט אונטער'ן קעפל "גרייזיגע טייטש" מ'וואלט אפשר געדארפט אשכול'ען א אשכול מיט'ן נאמען "אומפארשטענדליכע טייטש"

    אבער ווי לאנג ס'איז נאך איינס, אענה גם אנכי חלקי

    א קורצע ליסטע וואס מיין זיבן יעריגס האט מיר געטייטשט היי יאר, וואס כ'גלויב אז נישט ער און נישט זיין מלמד פארשטייען גענוי וואס זיי זאגן.

    באלוני ממרא - אין די "פלוין" פון ממרא
    ויגש אליו - און ער האט "גענעענט" צו איהם
    פן ינחם - אויב ער וועט זיך "באראטן" (נישט געפערליך הא, אבער קען מען נישט זאגן איבערקלערן)
    ורצע - און ער זאל "באארן" (וואס?????)
    במרצע - מיט א "באאארער"
    אשי - א פייער "אפפער" (עי' ערך קול מבשר לפורים)
    ולקטורת הסמים - און צו די "דעמפונג" פון די "געווירצען"
    ואבני מילואים - און "פילונג" שטיינער
    ומן הבקר - און פון די "רינדער" (ווי אזוי דען? כ'ווייס נישט, צוליב דעם בין איך דאך נישט דער מלמד)

    כ'האב געווארט אז ער זאל טייטשען
    שפיפון - א "פימפענאטער" אבער ולא זכיתי.. ער לערנט נאר ביז שני, אפשר נעקסטע יאר,

    חרמש בקמה
    שר מאה
    תגובות: 133
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
    לאקאציע: קרתא דשופריא

    תגובהדורך חרמש בקמה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 4:17 am

    מיין טאטע שליט"א האט געלערנט ביי אן אלטן אונגערישן מלמד, וועלכער האט זיך נישט אפגעגעבן צופיל די קינדער זאלן פארשטיין. האט ער געטייטשט "ותרעינה באחו" - און זיי האבן זיך געפאשעט אין געמויזעכץ...
    אז מיין זיידע שליט"א האט פארהערט דעם אינגל און געהערט דעם טייטש, איז ער צוגעגאנגען צום מלמד און איהם געזאגט: פריער האט דער אינגעל נישט געוואוסט וואס איז דאס "באחו", אצינד ווייס ער שוין אויך נישט וואס איז דאס "געמויזעכץ".
    בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

    אוועטאר
    מיללער
    שר עשרים אלפים
    תגובות: 25444
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

    תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 9:39 am

    נודע למשגב האט געשריבן:
    פרייליכערהייט האט געשריבן:גיימיר ווייטער. וואס אי דאס והנה און און. אדער והנה און אין, והנה און אט. וואס טייטשט והנה.

      כ'מיין אז דיין פראגע באלאנגט נישט אונטער'ן קעפל "גרייזיגע טייטש" מ'וואלט אפשר געדארפט אשכול'ען א אשכול מיט'ן נאמען "אומפארשטענדליכע טייטש"

      אבער ווי לאנג ס'איז נאך איינס, אענה גם אנכי חלקי

      א קורצע ליסטע וואס מיין זיבן יעריגס האט מיר געטייטשט היי יאר, וואס כ'גלויב אז נישט ער און נישט זיין מלמד פארשטייען גענוי וואס זיי זאגן.

      באלוני ממרא - אין די "פלוין" פון ממרא
      ויגש אליו - און ער האט "גענעענט" צו איהם
      פן ינחם - אויב ער וועט זיך "באראטן" (נישט געפערליך הא, אבער קען מען נישט זאגן איבערקלערן)
      ורצע - און ער זאל "באארן" (וואס?????)
      במרצע - מיט א "באאארער"
      אשי - א פייער "אפפער" (עי' ערך קול מבשר לפורים)
      ולקטורת הסמים - און צו די "דעמפונג" פון די "געווירצען"
      ואבני מילואים - און "פילונג" שטיינער
      ומן הבקר - און פון די "רינדער" (ווי אזוי דען? כ'ווייס נישט, צוליב דעם בין איך דאך נישט דער מלמד)

      כ'האב געווארט אז ער זאל טייטשען
      שפיפון - א "פימפענאטער" אבער ולא זכיתי.. ער לערנט נאר ביז שני, אפשר נעקסטע יאר,


      רוב פון די זאכען ווערן שוין אויסגעשמועסט בין כותלי הקרעטשמע, אדער איז עס פשוט בתכלית הפשטות און אין מיינע אויגן די אויפגאבע פון א טאטע מסביר צו זיין פאר א קינד ווען ער זאגט אזא 'פאני' טייטש וואס דאס מיינט און אים נישט לאזן מיט עם-הארצות אויב דער מלמד האט דאס נישט געטאן.

      פלוין - האבן מיר אן אשכול מיוחד איבער די פארשידענע געאגראפישע טערמינען ווי; טאלן, בערג ובתוכם א 'פלוין' אויף ענגליש איז דאס א plane און באדייט א גרויסע גלייכע שטח אן קיין בערג אדער טאלן

      גענענט - משורש ''נאנט' און זייער פשוט

      באראטן - פארוואס זאל מען זאגן 'איבערקלערן' וועלכע איז אין בעסטן פאל א לשון מושאל און ברענגט נאר ארויס די מחשבה פון 'איבערקלערן 'און נישט די מעשה החרטה זעלבסט, ווי איידער צו בארייכערן דעם אינגלס לעקסיקאן מיט א נאך א ווארט און נישט בלייבן מיט אן ארימע ווערטער-אוצר? ואגב, אז מ'גיט איינעם אן עצה איז אויף אידיש 'ראט' און דאס איז פון די משפחה.

      בארען - באערער - האסט א בעסערע ווארט פאר 'דרילען' אויף אידיש? איי וועסטו זאגן 'לעכערן' איז דער זעלבער תירוץ, פונקט ווי אויף ענגליש וועסטו נישט רופען א 'דרילער' א לעכערער, ווייל 'דרילען' איז מער 'מיוחד' דאס זעלביגע ברויך זיין אויף אידיש, מען ברויך האבן א רייכע וואוקעביולערי.

      פייער-אפפער - אפפער מיינט 'אויפגעבן' אדער אויף ענגליש 'סעקרעפייסען' ובאמת איז דאס א ווארט אויף ענגליש אויך.

      דעמפן - ווען מ'נוצט די פעולה פון קאכען 'געווירצען' (שמעקעדיגע געוואוקסען) אז עס זאל ארויסגעבן אן איינגענעמען גערויך, הייסט דאס 'דעמפן'.

      פילונג - האסטו אויך א פראבלעם? פון 'אנפילען' האסטו שוין געהערט?

      רינדער - באצייכענט א סוג פון בהמה דקה וואס אויף לשה"ק איז דאס 'בקר' עס נעמט אריין עטליכע ערליי בהמות, בעת וואס 'שאף' איז אן אנדערע קאטעגאריע פון בהמות דקות.

      אוועטאר
      אינטעליגענט
      שר חמש מאות
      תגובות: 876
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

      תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 9:48 am

      מיללער;

      גראדע קען איך אויך דער באדייט פון אלע א.ד. ווערטער, אבער אין חדר האב איך עס פשוט נישט פארשטאנען.
      מיין מיינונג איז, אז דער מלמד דארף פראבירן ניצן די פשוט'סטע טייטש פאר די קינדער, אויסער אויב ער האלט דאס ביים מסביר זיין.
      בעיקר רעד איך, פון אזעלכע ווערטער וועלכע זענען כמעט נישט אינעם טעגליכען באנוץ, אז מ'זאל קענען טענה'ן אז די קינדער וועלן זיך דאס אויסלערנען במשך הזמן, און צוזאמשטעלן אז דאס האט דער רבי געמיינט.
      איך שלעצמי, האב א געשמאק דערין, און כ'לערן אויס מיינע קינדער די שרשים פון ווערטער אין אידיש, און כמובן אויך פון לה"ק.

      ------
      בנוגע דער טיישט פון "דעמפן", זאג איך א טראפ אנדערש.
      "דעמפן" איז דער פעולה פון "דאמפ", נישט דוקא געווירצן. נאר דאס מאכן א דאמפ מיט די געווירצן, רופט זיך דעמפן.

      און יא, איך האב מיך יארן געפלאגט אין חדר געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער דעם ווארט דעמפן. אלץ האבעך חושד געווען עפעס באהאלט מען דא פון אונז קינדער...

      און איך לייג אויך צו צום ליסטע דעם ווארט "טייטן", [להמית], וועלכע איז באמת פשוט, דהיינו "מאכן טויט" אדער "טויטן"., אבער קינדער האבן נישט ארויס דעם שרש פונעם ווארט, און מיינען אז ס'איז אן ענין צו איבערזעצן געוויסע ווערטער אויף פויליש.. [אין חדר האב איך מיך געמאכט דעם פשט'ל, אז טייטן איז חנק, ווייל מ'מאכט טייט דעם שטריק ארום דעם האלז..]

      אוועטאר
      ווינקל
      שר שבעת אלפים
      תגובות: 7773
      זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
      לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

      תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:05 am

      סאיז אן אלטער ויכוח צווישן מלמדים וועלכער וועג סאיז ריכטיגער.

      מיין פריוואטער מיינונג... ניצן ווי מער ווערטער, און אויסלערנען די קינדער די באדייט צו בארייכערן זייער אוצר פון רעדן אידיש, כווייס נישט צו איר וועט מיר וועלן גלייבן אז אסאך כיתה ב-ג אינגלעך וועלן נישט וויסן וואס ס'מיינט אונטערן פירהאנג... וואס איז דאס? אין בעק פון די בליינדס? (איך האב אמאל געהאט א סובסיטוט אין כיתה ב וואס האט געטייטש, אלה מסעי, דעס זענען די מאווינגס! וואס מיינט ציאונגען?)

      ווען איך פארהער מיינע קליינווארג שטעל איך כסדר אפ אזוי דא דארט, וואס מיינט דעס? פיל מאל ווייסן זיי נישט! אפי ווערטער וואס ווערט געניצט אין שטוב רעגעלמעסיג. איך מיין אז קינדער וועלן "כמעט" נישט פרעגן אפילו סתם אין שמועס, וואס מיינט די ווארט? נאר פראבירן מיט די צייט זיך איינגעוואוינען נייע ווערטער.

      איך "פראביר" אויסלערנען מיינע אינגלעך אז טייטש מיינט א זאך וואס מען דארף "פארשטיין", אויב די רבי זאגט א ווארט וואס מען פארשטייט נישט, איז נאר נארמאל צו פרעגן די רבי וואס עס מיינט. (אמאל העלפט עס... אז נישט בין איך עס מסביר כפי יכלתי...) און דעס איז סייווי לענ"ד א וויכטיגע זאך וואס אויף דעם איז מיוסד "מיין" פארהער (אויסער דער קשר...) אז נאכדעם וואס מען קען שוין פיין נאכ-מורמלען וואס דער מלמד האט אריינגעפרעגעלט ברוב יגיעה א גאנצעוואך, היצט לאמיר זען וואס שטייט דא אין דעם פסוק? וואס לייגט רש"י צו? פון ווייסט דיין רבי אז נח האט געהאט דריי קינדער?.

      מיינע צוויי צענט.

      אוועטאר
      פישל
      שר חמש מאות
      תגובות: 737
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

      תגובהדורך פישל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:27 am

      מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געדינט אלס "שטעל-פאטרעטער" (איר ווייסט וואס ס'מיינט?) אין א קלאס פון כיתה ו', כ'האב מיך דעמאלטס אויסגעלערנט אז נאך אלע מעשיות זענען אונזערע מלמדים נאך געווען גערעכט מיט זייערע טייטשן, ווייל זייער אסאך פון די ווערטער האבן פשוט נישט קיין היינטיגע אפטייטש, צוליב אונזער שטייגענדע עם-הארצות וואס מיר ווערן נאר מער און מער ארימער אין שפראך קענטעניס, איך האב דעמאלטס געזעהן אז די היינטיגע מלמדים מיט די נייע טייטש טוען נאר אוועקנעמען דעם ריכטיגן באדייט פונעם ווארט.
      איך האב געהאט בשעתו אסאך דוגמאות, יעצט אויפ'ן מינוט דערמאן איך מיך נאר איין זאך, למשל "ומקנה רב היו לבני ראובן", אונזערע מלמדים האבן געטייטשט, מקנה: פיה, ווער ווייסט היינט וואס מיינט פיה? אבער וואס דען זאל מען טייטשן? שאף? עס איז נישט ריכטיג, ווייל שאף באצייכנט נאר "צאן" און נישט "בקר" און רינדער איז נאר בקר און נישט צאן, "פיה" איז כולל סיי שאף און סיי רינדער,
      דאס זעלבע מיט פרים - שטירן, קען זיין אז די קינדער ווייסן נישט וואס מיינט שטירן, איז דערפאר זאל מען טייטשן גרייזיג אקסן? שור איז א אקס, פר איז א שטיר,
      דעריבער אויב וויל מען אונזערע קליינע זאלן נישט אויפוואקסן קיין עמי הארצים זאל מען זיי יא אויסלערנען די אלע מאדנע ווערטער, אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן ווי קיין "פיה" ח"ו
      דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

      חרמש בקמה
      שר מאה
      תגובות: 133
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
      לאקאציע: קרתא דשופריא

      תגובהדורך חרמש בקמה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:36 pm

      איך ווייס נישט וואס איז דער אונטערשיד צווישן שטירן מיט אקסן, אבער אויב דער אונטערשיד איז אין סארט בהמה, איז עס נישט דער זעלבער חילוק פון צווישן פר און שור. ווייל דא איז דער אונטערשיד נישט אין מין, נאר אין גרויסקייט. אזוי זענען מסביר ראב"ע רד"ק ביים פסוק "ותיטב לה' משור פר מקרן מפריס".
      בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

      אוועטאר
      פישל
      שר חמש מאות
      תגובות: 737
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

      תגובהדורך פישל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:47 pm

      נו, היינו הך, עס איז א חילוק אין גרויסקייט ד.מ. אז עס איז צוויי זאכן און קען נישט באנוצט ווערן מיט דעם זעלבן ווארט
      דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

      אוועטאר
      אינטעליגענט
      שר חמש מאות
      תגובות: 876
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

      תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 3:11 pm

      פישל האט געשריבן:איך האב געהאט בשעתו אסאך דוגמאות, יעצט אויפ'ן מינוט דערמאן איך מיך נאר איין זאך, למשל "ומקנה רב היו לבני ראובן", אונזערע מלמדים האבן געטייטשט, מקנה: פיה, ווער ווייסט היינט וואס מיינט פיה? אבער וואס דען זאל מען טייטשן? שאף? עס איז נישט ריכטיג, ווייל שאף באצייכנט נאר "צאן" און נישט "בקר" און רינדער איז נאר בקר און נישט צאן, "פיה" איז כולל סיי שאף און סיי רינדער,

      באמת, וואס איז די טייטש פון בהמה אין אידיש? איינער ווייסט?
      די אלטע טייטשער האבן געטייטשט "פיה". דער ווארט איז כולל אלע בהמות.


      צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

      ווער איז אונליין

      באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט