בלאט 1 פון 1

כתב רש"י - היסטאריע

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:19 pm
דורך שוועמל
ווען האט זיך אנגעהויבן די כתב רש"י און פארוואס?

און וואס איז פשט פון דער נאמען נאך רש"י?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 12:35 pm
דורך באנקיר
בערך 15 יאר צוריק האט געזאלט ארויסקומען א חומש מיט צוויי רעוואלוציעס, רש"י באותיות מרובעות און אונטן אויף יעדן בלאט די חלק הנגלה פון זוהר אויף די פסוקים איבער געטייטשט אויף א גרינגע לשה"ק.
האבן זיי אויסגעלייגט דוגמאות אין די בתי מדרשים, אין די הקדמה האבן זיי דארט מסביר געווען אז אין די ערשטערע דפוסים, איז רש"י אויך געווען באותיות מרובעות, נאר הערשט יארן שפעטער האט עס א דריקער געטוישט אויף די רש"י אותיות, און פארדעם ווערט עס אנגערופן רש"י אותיות ווייל די רש"י איז געווען די ערשטע ספר וואס מען האט געדריקט מיט די אותיות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 2:20 pm
דורך חרמש בקמה
כתב רש"י אותיות איז אייגענטליך די ספרד'ישע כתב משיטא (פארהאן עטליכע ספרד'ישע כתבי משיטא). און דער טעם פארוואס מען רופט עס כתב רש"י איז ווי באנקיר האט געשריבן.
די חכמי הספרדים שרייבן מיט דעם דאזיגן כתב ביז היינטיגן טאג.
דוגמא פון א ספרד'ישן כתב משיטא (אביסל אנדערש פון כתב רש"י):

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 2:23 pm
דורך קארל
חרמש בקמה האט געשריבן:דוגמא פון א ספרד'ישן כתב משיטא (אביסל אנדערש פון כתב רש"י):

עס איז נישט אנדערש ווי כתב רש"י, נאר אנדערש ווי די היינטיגע כתב רש"י. אז איר וועט קוקן אויף עלטערע דרוקן פון כתב רש"י וועט איר זען אז עס איז ממש ווי אין דעם כתב יד וואס איר האט צוגעברענגט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 2:26 pm
דורך חרמש בקמה
הרב יוסף אביב"י (חוקר כתבי קבלה) האט מיר באוויזן לפחות נאך צוויי סארטן אויסער די דאזיגע, אז עס וועט מיר זיך מאכן צייט וועל איך אי"ה זיי ארויפברענגען דא.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 4:27 pm
דורך אויפריכטיג
חרמש בקמה האט געשריבן:כתב רש"י אותיות איז אייגענטליך די ספרד'ישע כתב משיטא (פארהאן עטליכע ספרד'ישע כתבי משיטא). און דער טעם פארוואס מען רופט עס כתב רש"י איז ווי באנקיר האט געשריבן.
די חכמי הספרדים שרייבן מיט דעם דאזיגן כתב ביז היינטיגן טאג.
דוגמא פון א ספרד'ישן כתב משיטא (אביסל אנדערש פון כתב רש"י):

וואס איז אייגענטליך דער אפטייטש פון "משיטא"?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 6:10 am
דורך חרמש בקמה
וואס דער אפטייטש ווייס איך נישט. זעהט אויס אז עס נעמט זיך פון פרעמדע שפראכן, משיט"א, מעשי"ט, מאש"ק, אלמדבד"ב. עי' תשב"ץ ח"א סי' ח', ובמנח"י ח"ט סי' ה'.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 3:06 pm
דורך רב טקסט
פשטות רופט מען עס כתב רש"י ווייל די קינדער לערנען עס צו ערשט אויף צום לערנען רש"י.

ואגב אורחא לענין דרוקן רש"י באותיות מרובעות אויב וואלט עס געווארן אנגענומען וואלט געווארן א פראבלעם שפעטער ווען מ'קומט צו לערנען ספרים בכתב רש"י ווייל מ'וועט עס נישט געהעריג לערנען מיט די קינדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 3:21 pm
דורך והוא פלאי
עס איז כדאי דא ארויסצוברענגן א דבר פשוט, אז קיינער האט זיך נישט אוועקגעזעצט אויפטראכטן א נייע כתב, נאר דאס איז א כתב וואס איז במשך הדורות נשתרבב געווארן פון שנעל שרייבן געהעריגע אותיות, וכדאי לעיין איך נשתרבב כל אות ואות,
והסיבה שהרש"י הראשון נדפס כך, יש אומרים משום קדושת האותיות, אבל כנראה שהטעם הפשוט, ווייל מען האט געשפארט טינט און פלאץ, ווייל די אותיות זענען אסאך דינער,
דוגמא אחד אציין, שהזנב למטה ברש"י סמ"ך וכן בשי"ן בא מכתב וועליש, שעומד על חוד, והזנב הוא במקום החוד, וד"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 2:24 am
דורך רב טקסט
אין די אלטע ספרים פון ממש די ערשטע דרוקן איז נישטא קיין גרויסע חילוק אין די עובי האותיות צווישן אותיות מרובעות און כתב רש"י, בפשטות האט מען עס געדרוקט פונקט ווי ס'איז געווען אין די כתבי יד ביז דעמאלט'ס, וואס מ'פלעגט שרייבן אלעס (חוץ תנ"ך און סידורים) בכתב רש"י וואס שרייבט זיך גרינגער כמו שכתבת אז די גאנצע מציאות פון די אותיות קומט פון שרייבן שנעל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 24, 2010 8:42 am
דורך והוא פלאי
צייל אפ וויפיל אותיות גייען אין א שורה, פון ביידע דרוקען די זעלבע סייז, ותתפלא
ועוד, עס איז גריגערע אותיות צו שניצן האלץ אדער אייזען פון דעם,
וכידוע כאשר עשו אותיות מרובעות בדורות הקודמים השתדלו שיהי' כשר ע"פ הלכה, וע"פ רוב הוא כתב וועליש, כי הי' באותם המדינות, ועד כדי כך שהדעת קדושים מביא ראי' על כשרות איזה אותיות מאותיות איזה דפוסים, וממילא כתב שכתבו, לא הי' קאמפלאצירט כל כך