אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער
אויף אן אנדערע פלאץ דא אין קרעטשמע, האב איך געליינט פון זארעכ אזא אויסדריק, טויט צו לעבעדיג,
מיר ליגט אין קאפ, טויט צו רויט, וואס איז טאקע דער באדייט דערפון? בלויז אז עס גראמ'ט? אדער טיפער'ס.
מיר ליגט אין קאפ, טויט צו רויט, וואס איז טאקע דער באדייט דערפון? בלויז אז עס גראמ'ט? אדער טיפער'ס.
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
Re: אויסדריקן
מעסטערמיינד האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ, טויט צו רויט, וואס איז טאקע דער באדייט דערפון? בלויז אז עס גראמ'ט? אדער טיפער'ס.
אפשר מיינט איר דעם אויסשפראך "טויט צי רויט"?
אדער אויך "בעסער רויט פון טויט"?
אויב יא, עס קומט פון סאוועטישע רוסלאנד פון עפעס סטאלין'ס צייטן, און דער באדייטונג פון דעם אויסשפראך איז דאך פארשטאנדיק גאר בפשטות...
די וואָר הענגט אויף א האָר
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- שמיי_דריי
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט
אויסדרוקן פון מענטשן
איך ווייס נישט אויב איך עפען עס אויף אין די ריכטיגע פארום און עס קען אפילו זיין אז עס שוין דא אזא אשכול. אויב איז שוין דא אזא אשכול קענען עס די מנהלים צוזאם שמעלצן
עס איז דא זייער אסאך מאל וואס א מענטש בשעת ער רעדט אדער א שרייבער ווען ער שרייבט קען ער זיך אויסדריקן פארשידענע מינע אויסדרוקן.
וואס איך וויל מיט דעם אשכול איז, איך וויל קענען אסאך אויסדרוקן און ווען מען נוצט עס און וואס די פשט דערפון איז.
איך וועל דא קודם אנהייבן מיט עפעס.
"אסאך וואסער איז שוין דורך געלאפן די אטלאנטיק זינט דאן"
דאס נוצט מען ווען מען וויל זאגן אז עס איז שוין דורך א לאנגע צייט זייט דעמאלטס.
כל הקהל הקודש הזה איז מכובד צו שרייבן די אויסדריקן וואס עס איז אויף זיי אויפן צונג.

א חתימה ברויך מען האבן ?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm
איך זעה אז די שמעלצערס [הצורפים בלע"ז] האבן עס שוין געשמאלצן, אבער איך מיין אז עס איז דא נאך א דריטע אשכול איבער דעם אויך, אז איך וועל עס געפינען אל אמנע טוב.
אבער ר' אליהו האט אונז לעצטענס צוגעשטעלט א ליסטע פון אויסדרוקען/פראזען וואס שטאמען פון חז"ל וכדו'.
למעשה, דאס ענין פון נוצען אויסדרוקען ביי פארשידענע געלעגנהייטן איז א 'ארט/חכמה' ואינה מלאכה, דאס הייסט עס ברויך נישט האבן א ספעציעלע באדייט נאר ליבערשט געבן פארן הערער אן אנגענעמע אויסשפראך אין קאנטראסט פון א לאנגווייליגע געשפרעך.
דאס איז גילטיג ביי אזאנע אויסדרוקען ווי; 'אסאך וואסער זענען דורך דעם האדסאן ריווער זייט איך האב דאס לעצטע מאל געזאגט פון פארנט פארען דאווענען' אבער ביי למשל; 'טויט צי רויט' אדער 'א יאר מיט א מיטוואך' מוז מען קודם מבאר זיין דעם מקור פונעם אויסשפראך.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:איך זעה אז די שמעלצערס [הצורפים בלע"ז] האבן עס שוין געשמאלצן, אבער איך מיין אז עס איז דא נאך א דריטע אשכול איבער דעם אויך, אז איך וועל עס געפינען אל אמנע טוב.
דו רעדסט פון דעם?
http://www.ivelt.com/forum/index ... pic&t=2516
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
צום זאך האט געשריבן: צוויי אויסדריקן וואס איך פארשטיי נישט פון ווי ס'נעמט זיך; (נישט אז כ'ווייס נישט ווען מ'נוצט עס..)
"גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט"..
מה זה?..
גוגל קען מיר נישט טרעפן אזא דעסטינאציע...
דאס איז אן איזאלירט פלאץ, מעגליך וועגן די שארפע גערוך. על כן איז עס א פאסיגע פארשיקונגס ארט.
צום זאך האט געשריבן:"ביסט אראפ פון די לבנה?"..
ס'ע פשט?..
דאס קומט לכאורה פון "אראפ פון זינען" וועלכע באדייט: אראפ פון שכל, דהיינו ער גייט מער נישט אויפן שכל פראגראם.... [זינען אדער זין, מיינט דער "געדאנק". אזוי אויך דאס ווארט "כ'האב אינזינען געהאט" מיינט: כ'האב עס געהאט אין געדאנק].
איז געקומען א לץ, און דאס אריבערגעטוישט צו "אראפ פון די לבנה" אנשטאט "זין"...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
אידישע שפריכווערטער
א שיינע צייט צוריק געדענק איך איז געווען אין די צייטונג אנ'ארטיקעל פון דער באוויסטע מחנך
איבער ווי תורה'דיג די אידישע שפראך איז מיט איהרע שפריכווערטער
האט זיך מיר געמאכט א חשק צוריק ארויף צו ברענגען דעם שמועס
איך האף אז עס וועט יעדען אינטערעסירען
ווי איך געדענק איז אויך געווען דאן א טומעל צו מען זאגט מיטען פיטם אראפ אדער מיטען פוטער אראפ

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
דו דערמאנסט מיר אנאנדערע מעשה
אמאהל האט א פרישע רב געפרעגט זיין שמש גיין אויסגעפונען אין מארק וואס מען האלט פון איהם
איז דער שמש ארויס און ווען ער איז צוריקגעקומען פרעגט דער רב איהם: נו וואס זאגט דער עולם
זאגט דער שמש: חז"ל זאגען דאך אז נאר מקצת שבחו טאר מען זאגען בפניו
מען זאגט אויף אייך אז איר זענט א צדיק...
כ'האף אז איר האט פארשטאנען
עכ"פ למעשה ווערט שוין אסאך געשריבען וועגען צדי אדער צדיק
מאנכע זאגען אז צדיק קומט פון דביקות פון צדי קוף
איך שטעל מיר פאר אז לאנגער צדיק מיינט דא אנ'ענדע- צדיק אדער שלאס-צדיק
ביי אונז אין חדר פלעגט מען זאגען ענדע-צדיק
איבער אל תצדק הרבה איז נאך דא אנ'אויסדריק
ויי-צדקתך אדער וצדקתך
דאכט זיך אז מיין זיידע א גאליציאנער געבוירענער פלעגט זאגען ויי-צדקתך
מסתמא איז די הבנה אין דעם אזוי ווי אין
פון א נאר האט מען נאר צער...

- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm