א פייג אונטער'ן טיש - אין דער קארט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תוכן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

א פייג אונטער'ן טיש - אין דער קארט

תגובהדורך תוכן » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 5:05 pm

וואס מיינען די צוויי פראזען וואס זענען אין באלד.

עס איז דענן פאראן א גרעסערעס פארגניגען ווי שטעהן אויף דער גאס ... רעדליכווייז אונ אפשפעטען פונ'ם פרנס חודש, חוזק מאכען פונ'ם נגיד דעם בעל-טאקסע אונ אפלעצעווען פונ'ם קלענסטען ביז'ן גרעסטען, דאס הייסט שטעלען א פייג אינטערען טיש נאר א גרויסע? זאגט א יודען וואס אין דער קארט, אבי מיט א וויץ, איז ער צופרידען.


א שיינעם דאנק!

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 8:31 pm

קענסט ברענגען אביסל מער פון דער געשיכטע פאר קאנטעקסט?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:14 pm

"א פייג אונטערן טיש" מיינט ווען מען שטעלט אריין דעם אגודל פינגער צווישן דעם אצבע און אמה (דאס קוקט אויס ווי א פייג), און דער באדייט דערפון איז אזא סארט ביטול מודעה אויף דאס וואס מען זאגט. מען מאכט דאס 'אונטערן טיש' אז דער צד שכנגד זאל נישט באמערקן, און מיינען אז דו רעדסט ערנסט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:53 pm

דער וויזשניצער רבי זי"ע פון מאנסי פלעגט אזוי אסאך טוהן קעגן עין הרע. אריינלייגן דער פינגער און זיצען אזוי מיט די הענט אראפ ווען קינדער פלעגן זיך צאמנעמען וכדו'

תוכן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

תגובהדורך תוכן » זונטאג אוקטובער 06, 2019 3:14 am

לכאורה האט געשריבן:"א פייג אונטערן טיש" מיינט ווען מען שטעלט אריין דעם אגודל פינגער צווישן דעם אצבע און אמה (דאס קוקט אויס ווי א פייג), און דער באדייט דערפון איז אזא סארט ביטול מודעה אויף דאס וואס מען זאגט. מען מאכט דאס 'אונטערן טיש' אז דער צד שכנגד זאל נישט באמערקן, און מיינען אז דו רעדסט ערנסט.


אדאנק.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:04 am

כהאב געהערט ממקור נאמן אז הרבנית הצדיקת מסאטמער ז״ל פלעגט הייסן פאר די הויז בחור דאס צו טוהן ווען גרויסע פרעזענליכקייטן זענען געקומען לבקר בהיכלו פון מרן רביה״ק מסאטמער זצוק״ל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:18 am

shimon7323 האט געשריבן:דער וויזשניצער רבי זי"ע פון מאנסי פלעגט אזוי אסאך טוהן קעגן עין הרע. אריינלייגן דער פינגער און זיצען אזוי מיט די הענט אראפ ווען קינדער פלעגן זיך צאמנעמען וכדו'

ווען די חתנות פון זיינע אייניקליך איז נאך געווען אין ב"פ (ביז בערך תשמ"ט - נ), האט די רבי ז"ל נישט געהאט קיין פריוואטע שטוב אין זאל אין האט געלערענט אין א ווינקל אויף די צוויטע שטאק, פלעגט ער אריין לייגן זיין האנט צו ווישן די בלעטער פון די גמרא מיט די הענט אזוי


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט