אידישע אויסדריקן און שפריכווערטער

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 02, 2013 10:54 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
אינטערעס האט געשריבן:ב"ה
רוף מיך צום "נתנה תוקף",
וואס עפעס האט מען אויסקעקליבן דעם פייט,
פ.וו. זאגט מען נישט רוף מיך צום "ויאתיו" צ.ב.ש.

די סיבה דערצו איז ווייל ביי ונתנה תוקף רעדט מען פון שרעקעדיגע זאכן, מי באש ומי במים וכו׳, דערפאר זאגט מען גיי צו די שרעקעדיגע פלאץ, בבחינת אלע בייזע רוחות...

דאס ניצט מען לויט ווי איך פארשטיי, ווי צו זאגן שטעל דיר אויפן קאפ.

"נתנה תוקף", איז אזאך וואס יעדער האט מורא, און יענער זאגט: "קענסט מיך רופן צום "נתנה תוקף", כ'האב פאר גארנישט מורא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג מאי 05, 2013 8:13 am

הירשל ציג האט געשריבן:"ער האט/מאכט/פארדינט ברויט אויף הויזן"


אפשר מיינט עס אז ער האט אפילו נישט קיין טיש אויף וואס צו עסען דאס ברויט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
אינטערעס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:50 pm

תגובהדורך אינטערעס » זונטאג מאי 05, 2013 1:26 pm

msp האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:"ער האט/מאכט/פארדינט ברויט אויף הויזן"


אפשר מיינט עס אז ער האט אפילו נישט קיין טיש אויף וואס צו עסען דאס ברויט


אדער מיינט עס דער מינימום פון א מענטש איז עסן און לבוש, ווי מטרעפט ביי יעקב אבינו, לחם לאכול ובגד ללבוש.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 09, 2013 11:08 am

זעהנדיג דעם שמיעס אין שאלות להלכה וועגען לא תחנם האב איך זיך דערמאנט אז ווען אמי מורתי הכ"מ האט ג'וואלט זאגען אויף א גוי
אז ער איז GOOD LOOKING האט זי ג'זאגט ער איז א "נעכיר גוי", כ'האב ניט ג'וויסט צי דאס אונגאריש אדער אידיש ביז איך האב זיך
געכאפט אז דאס איז "מכוער" אלס לא תחנם לא תתן להם חן

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מאי 04, 2014 3:37 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן: צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)
"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...

דאס איז אן איזאלירט פלאץ, מעגליך וועגן די שארפע גערוך. על כן איז עס א פאסיגע פארשיקונגס ארט.

איך האב געטראפן די זעלבע פראגע אין א בריוו צו די מעלות פון א פרוי וואס האט זיך געלערנט אידיש בלויז דורך די מעלות. אבער די מעלות האט נישט געענטפערט אויף די ספעציפישע פראגע.

דער ענטפער איז אז אין שריפט איז אריינגעפאלן א טעות. דאס ווארט איז "א ווי די שווארצע פעפער וואקסט", וואס היינטיגע צייטן זאגן מיר אין אזא פאל "וויאזוי", (און ירושלים הערט מען נאך פרעגן אויפ'ן אמאליגן שטייגער, "א ווי הייסט איר?"). דער ווי איז וויאזוי, און נישט וואו אלץ א לאקעישן.

און דער הסבר דערפון איז, אז דער שווארצער פעפער בוים וואקסט ווי א וויין-גארטן, ווי א דינע לויפנדע שלאנג, און ווערט 40 פיס לאנג, און אין א גוטע קלימאט (נישט קיין דירעקטע זון, בערך 62 פערנהייט מיט זייער אסאך יומידיטי), וואקסט עס גאר שנעל אויך. זיי פלעגן געבן א דעק איבער א הייזקע און א גאר קורצע צייט, אויב מ'האט נישט אנגעגרייט די האלצערנע שטאנגען אויף וואס זיי זאלן זיך ארויפדרייען, פונקט ווי א וויינגארטן.
איז דער אויסדרוק געווען, אנטלויף אזוי שנעל און ווייט אזויווי דער שווארצער פעפער וואקסט…

מיין טאטע האט אמאל געזאגט פאר מיין ברודער אז לטותא דרבנן איז א געפערליכע זאך, על כן ווען דו זעסט א רבי'ש אייניקל וואס איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, אנטלויף פון אים ווי דער שווארצער פעפער וואקסט…, און מיין ברודער טראכט א סעקונדע, און רופט זיך אן: און וואס טוה איך ווען איך קום אן וואו די שווארצע פעפער וואקסט, און איך טרעף אפאר אנגעצויגענע רבי'שע אייניקלעך זיך דרייען דארט?
מיין טאטע לאכט נאך יעץ...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יוני 22, 2014 5:59 pm

"....... האט עס גענאגלט" איז געווארן שטארק פאפולער דא לעצטענס.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 22, 2014 6:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:"....... האט עס גענאגלט" איז געווארן שטארק פאפולער דא לעצטענס.

בילד

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג יוני 22, 2014 6:30 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
אינטעליגענט האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן: צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)
"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...

דאס איז אן איזאלירט פלאץ, מעגליך וועגן די שארפע גערוך. על כן איז עס א פאסיגע פארשיקונגס ארט.

איך האב געטראפן די זעלבע פראגע אין א בריוו צו די מעלות פון א פרוי וואס האט זיך געלערנט אידיש בלויז דורך די מעלות. אבער די מעלות האט נישט געענטפערט אויף די ספעציפישע פראגע.

דער ענטפער איז אז אין שריפט איז אריינגעפאלן א טעות. דאס ווארט איז "א ווי די שווארצע פעפער וואקסט", וואס היינטיגע צייטן זאגן מיר אין אזא פאל "וויאזוי", (און ירושלים הערט מען נאך פרעגן אויפ'ן אמאליגן שטייגער, "א ווי הייסט איר?"). דער ווי איז וויאזוי, און נישט וואו אלץ א לאקעישן.

און דער הסבר דערפון איז, אז דער שווארצער פעפער בוים וואקסט ווי א וויין-גארטן, ווי א דינע לויפנדע שלאנג, און ווערט 40 פיס לאנג, און אין א גוטע קלימאט (נישט קיין דירעקטע זון, בערך 62 פערנהייט מיט זייער אסאך יומידיטי), וואקסט עס גאר שנעל אויך. זיי פלעגן געבן א דעק איבער א הייזקע און א גאר קורצע צייט, אויב מ'האט נישט אנגעגרייט די האלצערנע שטאנגען אויף וואס זיי זאלן זיך ארויפדרייען, פונקט ווי א וויינגארטן.
איז דער אויסדרוק געווען, אנטלויף אזוי שנעל און ווייט אזויווי דער שווארצער פעפער וואקסט…

מיין טאטע האט אמאל געזאגט פאר מיין ברודער אז לטותא דרבנן איז א געפערליכע זאך, על כן ווען דו זעסט א רבי'ש אייניקל וואס איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, אנטלויף פון אים ווי דער שווארצער פעפער וואקסט…, און מיין ברודער טראכט א סעקונדע, און רופט זיך אן: און וואס טוה איך ווען איך קום אן וואו די שווארצע פעפער וואקסט, און איך טרעף אפאר אנגעצויגענע רבי'שע אייניקלעך זיך דרייען דארט?
מיין טאטע לאכט נאך יעץ...

למיטב ידיעתי וואקסט פעפער אונטער דער ערד, עס איז א גוטע פארשיקונגס פלאץ פאר א נודניק ח״ו. אין מאמע לשון (ליין: גויאישער לשון) גיי אין דער ערד!.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 22, 2014 6:41 pm

ארטסקרול האט געשריבן: למיטב ידיעתי וואקסט פעפער אונטער דער ערד, עס איז א גוטע פארשיקונגס פלאץ פאר א נודניק ח״ו. אין מאמע לשון (ליין: גויאישער לשון) גיי אין דער ערד!.

Black pepper (Piper nigrum) is a flowering vine in the family Piperaceae, cu
פלפל שחור (שם מדעי: Piper nigrum) הוא צמח מטפס ממשפחת הפלפליים (Piperaceae)
בילד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג יוני 23, 2014 8:18 am

א שיינע בילד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 24, 2014 7:13 am

ניק ניק האט געשריבן:"....... האט עס גענאגלט" איז געווארן שטארק פאפולער דא לעצטענס.

נאך אן אויסדרוק איז לעצטנס פאפולער:
"דו קומסט אריין שטארק"
"קומסט אריין סטעטיק"...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

עס גייט אויך פארקערט

תגובהדורך אנעים זמירות » מוצ"ש יולי 19, 2014 7:10 pm

I have a far near, a second in a third, who used to be a whole banger by the rabbi. He used to turn programs something a roof on a roof. Unfortunately he got packed and got 2 years in the one goat. Now he sits put in, completely ex hat-manufacturer.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מוצ"ש יולי 19, 2014 10:07 pm

די מאמע זז"ג האט מיר פארציילט אז אלס כלה האט די באבע זז"ז איהר געזאגט, "One year before Pesach I fell togezer."
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום זונטאג יולי 20, 2014 8:35 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יולי 20, 2014 8:28 am

אנעים א גרינע!
הה"ד אז אידיש קען מען נישט פארטייטשען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

מארגן נאכן קוגל.. פון וואו נעמט זיך דאס?

תגובהדורך טשאלנט טאפ » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 5:50 pm

פון וואו נעמט זיך דאס?

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 6:09 pm

כ'וועל דיר ענטפערן "מארגן נאכן קוגל"

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 6:09 pm

שבת נאכמיטאג האט מען די מערסטע צייט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:31 am

נע! ס׳עט דיר נעמען א יאר מיט א מיטוואך

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:36 am

פון ווי נעמט זיך טאַקע א יאר מיט א מיטוואך?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 8:29 am

נותנין לבתולה י״ב חודש
בתולה נשאת ביום הרביעי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 10:27 am

msp האט געשריבן:נותנין לבתולה י״ב חודש
בתולה נשאת ביום הרביעי

אויב שוין יא אזא תלמוד תו... חכם, למה ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 10:46 am

dim האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך טאַקע א יאר מיט א מיטוואך?

viewtopic.php?p=47813#p47813

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:22 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
אינטעליגענט האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן: צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)
"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...

דאס איז אן איזאלירט פלאץ, מעגליך וועגן די שארפע גערוך. על כן איז עס א פאסיגע פארשיקונגס ארט.

איך האב געטראפן די זעלבע פראגע אין א בריוו צו די מעלות פון א פרוי וואס האט זיך געלערנט אידיש בלויז דורך די מעלות. אבער די מעלות האט נישט געענטפערט אויף די ספעציפישע פראגע.

דער ענטפער איז אז אין שריפט איז אריינגעפאלן א טעות. דאס ווארט איז "א ווי די שווארצע פעפער וואקסט", וואס היינטיגע צייטן זאגן מיר אין אזא פאל "וויאזוי", (און ירושלים הערט מען נאך פרעגן אויפ'ן אמאליגן שטייגער, "א ווי הייסט איר?"). דער ווי איז וויאזוי, און נישט וואו אלץ א לאקעישן.

און דער הסבר דערפון איז, אז דער שווארצער פעפער בוים וואקסט ווי א וויין-גארטן, ווי א דינע לויפנדע שלאנג, און ווערט 40 פיס לאנג, און אין א גוטע קלימאט (נישט קיין דירעקטע זון, בערך 62 פערנהייט מיט זייער אסאך יומידיטי), וואקסט עס גאר שנעל אויך. זיי פלעגן געבן א דעק איבער א הייזקע און א גאר קורצע צייט, אויב מ'האט נישט אנגעגרייט די האלצערנע שטאנגען אויף וואס זיי זאלן זיך ארויפדרייען, פונקט ווי א וויינגארטן.
איז דער אויסדרוק געווען, אנטלויף אזוי שנעל און ווייט אזויווי דער שווארצער פעפער וואקסט.

א שיין פשט'ל, אבער פעפער וואקסט אין די מרחקים אין אינדיע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 5:20 pm

איבער די גיין וואו די שווארצע פעפער קען מען זאגן בדרך אפשר.. אז מ'האט אנגעהויבן שעלטן צו גיין וואו די שווארצע רוחות געפינען זיך, און תוך כדי האט מען משנה געווען צו שווארצע פעפער נישט אריינצוקומען אזוי שארף
דומה לזה איז 'פאר א שווארץ קאַפל' וואס מיין חברותא נוצט אנשטאט א שווארץ יאר
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 12:16 pm

farshlufen האט געשריבן:א שיין פשט'ל, אבער פעפער וואקסט אין די מרחקים אין אינדיע.

און וואסערע אויסדריק ניצט מען אין אינדיע? אפשר גיי וואו די פאטעיטאס וואקסט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט