וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קענטאקי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 11:20 am

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קימפעטארין איז ריכטיג, ווייל דאס איז היינט אין באנוץ. איך ווייס נישט וועגן דעם מקור, אבער אויב וועסטו רעדן מקורית'דיג וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט וואס דו רעדסט.

מ'ניצט יא אפט "ארבייטער" פאר לשון רבים, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז אזוי.

פארהעלטעניס מיינט באצוג (פראפארשן?), און פארהעלטניסמעסיג מיינט געמאסטן אין באצוג צו עפעס אנדערש = די ארומיגע פאקטן (פראפארשענאל/רעלאטיוו). [ביטע אויסקלארן אויב איך בין ראנג]

קימפעטארין איז זיכער ריכטיג, ווי דו שרייבסט. כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון דער השערה אז ס'קומט פון קינדבעטארין, און ס'איז מסתמא נישט אמת, ווייל אין דייטש זאגט מען אויך "קימפיטאַרין" (מיט אן F).

ארבייטער/ארבעטער האט זאג א גוטס געשריבן פארקערט ווי דיר, אז מיט אן ע' איז פאר א רבים. לכאורה איז עס דאס זעלבע ווארט נאר אין אן אנדערן דיאלעקט. היינט שרייבט מען איין ארבעטער און צוויי ארבעטערס.

פארהעלטניס האב איך קיינמאל נישט געהערט אז ס'מיינט אין באצוג, אבער ס'שטימט. דאכט זיך אז פראפארציע קומט נישט דא אריין. דאס ענגלישע ווארט פאר פארהעלטניסמעסיג איז relatively.

דארפסט נישט צוקומען צו דייטש. קימפעט איז א לאנגיעריגער באנוצטע אידישע ווארט, 'פעטארין' איז נישט קיין ווארט.

דער טעות קומט פון באלייכטנוגען, זיי זענען געווען געפערליך שוואך אין שפראך, און פלעגן אפט צוקומען צו אייגענע עם הארצ'ישע קאנקלוזשענס.
למשל בעיבי סיטער האבן זיי געשריבן "בעיביס היטער", וכדומה.

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 19, 2020 12:17 pm

בעבי'ס היטער איז נישט קיין טעות, איך גלייך די מליצה. זיי ווייסן אויך אז עס איז נישט אידיש ארגינעל.

די באלייכטונגען האט נישט קיין טעותים אין שפראך, זייער אידיש איז מסורה'דיג פון דורי דורות ירושלימער אידן. נאר מיט די נייע ווערטער האבן זיי א פראבלעם, וואס מיט דעם געבן זיי זיך אויך אן עצה ב"ה. מוזט נישט אלעס אננעמען ווי זיי, אבער זיי האבן נאך אזא מסורה אין שפראך ווי די מעלות וואס איז מלקט פון איבעראל און באשליסט כפי המצב.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

קענטאקי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 12:56 pm

באשליסן לפי המצב איז אויך א מסורה אין די אידישע שפראך.

בעיביס היטער איז גרייזיג, לשיטתו וואלט געקומען קינדער היטערין אדער עפעס אזוי.

דו האסט ווארשיינליך נישט געליינט צופיל באלייכטונגען, אז דו קענסט אזא זאך זאגן. איך פלעג יעדע וואך ערשטוינט ווערן פון פרישע שרעקליכע טעותים.

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 19, 2020 1:33 pm

דאכט זיך בעלייכטונגען. על כל פנים ווען איך פלעג עס ליינען אלס קינד.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

זאג א גוטס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג מאי 19, 2020 2:15 pm

מיר מאכט נערוועז אז זיי שרייבן טאלענט. אין אידיש זאגט מען טאלאנט.
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

קענטאקי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 19, 2020 3:06 pm

@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 19, 2020 4:58 pm

קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

בעלייכטונגען שרייבט קינד-פעטרין? מסתמא איז עס טאקע גרייזיג. אסאך פלעגן שרייבן קינפעטארין, קען זיין עמיצער האט געמאכט א פשט'ל אז ס'ליגט דא מרומז דאס ווארט קינד.

מעלות באופן כללי איז זייער גוט, כאטש מיט געוויסע זאכן שטים איך נישט איין. צב"ש זייער שרייבן איר/אייך אנשטאט עטץ/ענק. די רעדאקציע'ס אנגעגעבענע סיבה איז וויבאלד אמאל פלעגן בלויז ארויסקומען אידישע צייטשריפטן אין ארץ ישראל, מיט'ן ירושלימ'ער/ליטווישער אקצענט, האט זי אויך גענומען די ליניע. ס'איז א שוואכער תירוץ. פון דער צווייטער זייט מאכט עס א שטארקע צומישעניש, וויבאלד מ'קען זיי נישט געהעריג נאכטון נאכדעם וואס אין אונזער דיאלעקט רעדט מען קלאר נישט אזוי. איך בין חושש אז די אונטערליגנדע סיבה דערצו איז וויבאלד מרס. יונגרייז, די רעדאקטארין פון מעלות, קומט פון ירושלים און דאס איז איר מאמע לשון.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 20, 2020 12:27 am

קענטאקי האט געשריבן: דער טעות קומט פון באלייכטנוגען, זיי זענען געווען געפערליך שוואך אין שפראך, און פלעגן אפט צוקומען צו אייגענע עם הארצ'ישע קאנקלוזשענס.

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 20, 2020 12:31 am

קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

פיין. געטראפן א ווארט. באופן כללי האב איך מער געגליכן צו ליינען בעלייטונגען ווי מעלות. קען זיין ווייל זיי זענען מער געפינטלט... אבער קיין פרעמדע שפראך און אפטע טעותים געדענק איך נישט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

קענטאקי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך מאי 20, 2020 1:26 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:@אסדר, נאך א זאך, קינד-פעטארין איז אפשר אויך פון ירושלימ'ער אידיש ? אדער איז עס גאר נאך א כיטרער וועג פון בעלייכטונגען צו ערזעצן דעם אלטן ווארט קימפעטארין ?

בקיצור, ס'זענען פארהאן נאך מהלכים אויסער מעלות, כאטש קיינער איז נישט אזוי קלאר ווי זיי, אבער בעלייכטונגען האט זיכער נישט קיין מהלך.

פיין. געטראפן א ווארט. באופן כללי האב איך מער געגליכן צו ליינען בעלייטונגען ווי מעלות. קען זיין ווייל זיי זענען מער געפינטלט... אבער קיין פרעמדע שפראך און אפטע טעותים געדענק איך נישט.

מסתמא זענט איר דאן נאכנישט געווען אזוי באהאוונט אין שפראך ווי היינט, ס'געווען אסאך גרייזן.

גראדע פלעג איך אויך אלס קינד גלייכן בעלייכטונגען, אין א וועג מער פון מעלות, זיי האבן פארקויפט מער פיקציע. אין מעלות האב איך בעיקר הנאה געהאט צו ליינען חינוך ארטיקלען, און זיך פילן משה גרויס.

כ'בין אינגאנצן פארפארן פונעם נושא.

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » פרייטאג מאי 22, 2020 12:03 pm

א ריזיגע בעקעלע

א קוגל באקט מען אין א בעקן, נאר אונזער מאמע-לשון, וועלכע גלייכט זייער דאמינוטיוון, האט געמאכט דערפון א בעקעלע.

מילא, וועט זיין בעקנס פאר די חלות און בעקעלעך פאר די בילקעס. צוביסלעך זענען אבער די בעקעלעך געוואקסן, ארויסשטופנדיג גענצליך די בעקנס פון אויוון, און אזוי ארום האבן מיר זיך געטראפן היינט מיט'ן סתירה'דיגן "א ריזיגע בעקעלע".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 22, 2020 12:44 pm

פיין!

אין א ריזיגע בעקעלע מאכט מען א גרויסע בילקע...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט