בארייכערט אייער וואקאבולאר

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 6:49 pm

מאכט זיך אמאל איינער באגעגנט זיך מיט א גוט ווארט וואס געוויסע ווייסן נישט, וועט ער עס דא קענען שרייבן. זאלן אנדערע, בפרט שרייבערס, ליינען און אויפבויען זייער וואקאבולאר.

אן איינצלנע ווארט קען צומאל צונוץ קומען גאר שטארק. סיי מ'זאל האבן דעם גענויעם אויסדרוק און נישט דארפן זאגן "the thing to connect the thing to the thing", און סיי אלס א סינאנים צו מאכן דעם פאראגראף זאפטיגער און געשמאקער.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג ינואר 05, 2021 11:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 6:51 pm

לעקסיקאגראפיע = די ארבעט פון צוזאמשטעלן א ווערטערבוך.

לעקסיקאן = שפראך; גראפיע = שרייבן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 7:13 pm

ס'זענען פארהאן צוויי סופיקסן ענליך אין באדייט און ענליך און שריפט, וואס ברענגט אז מאנכע זאלן אויפמישן צווישן די צוויי: -טור (אין ענגליש ture-) און -טאר (-tor).

-טאר ניצט מען ביי א מענטש מיט א געוויסער פאזיציע. א קאנדאקטאר, א דיקטאטאר, א לעגיסלאטאר, א גיבערנאטאר, א דאקטאר (אדער דאקטער), אא"וו.

-טור איז די פאזיציע זעלבסט. אן אגענטור, א סקולפטור, א קאנדידאטור, אא"וו. א לעגיסלאטאר דינט אין דער רעגירונג'ס לעגיסלאטור, א דיקטאטאר פירט א דיקטאטור (dictatorship), און א דאקטאר באזיצט א דאקטור(אט).
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:18 pm

לייק!

איך ווארט אויף נאך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 04, 2021 11:17 pm

נאך א ווארט פאר מגן-דוד איז "העקסאגראם". דאס איז דער ארגינעלער נאמען פאר א זעקס שפיציגער שטערן.

דאס זענען אלץ גריכיש אפשטאמיגע ווערטער. טייל זענען מער שכיח אינעם טאג-טעגליכן באנוץ און אנדערע ווייניגער. ס'קרענקט אבער ווען עמיצער רופט אן "אקטאגראם" "א סטאפ-סיין פארעם"...

לאמיר זיך לערנען אביסל גריכיש.

צום ערשט צוויי ווערטער: "גראַם" איז א ליניע, און "גאָן" איז אן עק.

יעצט ווען עמיצער זוכט א שטערן מיט א געוויסן צאל שפיצן (וואס ווערט געמאכט דורכ'ן זעלבן צאל ליניעס, זע בייגעלייגטע בילדער), אדער א קעסטל מיט א געוויסן סכום עקן, דארף ער אנפאנגען מיט'ן נומער, און דערנאך צולייגן "גראם" פאר ליניע אדער "גאן" פאר עק.

5 -- "פענטאַ". דערפון האבן מיר א "פענטאגאן" און א "פענטאגראם" (דאס אלגעמיינע פינף שפיציגע שטערנדל).
6 -- "העקסאַ". דערפון האבן מיר א "העקסאגאן" און א "העקסאגראם".
7 -- "העפטאַ". דערפון האבן מיר א "העפטאגאן" און א "העפטאגראם".
8 -- "אָקטאַ". דערפון האבן מיר אן "אקטאגאן" און א "אקטאגראם".
9 -- "אַניאַ". דערפון האבן מיר אן "אניאגאן" און אן... "אניאגראם".
10 -- "דעסא". דערפון האבן מיר א "דעסאגאן" און א "דעסאגראם".
11 -- "הענדעקאַ". דערפון האבן מיר א "הענדעקאגאן" און א "הענדעקאגראם".
12 -- "דאָדעקאַ". דערפון האבן מיר א "דאדעקאגאן" און א "דאדעקאגראם".

ותן לחכם ויחכם עוד... דער צאל פארמען וואס זענען דא אין געאמאטריע איז ענדלאז. מ'קען אויך זאגן "א צוועלף שפיציגער שטערן", אבער ביי גאנגבארע פארמען איז בעסער צו ניצן דעם פאסיגן ווארט.

octagram.PNG
octagram.PNG (9.96 KiB) געזעהן 674 מאל
hexagram.PNG
hexagram.PNG (5.65 KiB) געזעהן 674 מאל
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג ינואר 05, 2021 11:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 05, 2021 8:52 am

יישר כח, מיר האבן זייער הנאה.

איבער די עקען, האסטו געשריבן פון פינף און ארויף, אין די גמ' ווערט געברענגט פון פינף און אראפ:

ת"ר: הריני נזיר - הינא,

סומכוס אמר: הינא - אחת,

דיגון - שתים,

טריגון - שלש,

טטריגון - ארבע,

פנטיגון - חמש.

תנו רבנן: בית עגול, דיגון, טריגון, פנטיגון - אינו מטמא בנגעים, טטריגון - מטמא בנגעים (בבא בתרא קס"ד ע"ב)


דער מאירי שרייבט שוין דארט אויפן פלאץ אז דאס אלעס איז לשון יוני.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:25 am

זייער אן אינטרעסאנטער אשכול
יש"כ גרשון פאר'ן פותח זיין
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:06 pm

זייער אינטערעסאנט ר' גרשון.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג ינואר 05, 2021 6:01 pm

פרינדזשעס.. האט געשריבן:זייער אן אינטרעסאנטער אשכול
יש"כ גרשון פאר'ן פותח זיין
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 7:38 pm

נאך א ווארט פאר "קען עפענער" (can opener) איז "אויפבלעכלער".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 8:21 pm

האָמאָגען (אין ענגליש homogeneous) = עפעס וואס איז פונעם זעלבן מין.

האמא באדייט אין גריכיש "דאס זעלבע", און גענע איז "מין".

דאס ווארט קען אויך ערשיינען אלס האמאגענירט (homogenized), מיינענדיג ווען מ'האט געמאכט צוויי זאכן זאלן זיין די זעלבע. דאס איז א באניצטער טערמין אין כעמיסטריע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג ינואר 10, 2021 10:14 pm

.
צוגעלייגטע
Screenshot 2021-01-10 221303.png
Screenshot 2021-01-10 221303.png (236.99 KiB) געזעהן 526 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:54 pm

איבער די שפאלטנס פון אייוועלט, און אונזער געמיינדע אין אלגעמיין, איז דער ציבור צוטיילט אין די לעצטערע יארן צווישן די וואס זוכן צו גיין אין שפאן, זייערע מיינונגען זענען על פי רוב ווי דער שוואונג, און אנדערע וואס האבן ליב צו זיין אומאפהענגיג, זעלבסשטענדיג, און אפילו דווקא פארקערט ווי די אנגענומענע נארמעס.

די צווייטע גרופע ווערט באטיטלט אלס אנטי-עסטעבלישמענט, קאנספיראציע טעאריקערס, וכל שם וחניכא דאית לה. ווי אזוי הייסן די מיטגלידער פון דער ערשטער גרופע?

קאנפארמיסטן.

קאנפארמיזם (conformity) באדייט זיך צופאסן און פרובירן זיין גלייך צו אלעמען, האלטן וואס דער ציבור האלט און זיך פירן ווי דער רוב פירט זיך. ווען איינער האלט מיט מיט'ן דעת הקהל, איז ער קאנפארמיסטיש, און ווען דאס איז זיין אנגענומענער מהלך, איז ער א קאנפארמיסט. די אנטי-עסטעבלישמענט חברה זענען אלזא אומקאנפארמיסטיש אדער אנטי-קאנפארמיזם.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 11, 2021 3:04 pm

גרשון האט געשריבן:האָמאָגען (אין ענגליש homogeneous) = עפעס וואס איז פונעם זעלבן מין.

האמא באדייט אין גריכיש "דאס זעלבע", און גענע איז "מין".

דאס ווארט קען אויך ערשיינען אלס האמאגענירט (homogenized), מיינענדיג ווען מ'האט געמאכט צוויי זאכן זאלן זיין די זעלבע. דאס איז א באניצטער טערמין אין כעמיסטריע.

אסאך מאל הער איך די אויסדרוק "הומאנגעס" אויף א זאך וואס איז זייער גרויס, איז עס פונעם זעלבעם מקור?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 11, 2021 3:58 pm

אומפיקאנט = corny.

אומפעליג (infallible) = איינער וואס מאכט קיינמאל נישט קיין טעותים.

@נא_שכל, איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 11, 2021 4:17 pm

האביך אליינס נאכגזוכט, זעט אויס אז ס'דא א חילוק מיט איין אות

Definition of humongous

: extremely large : huge

a humongous building

humongous amounts of money
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 11, 2021 7:01 pm

נא_שכל האט געשריבן:האביך אליינס נאכגזוכט, זעט אויס אז ס'דא א חילוק מיט איין אות

Definition of humongous

: extremely large : huge

a humongous building

humongous amounts of money

ריכטיג. ס'איז גראדע מער ווי איין אות אנדערש. מ'זאגט אויך אנדערש דעם G -- אין homogeneous איז עס דזש, און אין humongous איז עס ג.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:20 pm

פעאדאליזם (feudalism).

אזוי ווערט אנגערופן דער עקאנאמישער און פאליטישער צושטאנד וואס האט געהערשט אין אייראפע דורכאויס דעם מיטלאלטער, מיט א קעניג ביים שפיץ, דערנאך אדללייט, פריצים, און צום לעצט די פויערן וועלכע זענען געווען פאקטיש ווי קנעכט פאר די פריצים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך מחשב » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:30 pm

גרשון האט געשריבן:אומפיקאנט = corny.

אומפעליג (infallible) = איינער וואס מאכט קיינמאל נישט קיין טעותים.

@נא_שכל, איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט.

וואס איז דער באדייט פון "פיקאנט" אליין?
--

איך ליין יעדע תגובה מיט דארשט. א דאנק פאר אלע פון זיי.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:00 pm

גרשון האט געשריבן:אומפיקאנט = corny.

אומפעליג (infallible) = איינער וואס מאכט קיינמאל נישט קיין טעותים.

@נא_שכל, איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט.

אומפעליג וואלט איך געמיינט איז א טשעק אן אן אונטערשריפט...

א דאנק, האב זייער הנאה דא
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:28 pm

מחשב האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אומפיקאנט = corny.

אומפעליג (infallible) = איינער וואס מאכט קיינמאל נישט קיין טעותים.

@נא_שכל, איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט.

וואס איז דער באדייט פון "פיקאנט" אליין?
--

איך ליין יעדע תגובה מיט דארשט. א דאנק פאר אלע פון זיי.

בוכשטעבליך מיינט עס spicy (געווירציג? באווירצט?), אבער מ'קען עס אויך ניצן אלס סינאנים צו אינטערעסאנט. די פארבינדונג איז לכאורה פשוט.

https://www.google.com/search?q=piquant ... e&ie=UTF-8
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מיטוואך ינואר 13, 2021 2:04 pm

אנדרוגינוס, וואס מ'טרעפט אסאך אין משנה, איז א צוזאמשטעל פון די צוויי גריכישע ווערטער "אנדאָ" -- זכר, און "גינע" -- נקיבה (תפארת ישראל בכורות פ"ו אות ק').

א גינעקאלאג (gynecologist) איז א פרויען-דאקטער; אן אנדאאלאג איז א מענער-דאקטער.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

תנא-קמא
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך ינואר 13, 2021 2:46 pm

נא_שכל האט געשריבן:
ת"ר: הריני נזיר -
פנטיגון - חמש.

תנו רבנן: בית עגול, דיגון, טריגון, פנטיגון - אינו מטמא בנגעים, טטריגון - מטמא בנגעים (בבא בתרא קס"ד ע"ב)


דער מאירי שרייבט שוין דארט אויפן פלאץ אז דאס אלעס איז לשון יוני.


Wow! Never knew that the Pentagon is already !mentioned in the Talmud

Thank you both for a very informative Eshkol.
בס"ד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך גרשון » מוצ"ש ינואר 16, 2021 10:15 pm

וויגברעט = seesaw.

שווארעם (swarm) = א געדיכטע מאסע. אין דער וואכנדיגער סדרה: א שווארעם היישעריקן האט זיך אראפגעלאזט איבער מצרים.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום מוצ"ש ינואר 16, 2021 10:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

תגובהדורך פרישע קוגל » מוצ"ש ינואר 16, 2021 10:19 pm

;l;p-
שכח ר'גרשון
זייער שטארק הנאה
מיט אזאנע העיט וואס ס'איז דא אנטקעגן רבנים, דיינים, עסקנים, און אלע וואס ווילן אויפטון פאר יודן, בלייבט נאר איבער צו גיין ארבעטן, מאכן געלט, און טיילן אסאך צדקה.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט