וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 22, 2020 2:10 pm

בן יהודה שר"י האט געהאט א לאזונג. ת'שניים תשבר ועברית תדבר. עס איז נאר געווען אז די אלע חלוצים זיינען געווען פון אייראפעאישן אפשטאם און אידיש איז זיי נאך אלס געווען גרינגער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3937
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג יוני 22, 2020 2:33 pm

צו געזונט האט געשריבן:בן יהודה שר"י האט געהאט א לאזונג. ת'שניים תשבר ועברית תדבר. עס איז נאר געווען אז די אלע חלוצים זיינען געווען פון אייראפעאישן אפשטאם און אידיש איז זיי נאך אלס געווען גרינגער


ווייסעך נישט צי ער האט דאס בכלל געזאגט, אבער אזוי זיכער נישט. ווארום דער סלענגיגע ת' אנשטאט 'את' איז אסאך א שפעטערע ערשיינונג.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 8:03 pm

אז דער עולם הייבט זיך אן ארויסציען (?) צו אנדערע שטאטן, דארף מען צופאסן א ווארט פאר די איינוואוינער פון די אלע שטאטן (demonym).

אין אריזאנע וועלן וואוינען די אריזאנער אידן. אין פלארידע די פלארידער, אדער מעגליך די פלארידאנער. די פראבלעם שאפט זיך מיט די אידן פון אינדיאנע. ווי אזוי וועט מען זיי רופן, אינדיאנער? דער נאמען איז שוין רעזערווירט. כ'ווייס, מ'קען שרייבן "די אידן פון אינדיאנע", אבער אויב וועט זיך דער ארטיגער יישוב אנטוויקלען, וועט דאס נישט זיין קיין תכלית.

אינטערעסאנט, אין ענגליש זענען די איינוואוינער פון אינדיאנע "Hoosier", וועלכע ווערט ארויסגעזאגט "הוזשער". אפשר קען דאס זיין אן אפציע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 29, 2020 8:06 pm

גרשון האט געשריבן:אז דער עולם הייבט זיך אן ארויסציען (?) צו אנדערע שטאטן, דארף מען צופאסן א ווארט פאר די איינוואוינער פון די אלע שטאטן (demonym).

אין אריזאנע וועלן וואוינען די אריזאנער אידן. אין פלארידע די פלארידער, אדער מעגליך די פלארידאנער. די פראבלעם שאפט זיך מיט די אידן פון אינדיאנע. ווי אזוי וועט מען זיי רופן, אינדיאנער? דער נאמען איז שוין רעזערווירט. כ'ווייס, מ'קען שרייבן "די אידן פון אינדיאנע", אבער אויב וועט זיך דער ארטיגער יישוב אנטוויקלען, וועט דאס נישט זיין קיין תכלית.

אינטערעסאנט, אין ענגליש זענען די איינוואוינער פון אינדיאנע "Hoosier", וועלכע ווערט ארויסגעזאגט "הוזשער". אפשר קען דאס זיין אן אפציע.

פארוואס נישט 'אינדיאנעזער', אזוי ווי כינעזער?
אפשר איז עס צו לאנג, און אומבאקוועם

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 29, 2020 8:14 pm

ווייל אינדיאנעזיע איז אויך א לאנד פאר זעך...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 29, 2020 8:18 pm

צו געזונט האט געשריבן:ווייל אינדיאנעזיע איז אויך א לאנד פאר זעך...

מיט א קמץ און אן א יוד, און כ'מיין אויך אן יודן...

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 8:30 pm

צו געזונט האט געשריבן:ווייל אינדיאנעזיע איז אויך א לאנד פאר זעך...

אבער זיי זענען די אינדאנעזיער -- א טראפ אנדערש.

אינדיאנעזער קוקט סתם אזוי אויס אומבאלומפערט, אזוי ווי @אור אייניקל שרייבט. ס'שפירט זיך מער ווי נעזער אימפארטירט פון אינדיע... כ'ווייס אויך נישט צו מ'קען ארויסלערנען פון כינע, וויבאלד ס'איז א יוצא מן הכלל (אינאיינעם מיט יאפאנעזער און פארטוגעזער -- אזוי ווי די ענגלישע Chinese, Japanese און Portuguese). פונקט ווי מ'וועט זיי נישט רופן אינדיאנויזן, ווי פראנצויזן, אדער אינדיאנאקן, ווי פאליאקן...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 29, 2020 9:12 pm

מ'וועט מוזן שרייבן די אידן פון אינדיאנע
אסדר פאר ראש הקהל!!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 9:24 pm

השתא דאתית להכי וויאזוי זאגט מען אידן פון:
מעסעעטשוסעטס (למשל פיטספילד אדער קעימברידש וכדו' נישט באסטאנער)
איידעהא
דעלעווער
נעוואדע
וכו' מסתמא דא נאך וואס האבן נישט קיין געגאסענע

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 9:39 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:השתא דאתית להכי וויאזוי זאגט מען אידן פון:
מעסעעטשוסעטס (למשל פיטספילד אדער קעימברידש וכדו' נישט באסטאנער)
איידעהא
דעלעווער
נעוואדע
וכו' מסתמא דא נאך וואס האבן נישט קיין געגאסענע

ס'איז טאקע נישט ראטזאם צו ניצן א ווארט וואס וועט שטעכן אין די אויגן. הגם איידאהער, דעלעווער, און נעוואדער קוקן אויס גאנץ גוט.

אין ענגליש איז דא אויף יעדן שטאַט אן אפיציעלן וועג. זע דא.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 9:43 pm

גרשון האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:השתא דאתית להכי וויאזוי זאגט מען אידן פון:
מעסעעטשוסעטס (למשל פיטספילד אדער קעימברידש וכדו' נישט באסטאנער)
איידעהא
דעלעווער
נעוואדע
וכו' מסתמא דא נאך וואס האבן נישט קיין געגאסענע

ס'איז טאקע נישט ראטזאם צו ניצן א ווארט וואס וועט שטעכן אין די אויגן. הגם איידאהער, דעלעווער, און נעוואדער קוקן אויס גאנץ גוט.

אין ענגליש איז דא אויף יעדן שטאַט אן אפיציעלן וועג. זע דא.

מיינסט דעלעווערער? און איידעהאער?

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 10:40 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:השתא דאתית להכי וויאזוי זאגט מען אידן פון:
מעסעעטשוסעטס (למשל פיטספילד אדער קעימברידש וכדו' נישט באסטאנער)
איידעהא
דעלעווער
נעוואדע
וכו' מסתמא דא נאך וואס האבן נישט קיין געגאסענע

ס'איז טאקע נישט ראטזאם צו ניצן א ווארט וואס וועט שטעכן אין די אויגן. הגם איידאהער, דעלעווער, און נעוואדער קוקן אויס גאנץ גוט.

אין ענגליש איז דא אויף יעדן שטאַט אן אפיציעלן וועג. זע דא.

מיינסט דעלעווערער? און איידעהאער?

איידעהא-איידעהער איז אזוי ווי קאנאדע-קאנאדער און פלארידע-פלארידער.

דעלעווער איז טאקע א שאלה. ווי אזוי זאגט מען, טשענגער רב אדער טשענגערער רב? אלנפאלס, דעלעווערער וואלט איך מיך נישט געזוכט צו שרייבן, סיידן דער עולם ציט זיך טאקע אהין און ס'ווערט א גאנגבאר ווארט. (פיקאנט: אין קאנאדע איז דא א פראווינץ "סאַסקאַטשוואַן", און די ארטיגע איינוואוינער זענען "סאַסקאַטשוואַניענס".)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 29, 2020 10:44 pm

גרשון האט געשריבן:איידעהא-איידעהער איז אזוי ווי קאנאדע-קאנאדער און פלארידע-פלארידער.

דעלעווער איז טאקע א שאלה. ווי אזוי זאגט מען, טשענגער רב אדער טשענגערער רב? אלנפאלס, דעלעווערער וואלט איך מיך נישט געזוכט צו שרייבן, סיידן דער עולם ציט זיך טאקע אהין און ס'ווערט א גאנגבאר ווארט. (פיקאנט: אין קאנאדע איז דא א פראווינץ "סאַסקאַטשוואַן", און די ארטיגע איינוואוינער זענען "סאַסקאַטשוואַניענס".)

כ'כאפ נישט וואס דו שרייבסט וועגן איידעהא, ס'איז נישט דומה צי קענאדע, ווען דו שרייבסט איידעהער לאזטו אויס דעם "HO" א חוץ אויב דו זאגסט א געדאנק ווי 'טעקסען' פאר א טעקסעסאנער

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 10:49 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:איידעהא-איידעהער איז אזוי ווי קאנאדע-קאנאדער און פלארידע-פלארידער.

דעלעווער איז טאקע א שאלה. ווי אזוי זאגט מען, טשענגער רב אדער טשענגערער רב? אלנפאלס, דעלעווערער וואלט איך מיך נישט געזוכט צו שרייבן, סיידן דער עולם ציט זיך טאקע אהין און ס'ווערט א גאנגבאר ווארט. (פיקאנט: אין קאנאדע איז דא א פראווינץ "סאַסקאַטשוואַן", און די ארטיגע איינוואוינער זענען "סאַסקאַטשוואַניענס".)

כ'כאפ נישט וואס דו שרייבסט וועגן איידעהא, ס'איז נישט דומה צי קענאדע, ווען דו שרייבסט איידעהער לאזטו אויס דעם "HO" א חוץ אויב דו זאגסט א געדאנק ווי 'טעקסען' פאר א טעקסעסאנער

ווייסט דאך, כ'האב מורא פון הינט, זוך איך וואו כ'קען אויסלאזן דעם HO.

באמת, מ'לאזט נישט אויס דעם ה', בלויז דער וואקאל טוישט זיך. קאנאדע/קאנאדא שרייבן אויך אסאך מיט אן א' צום סוף, גלייך ווי אמעריקע/אמעריקא (וויבאלד אין ענגליש איז דא אן A).
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 30, 2020 7:46 am

גרשון האט געשריבן:באמת, מ'לאזט נישט אויס דעם ה', בלויז דער וואקאל טוישט זיך. קאנאדע/קאנאדא שרייבן אויך אסאך מיט אן א' צום סוף, גלייך ווי אמעריקע/אמעריקא (וויבאלד אין ענגליש איז דא אן A).

אין ענגליש לאזן זיי גראדע נישט אויס דעם O ס'איז טאקע Idahoan

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יוני 30, 2020 8:11 am

פלארידא גראדע רופן זיך ״פלארידיענס״ נישט פלעין פלארידער
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יוני 30, 2020 9:22 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:השתא דאתית להכי וויאזוי זאגט מען אידן פון:
מעסעעטשוסעטס (למשל פיטספילד אדער קעימברידש וכדו' נישט באסטאנער)
איידעהא
דעלעווער
נעוואדע
וכו' מסתמא דא נאך וואס האבן נישט קיין געגאסענע

מעסעטשוסעסער
איידעהאנער
דעלעווערער
נעוואדער

נעוואדער איז פונקט ווי נדבורנער, רחמסטריווקער, אפטער.

דעלעווערער דארף מען לכאורה צולייגן דעם 'ער' פונקט ווי סאטמארער.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יוני 30, 2020 9:23 am

קרייסלער האט געשריבן:פלארידא גראדע רופן זיך ״פלארידיענס״ נישט פלעין פלארידער

דו רעדסט אין ענגליש, דא רעדט מען פון אידיש.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יוני 30, 2020 9:51 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מעסעטשוסעסער
איידעהאנער
דעלעווערער
נעוואדער

נעוואדער איז פונקט ווי נדבורנער, רחמסטריווקער, אפטער.

דעלעווערער דארף מען לכאורה צולייגן דעם 'ער' פונקט ווי סאטמארער.

ס'פשט אויף ענגליש האבן זיי אזויפיל אנדערע וועגן ווי למשל:
טעקסען
ניו העמפשירייט
דעלעוועריען
מערילענדער
און האווייאי זעהט אויס שטימט נישט מיט קיינע פון די וועגן איז עס האווייאי רעזידענט..
איז עס א כלל אין לשון אדער אלס די באדייט פון די שטעט נעמען?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 30, 2020 1:44 pm

אזויווי מ'רופט די קאנאדער - קענעידישע
קען מען רופן די פון אינדיאנא - אינדיאנעינישע
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג יוני 30, 2020 2:22 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:אזויווי מ'רופט די קאנאדער - קענעידישע
און די ארצישראל'דיגע רופן די אמעריקאנער 'אמעריקאנישער'
קען מען רופן די פון אינדיאנא - אינדיאנעינישע

מ'קען אויך זאגן אינדיאנישע, ונו"ן אחד עולה לכאן ולכאן

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 30, 2020 2:26 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אזויווי מ'רופט די קאנאדער - קענעידישע
און די ארצישראל'דיגע רופן די אמעריקאנער 'אמעריקאנישער'
קען מען רופן די פון אינדיאנא - אינדיאנעינישע

מ'קען אויך זאגן אינדיאנישע, ונו"ן אחד עולה לכאן ולכאן

אינדיאנישע האט דאך די זעלבע פראבלעם ווי אינדיאנער, אלס אינדיע
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים


אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יולי 09, 2020 2:10 pm

KMW האט געשריבן:װאס איז מיט מישיגען, מישיגענער?

ברויכמען טאקע לייגן דעם דגוש אויפן 'מי' אין אנהויב
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארגאן און 2 געסט