אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסי בן דוד
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2021 11:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך יוסי בן דוד » מוצ"ש מארטש 13, 2021 9:26 pm

שכח!
אין די טונקל זעט מען נישט קיין טונקלקייט, מען זעט פשוט נישט. ווען מ'זעט טונקלקייט מיינט עס אז עס איז ליכטיג, נאר עפעס פארשטעלט עס.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:21 pm

פריער אדער פריערד ?
וואס איז פשט אז די זרעליס זאגן פריערד מיט די ד' ביים ענדע ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:32 pm

eller האט געשריבן:פריער אדער פריערד ?
וואס איז פשט אז די זרעליס זאגן פריערד מיט די ד' ביים ענדע ?

ווארשיינליך א טעות, פונקט ווי אסאך אנדערע פארגרייזטע ווערטער, פון די 'באקוועמט' משפחה.
'מאנדרא' איז אויך פונעם זעלבן שורש.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:48 pm

קענטאקי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פריער אדער פריערד ?
וואס איז פשט אז די זרעליס זאגן פריערד מיט די ד' ביים ענדע ?

ווארשיינליך א טעות, פונקט ווי אסאך אנדערע פארגרייזטע ווערטער, פון די 'באקוועמט' משפחה.
'מאנדרא' איז אויך פונעם זעלבן שורש.

אלע ירושלימע זאגן און אפילו שרייבן פריערד..
לגי מאנדרא איז מיר זייער מאדנע ווי איז אריינגעקומען די ד ?נישט די נ' און נישט די ר' האבן א ד' סאוינט. קען מיר איינער מסביר זיין די פשט פון די טעות ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך מארטש 17, 2021 1:01 pm

eller האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פריער אדער פריערד ?
וואס איז פשט אז די זרעליס זאגן פריערד מיט די ד' ביים ענדע ?

ווארשיינליך א טעות, פונקט ווי אסאך אנדערע פארגרייזטע ווערטער, פון די 'באקוועמט' משפחה.
'מאנדרא' איז אויך פונעם זעלבן שורש.

אלע ירושלימע זאגן און אפילו שרייבן פריערד..
לגי מאנדרא איז מיר זייער מאדנע ווי איז אריינגעקומען די ד ?נישט די נ' און נישט די ר' האבן א ד' סאוינט. קען מיר איינער מסביר זיין די פשט פון די טעות ?

דער טעות פאסירט בעיקר ביי קינדער פאר וועמען דאס ווארט "מאנרא" איז אביסל שווער ארויסצוזאגן. דער ד' קומט דארט זייער גוט אריין, ס'זאגט זיך נאטירליך 'מאנדרא'.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זענדל » מיטוואך מארטש 17, 2021 6:43 pm

eller האט געשריבן:
אלע ירושלימע זאגן און אפילו שרייבן פריערד..

אפשר פריערט
אבער נאר זאגן
שרייבן - לא ראיתי

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 10:35 am

זענדל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
אלע ירושלימע זאגן און אפילו שרייבן פריערד..

אפשר פריערט
אבער נאר זאגן
שרייבן - לא ראיתי

יעך האט שוין געטראפן אסאך מאל עס שרייבן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג אפריל 06, 2021 7:26 pm

וויאזוי שרייבט מען 'שאלט'?
לדוגמה ווען איינער איז שטארק בשמחה און ער "שאלט פאר שמחה און פרייד"

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אפריל 06, 2021 7:30 pm

איפה פייביש האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען 'שאלט'?
לדוגמה ווען איינער איז שטארק בשמחה און ער "שאלט פאר שמחה און פרייד"

''שאלט''. זייער גוט געשריבן.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג אפריל 06, 2021 7:54 pm

קענטאקי האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען 'שאלט'?
לדוגמה ווען איינער איז שטארק בשמחה און ער "שאלט פאר שמחה און פרייד"

''שאלט''. זייער גוט געשריבן.

ישר כח! איך בין פשוט נישט געווען זיכער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:08 pm

קענטעניס אדער קענטעניש?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:15 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:קענטעניס אדער קענטעניש?

קענטעניס.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך למדן וצדיק » מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:47 pm

קענטאקי האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:קענטעניס אדער קענטעניש?

קענטעניס.

ייש"כ!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:21 pm

האט שוין עמיצער דא פשוט געווען די איבעיא וואס איז ריכטיגער?
האבן מיר \ האמיר
זענען מיר \ זעמיר

אינעם בוך פון א. ראטה עקזעסטירט נישט אזעלכע ווערטער, די שאלה איז צו ס'איז א ריכטיגע שארטקאט אדער נישט.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:47 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:האט שוין עמיצער דא פשוט געווען די איבעיא וואס איז ריכטיגער?
האבן מיר \ האמיר
זענען מיר \ זעמיר

אינעם בוך פון א. ראטה עקזעסטירט נישט אזעלכע ווערטער, די שאלה איז צו ס'איז א ריכטיגע שארטקאט אדער נישט.

''האמיר'' און ''זעמיר'' זענען נישט קיין ריכטיגע ווערטער פון בוך, ס'איז א קיצור וואס מ'נוצט ביים רעדן אדער אפי' ווען מען שרייבט אויף אייוועלט, וועסט עס נישט זען אין א פראפעסיאנאלע אויסגאבע.

מעגליך אז ביז אפאר יאר וועט מען אפיציעל אנהייבן שרייבן אזוי - לויט וויאזוי אזעלכע סארט אויסדרוקן ווערן נארמאליזירט במשך השנים.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:02 pm

געוויסע שרייבן יא 'האמער אים געכאפט', 'זעמער איינגעגאנגען דערויף', אבער נאר אזעלכע סארט טאגבוך ארטיקלען וואס באשרייבן נסיעות און איבערלעבענישן און די שרייבער ווילן זיך האלטן ארגינעל און צומאל אויך געשמאק...

און ווי קענטאקי זאגט, ביז 5 יאר גייט דאס זיין די שפראך.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:15 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געוויסע שרייבן יא 'האמער אים געכאפט', 'זעמער איינגעגאנגען דערויף', אבער נאר אזעלכע סארט טאגבוך ארטיקלען וואס באשרייבן נסיעות און איבערלעבענישן און די שרייבער ווילן זיך האלטן ארגינעל און צומאל אויך געשמאק...

און ווי קענטאקי זאגט, ביז 5 יאר גייט דאס זיין די שפראך.

א דאנק פאר דיין תגובה.
כ'האב באמערקט אז דו האסט געשריבן 'האמער' און נישט 'האמיר', בכוונה?
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:42 pm

ווען מ'עטאבלירט א נייעם סיסטעם, שטעלט מען עס איין. וועט מ'נעמט אויף אן ארבעטער, שטעלט מען אים אָן.

א סיסטעם איז איינגעשטעלט; אן ארבעטער איז אן אָנגעשטעלטער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:41 pm

גרשון האט געשריבן:ווען מ'עטאבלירט א נייעם סיסטעם, שטעלט מען עס איין. וועט מ'נעמט אויף אן ארבעטער, שטעלט מען אים אָן.

א סיסטעם איז איינגעשטעלט; אן ארבעטער איז אן אָנגעשטעלטער.

ביי וועמען ביסטו איינגעשטעלט? וויפיל איינגעשטעלטע האט ער?... עולם נהוג צו רעדן מיט א פתח, נישט א קמץ.

וויאזוי שרייבן טאקע די צייטונגען/מאגאזינען? (דער איד שרייבט אנגעשטעלט, די אנדערע?)

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך זאג א גוטס » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:48 pm

אפשר איז עס אַנגעשטעלט מיט א פתח אונטערן א'?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:52 pm

מ'זאגט עס טאקע מיט א פתח, אבער ארגינעל איז עס א קמץ. דאס איז ווייט נישט דער איינציגער אזא פאל. ס'מאכט למעשה נישט אזוי אויס פאר רוב היימישע שרייבערס, וועלכע מאכן ממילא נישט נקודות.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט