די אחראים: יאנאש ,אור המקיף ,אחראי ,געלעגער
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך eller » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:25 pm
זענדל האט געשריבן: פאר'מוח'ט האט געשריבן: פון ווי שטאמט די ווארט "צופידעלט" און וואס איז די באדייט פון דעם?
"צושפילט" ווייסאטו? א שפילער פידלט
די אמתע פשט איז ווייל ווען איז נישט אין און מען הערט א פידל קריכט עס שרעקליך אויף די נערווען. כ"ש ווען יענער שפילט נישט אופן טאן ווערט מען אזוי צופידעלט......
ODOM
שר מאה
תגובות: 171 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ODOM » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:50 am
טענו את בעירכם גיי טענה זיך מיט בהמות
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעטעטא קאפ » מאנטאג מארטש 05, 2018 6:15 pm
עס איז באקאנט די נוסח אופן מצבה פונעם הייליגן צדיק ר' אייזקל קאלובער והיה יכול ללמוד על הדף ווער עס געדענקט האט מען געקענט הערן אזא סארט אויסדריק פון אונזערע זיידעס פון דערהיים א בלאט לערנער ווייסט איינער פינקטליך וואס דאס האט געמיינט, עס איז א אויסדריק וואס מען הערט נישט היינט, און באלד איז שוין נישט דא וועם צו פרעגן. די ווייסער'ס זאלן זיך ביטע מיען פאר אונז און ברענגן אינפארמאציע. א דאנק פון פאראויס
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אדער יא » מאנטאג מארטש 05, 2018 10:38 pm
לכאו' פשט, גוט אפגעלערנט גרונטלעך און קלאר (עי' בגליון קביעות עתים)
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:30 am
איך וואלט עס געוואלט הערן פון איינעם וואס געדענקט וואס דאס מיינט געהערט האב איך פון איינעם, אז מען האט זיך געהאלטן צום דף און נישט אריין געקוקט אין קיין מפרשים, נאר געלערנט גמרא רש"י תוס' נישט געזיכט צו פארשטיין מער אדער טיפערע אינפארמעשן וואס געפינט זיך אינדרויסן פונעם בלאט.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:09 am
וואס מיינט דער אויסדריק אקס'ען-פאסט כ'האב באקומען א בריוו-פעקל דורכן אקסען פאסט ווארשיינליך געווען איינס פון מעטאדן פון שיקן זאכן מיר ווייסן אז מ'האט גענוצט שיף, באן, פערד, טעלעגראם אבער מ'האט זיך טאקע אויך באנוצט מיט אקסען?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:09 am
פעטעטא קאפ האט געשריבן: איך וואלט עס געוואלט הערן פון איינעם וואס געדענקט וואס דאס מיינט געהערט האב איך פון איינעם, אז מען האט זיך געהאלטן צום דף און נישט אריין געקוקט אין קיין מפרשים, נאר געלערנט גמרא רש"י תוס' נישט געזיכט צו פארשטיין מער אדער טיפערע אינפארמעשן וואס געפינט זיך אינדרויסן פונעם בלאט.
איך טראכט אז ער האט געמיינט די היינטיגע וואס ווילן זיך רופן "פשוטער איד" אין אונזער דור,
וויל ער זיי לאזן וויסן אז ער האט נישט נאר געזינגען שיין סאלא קאקאש און שרינאק רינאק וכו' נאר ער האט אויך פלייסיג געלערנט און איז געווען א ירא שמים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:23 pm
ריכטיג אבער דאס ווארט בלאט לערנער איז געווען עפעס וואס אונזערע זיידעס האבן זיך באניצט דערמיט, עס איז נישט נאר אויף די מצבה, לערנען אויפן בלאט האט עפעס זיכער געהאט א באדייט אמאהל.
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אדער יא » דינסטאג מארטש 06, 2018 4:28 pm
חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעטעטא קאפ » דינסטאג מארטש 06, 2018 5:32 pm
שכח
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פלאחותיך » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:04 am
פלאחותיך האט געשריבן: וואס מיינט דער אויסדריק אקס'ען-פאסט כ'האב באקומען א בריוו-פעקל דורכן אקסען פאסט ווארשיינליך געווען איינס פון מעטאדן פון שיקן זאכן מיר ווייסן אז מ'האט גענוצט שיף, באן, פערד, טעלעגראם אבער מ'האט זיך טאקע אויך באנוצט מיט אקסען?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך האפ קאזאק » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:43 pm
אדער יא האט געשריבן: חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png
אויב איז אייך נישט צו שווער, ביטע ברענגט אראפ וואס דארט שטייט וועגן דעם באגריף ''
בלאט-לערנער .''
איך בין אויך נייגעריג צו וויסן.
אויפן מהרש''ג זאגט מען אז ער איז געווען א גרויסער בלאט-לערנער. מ'הערט דעם אויסדרוק אסאך מאל פון אידן פון א דור צוריק.
עכ''פ וואס מיינט עס פונקטליך?
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט . אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג !
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך האפ קאזאק » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:45 pm
וואס זאגסטו נישט צו דעם? דאס אויבענדערמאנטע איז נישט מער ווי א אויסדרוק. ווייל ריכטיג וואלט געווען: וואס זאגסטו צו דעם? דער ''נישט'' גיבט מען א רוק אריין פאר זאפטיגקייט.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט . אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג !
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אדער יא » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 4:32 pm
האפ קאזאק האט געשריבן: אדער יא האט געשריבן: חיים ושלום פרשת וילך.png
תולדות יחזקאל עמוד 38.png
אויב איז אייך נישט צו שווער, ביטע ברענגט אראפ וואס דארט שטייט וועגן דעם באגריף ''
בלאט-לערנער .''
איך בין אויך נייגעריג צו וויסן.
אויפן מהרש''ג זאגט מען אז ער איז געווען א גרויסער בלאט-לערנער. מ'הערט דעם אויסדרוק אסאך מאל פון אידן פון א דור צוריק.
עכ''פ וואס מיינט עס פונקטליך?
בטעות האב איך פארמעקט די בילדער, כ'וועל עס נאכאמאל אויפזוכן.
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך טוב ויפה » מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:33 pm
ער האט 'אויסגעזאגט' גאנץ תהילים! פארוואס האט ער 'אויסגעזאגט' פארוואס האט ער נישט פלעין 'געזאגט'? פארוואס נאר ביי תהילים נוצט מען דעם אויסדרוק
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פארשער » מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:43 pm
אז ער האט געזאגט תהלים ביז אויס האט ער אויסגעזאגט תהלים.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אילו זכינו » מוצ"ש פעברואר 09, 2019 10:38 pm
איך שרייב וועגן א חשובע איד וואס איז געווארן חסידיש אין דער צייט ווען זיינע עלטערן האבן געפירט אן ערליכע לעבן אבער נישט חסידיש די שאלה איז וויאזוי מ'שרייבט אזא זאך ווען מ'גייט דאס געבן פאר די קינדער און אייניקלעך ווייטער, אז ס'זאל חלילה נישט ווערן אויסגעטיישט נישט ריכטיג, און אן קיין זלזול אויף דער זיידע באבע וואס זענען נישט געווען חסידיש (און זיי זענען אבער פאקטיש יא געווען אייניקלעך פון חסידישע שטובער - נאר ביי די קריג יארן האבן זאכן זיך פאריקט אביסל.. און דער אייניקל איז צוריק געווארן חסידיש, כמובן אז מ'קען עס נישט ארויסשרייבן אפן און גראב - אבער די משפחה וויל דירעקט שרייבן די גדלות פון זייער טאטע אז ער האט אליינס בוחר געווען צו ווערן חסידיש) איך האב געשריבן אזוי: ....און אפי' די זיידע ר' ראובן ע"ה פאר זיך זעלבסט האט נישט געפירט א חסידישע לעבנס שטייגער , האט ער אבער שטארק מחשיב געווען די החלטה פון זיין זון - אונזער חשובע טאטע ז"ל - יא צו ווערן חסידיש, און אדרבה ער האט אים מחזק געווען דערפאר, און שטאלצירט מיט אים....... איך שפיר אבער נישט אינגאנצן באקוועם מיט די אוסדרוק.. איך וויל עס ארויסברענגען מער פאזעטיוו.. אפשר: און אפי' די זיידע ר' ראובן ע"ה פאר זיך זעלבסט האט געפירט בלויז אן ארטאדאקסישער לעבנס שטייגער ... ביטע אריינקומען ווער ס'קען ארויסהעלפן...
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש פעברואר 09, 2019 10:47 pm
אפשר איז נישט געווען געוואוינט אדער האט זיך נישט געפירט אזוי ווייט אויפן חסידישן שטייגער די צווייטע אפשן וואס דו ברעגסט, איז לדעתי, גרעבער ווי די ערשטע. נישט חסידיש, איז נישט אזוי ווייט, ווי ארטאדאקס...
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש פעברואר 09, 2019 11:57 pm
אילו זכינו האט געשריבן: ...
וואס דארפסטו דערמאנען 'לעבנס שטייגער'? שרייב אז כאטש דער זיידע איז נישט געווען אזוי אריינגעטאן אין חסידות, דאך האט ער געשעצט און רעספעקטירט זיין זון וואס האט באשלאסן זיך יא אריינצולייגן אין חסידות....
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אילו זכינו » זונטאג פעברואר 10, 2019 12:06 am
אסדר לסעודתא האט געשריבן: אילו זכינו האט געשריבן: ...
וואס דארפסטו דערמאנען 'לעבנס שטייגער'? שרייב אז כאטש דער זיידע איז נישט געווען אזוי אריינגעטאן אין חסידות, דאך האט ער געשעצט און רעספעקטירט זיין זון וואס האט באשלאסן זיך יא אריינצולייגן אין חסידות....
ווייל ס'גייט זיין א בילד פון אים אן א בארד וכו'..
דעריבער איז נישט שייך צו שרייבן בלויז אז ער איז נישט געווען
'אריינגעטאן אין חסידות' כ'מיין אז די אויסדרוק פון נו גוט נו שוין איז פיין פאר דעם
איך וועל עס טאקע לכאורה נוצן
אבער ייש"כ ממילא
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג פעברואר 10, 2019 12:28 am
אפשר: כאטש אונזער חשוב'ער פאטער ז"ל איז נישט נתחנך געווארן על ברכי החסידות - קומענדיג פון א שטרענג-רעליגיעז, אבער נישט חסידי'שע שטוב - דאך האט זיין טאטע ר' ראובן ז"ל ארויסגעוויזן אפענע סימפאטיע צו זיין זונ'ס באשלוס, ווען ער האט זיי געמאלדן איבער זיין התקרבות לאור החסידות. עפעס אזוי. מאכט סענס?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו " (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח) .
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך שטאלצער יוד » זונטאג פעברואר 10, 2019 12:44 am
די זיידע ז"ל האט געפירט א גאר ערליך לעבן, מיט אסאך מסירת נפש פאר אידישקייט. אין יענע יארן איז דאס אליין אנגעגומען מיט זעלטענע שוועריגקייטן, ווי באקאנט. און ווען די טאטע ז"ל האט באשלאסן צו גיין נאך העכער, און געגאנגן זיך ווייקן ביים רבי .........זי"ע, האט די זיידע זיך גאר געפרייט, און עם גשטיצט אויף טריט און שריט, און ער האט געהאט פיל הנאה צו זעהן ווי זיינע קינדער שטעלן צוריק א פולזאמע חסידש לעבן.
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079 זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צו געזונט » זונטאג פעברואר 10, 2019 12:46 am
דער זיידע האט געפירט גאר א שטרענגע פרומע היים און די קינדער זיינען געווארען צוגעטשעפעט צו דעם חסידישן לעבנס שטייגער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
איך און מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2022 9:34 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך איך און מיך » דינסטאג יוני 07, 2022 5:32 am
פיהל אידישע שפריכווערטער קומען פון פארצייטענס מיט טיפע באדייטונגען און צומאל מערערע פון פארשידענע מקורות הייליגע אדער פארקערט(צ''ב משכילישע) טיילמאל איבערגענומען ווי עס שטייט און גייט (איינער ווייסט עפעס איבער דעם שפריכווארט?) פון די גוי'שע שכנים לויט לענדער, שפראכן און אומשטענדן וואו אויך צוליב פארשידנארטיגע הינטערגרונדען איך וועל ארויפלייגן דאס ערשטע און לאמיר זעהן ווי די זאכן וועלן פאהרן איך האף אז עס וועט איינעם אינטערעסירען1)נישט געשטויגן און נישט געפלויגן באדייט. א אומריכטיג זאךמקור. אידן אין די קריסטליכע לענדערהינטערגרונד. קומט אפצושפאטן פון זייער גלויבן אז זייער שמייליגער איז ארויפגעשטיגען פליעדיגעהייט אין הימל נאכן געקרייצט ווערן א מעשה וואס איז פארשטייט זיך נישט געשטויגן און נישט געפלויגן
ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין יא איהם
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2146 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פיפיות » דינסטאג יוני 07, 2022 7:38 am