אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג מאי 06, 2019 1:54 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אמאל האט מען געשריבן גיבט, שפעטער האט זיך עס פארטוישט מיט געבט, היינט שרייבן שוין מאנכע גיט אדער געט.

אלעס מיינט די זעלבע זאך.

ווער שרייבט געט?

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מאי 06, 2019 8:50 pm

אסאך היינטיגע עמי הארצים ליידער

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך מאי 08, 2019 1:32 pm

וואס איז ריכטיג?

אלוועלטליך
אלוועטליך

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 08, 2019 1:37 pm

אילו זכינו האט געשריבן:וואס איז ריכטיג?

אלוועלטליך
אלוועטליך


נעוואדע אלוועלטליך
אלוועטליך האט קיין פשט, נעמסט ארויס די וועלט פונעם ווארט

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך מאי 08, 2019 1:50 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:וואס איז ריכטיג?

אלוועלטליך
אלוועטליך


נעוואדע אלוועלטליך
אלוועטליך האט קיין פשט, נעמסט ארויס די וועלט פונעם ווארט


ידעתי ידעתי, אבער איך האב שוין מערערע מאל געזען אין פארשדענע אויסגעבעס ווי זיי שרייבן אלוועטליך, האב איך געוואלט וויסן צו ס'איז במכוון אזוי אדער פשוט א טעות.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מאי 08, 2019 2:27 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:וואס איז ריכטיג?

אלוועלטליך
אלוועטליך


נעוואדע אלוועלטליך
אלוועטליך האט קיין פשט, נעמסט ארויס די וועלט פונעם ווארט


ידעתי ידעתי, אבער איך האב שוין מערערע מאל געזען אין פארשדענע אויסגעבעס ווי זיי שרייבן אלוועטליך, האב איך געוואלט וויסן צו ס'איז במכוון אזוי אדער פשוט א טעות.


אריין אין טעותים אין היימישע צייטונגען אשכול...

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 2:43 pm

אסאך שרייבן בטעות אלטוועלטליך...

גרשון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:33 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אסאך שרייבן בטעות אלטוועלטליך...

אולי פאר עפעס אנבאלאנגט דער אלטער וועלט...

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:38 pm

גרשון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אסאך שרייבן בטעות אלטוועלטליך...

אולי פאר עפעס אנבאלאנגט דער אלטער וועלט...

א גוטע איידיע! אריין אין נייע ווערטער אשכול...

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 24, 2019 3:15 pm

צווישן די ווערטער וואס זענען אין אידיש פארקערט ווי אין ענגליש, איז:
איין און צוואנציג (קודם דער איינסער נאמבער) vs די ענגלישע twenty one.
פייל און בויגן (קודם דער פייל), און אין ענגליש bow and arrow.

טראכט איך אבער: איז 'פייל און בויגן' ריכטיג אין אידיש?
אדער קומט עס 'פיילן-בויגן' פונקט ווי 'רעגן-בויגן' (און אפשר אויך עלנבויגן)?

זע איך אז אין דויטש שרייבט מען עס על פי רוב pfeil und bogen און ס'דא וואס שרייבן pfeil bogen.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מאי 26, 2019 12:11 am

גראדע ביי די teen numbers זאגט מען אין ענגליש אויך פארקערט, six hundred and thirteen, נישט six hundred and teen three.

גרשון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג מאי 26, 2019 11:36 am

חלב ישראל האט געשריבן:גראדע ביי די teen numbers זאגט מען אין ענגליש אויך פארקערט, six hundred and thirteen, נישט six hundred and teen three.

די זעלבע זאגט מען אויך אין לשה"ק און אין אראמיש - שלשה עשר, תליסר. ביי העכערע נומערן גייט אין אראמיש דער העכערער נומער אלעמאל פארדעם (מאה ועשרין ושבע שנין), בעת אין לשה"ק איז עס אמאל אזוי און אמאל אזוי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג מאי 26, 2019 12:43 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:צווישן די ווערטער וואס זענען אין אידיש פארקערט ווי אין ענגליש, איז:
איין און צוואנציג (קודם דער איינסער נאמבער) vs די ענגלישע twenty one.
פייל און בויגן (קודם דער פייל), און אין ענגליש bow and arrow.

טראכט איך אבער: איז 'פייל און בויגן' ריכטיג אין אידיש?
אדער קומט עס 'פיילן-בויגן' פונקט ווי 'רעגן-בויגן' (און אפשר אויך עלנבויגן)?

זע איך אז אין דויטש שרייבט מען עס על פי רוב pfeil und bogen און ס'דא וואס שרייבן pfeil bogen.

פייל און בויגן איז לכאורה ריכטיג, רעגן בויגן איז פשוט צו ערקלערן וואספארא בויגן דאס איז, משא"כ א פייל און בויגן, די בויגן קומט נישט פון דעם פייל, נאר ער גייט אין קריג מיט זיין פייל און בויגן!!! כמו: פערד און וואגן און נישט פערדן וואגן...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 26, 2019 12:46 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אסאך שרייבן בטעות אלטוועלטליך...

אייוועלטליך מיינסטו..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מאי 26, 2019 1:24 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:צווישן די ווערטער וואס זענען אין אידיש פארקערט ווי אין ענגליש, איז:
איין און צוואנציג (קודם דער איינסער נאמבער) vs די ענגלישע twenty one.
פייל און בויגן (קודם דער פייל), און אין ענגליש bow and arrow.

טראכט איך אבער: איז 'פייל און בויגן' ריכטיג אין אידיש?
אדער קומט עס 'פיילן-בויגן' פונקט ווי 'רעגן-בויגן' (און אפשר אויך עלנבויגן)?

זע איך אז אין דויטש שרייבט מען עס על פי רוב pfeil und bogen און ס'דא וואס שרייבן pfeil bogen.

פייל און בויגן איז לכאורה ריכטיג, רעגן בויגן איז פשוט צו ערקלערן וואספארא בויגן דאס איז, משא"כ א פייל און בויגן, די בויגן קומט נישט פון דעם פייל, נאר ער גייט אין קריג מיט זיין פייל און בויגן!!! כמו: פערד און וואגן און נישט פערדן וואגן...

זאגסט זייער גלייך.
נאר קלאר צו שטעלן: ביי א רעוואלווער, זאגט מען אז ער גייט ארויס מיט רעוואלווער, און מ'דערמאנט נישט די קוילן. אזוי איז מעגליך אז ביים בויגן דערמאנט מען אויך נישט די פיילן פונעם בויגן. ממילא פונקט ווי פערדן-שטאל, קען אויך זיין פיילן-בויגן.
נאכאמאל, כ'דינג זיך נישט מיט ר' לעגאו, בעצם האלט איך אויך ווי אים, כ'ברענג נאר ארויס נאך א וועג וויאזוי עס אנצוקוקן.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גרשון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג מאי 26, 2019 5:33 pm

עס איז ווירקליך דא אזא ווארט ווי "פיילן-בויגן" אין אלטע אידישע שריפטן, וואס דאס באציט זיך אויפ'ן בויגן זעלבסט, גלייך ווי "רעגנבויגן." ווען מען רעדט פונעם גאנצן פאר, קומט אבער קלאר צו שרייבן "פייל-און-בויגן." (וויר שפרעכן ניכט דויטש, אבער מעגליך אז דאס וואס דו האסט געטראפן אין דייטש באדייט פונקט ווי אין אידיש בלויז דער בויגן.)

גרשון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך יוני 12, 2019 11:15 am

שרייבן מ' און ס'

כ'וואלט געוואלט הערן די מיינונג פונעם עולם בנוגע שרייבן מ' פאר "מען" און ס' פאר "עס." קוקנדיג אין אלטע שריפטן טרעפט מען זיי לרוב, אדער גאר אלס אן עקסטערע ווארט, מע, סע, שפעטער האט מען אנגעהויבן מפענח זיין "מען" און "עס." די זעלבע איז אויך מיט כ' פאר "איך."

פראקטיש גערעדט זע איך נישט פארוואס נישט. ס'ליינט זיך געשמאקער, און פאקטיש רעדט יעדער אזוי - ווערט דען נישט געטוישט די אויסלייג פון אזויפיל ווערטער נאר ווייל מ'האט זיי אנגעהויבן ארויסזאגן אנדערש?

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג יוני 17, 2019 12:39 pm

גלארייכע אדער גאלרייכע?
איך זעה ווי דערוילם שרייבט פעסט ביידע...
וועלעכע איז די ריכטיגע?

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג יוני 17, 2019 12:47 pm

איז "רעאלאטעיט" גוט געספעלט?

טייטל
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג יוני 17, 2019 12:49 pm

די ווארט באל (פון "באלרום") איז ארגינאלע אידיש אדער אן ענגלישע ווארט וואס ווערט גענוצט אין די אידישע שפראך?
און וואס איז די ריכטיגע באדייט פון די ווארט "באל"?

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג יוני 17, 2019 1:04 pm

טייטל האט געשריבן:די ווארט באל (פון "באלרום") איז ארגינאלע אידיש אדער אן ענגלישע ווארט וואס ווערט גענוצט אין די אידישע שפראך?
און וואס איז די ריכטיגע באדייט פון די ווארט "באל"?

​ווער נוצט די ווארט באלרום אין אידיש?! 'באל' אליין געדענק איך יא פון ר' לייבל וויינשטאק..​

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג יוני 17, 2019 1:05 pm

אילו זכינו האט געשריבן:גלארייכע אדער גאלרייכע?
איך זעה ווי דערוילם שרייבט פעסט ביידע...
וועלעכע איז די ריכטיגע?

קיין איינס
גלאררייכע

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יוני 17, 2019 1:55 pm

אילו זכינו האט געשריבן:איז "רעאלאטעיט" גוט געספעלט?

רעאליטעט

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג יוני 17, 2019 7:44 pm

טייטל האט געשריבן:די ווארט באל (פון "באלרום") איז ארגינאלע אידיש אדער אן ענגלישע ווארט וואס ווערט גענוצט אין די אידישע שפראך?
און וואס איז די ריכטיגע באדייט פון די ווארט "באל"?

א באַל איז א פארטי וואס איז בעיקר געשטעלט אויף צו טאנצן, ballroom איז א ציממער וואו מ'מאכט פארטיס, אבער נאכנישט געהערט מ'זאל עס נוצן אין אידיש. אויב עפעס וואלט עס געדארפט זיין באַלזאַל אדער טאנצזאל אזויווי אין דייטש, די ווארט room איז בכלל נישט אידיש.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג יוני 18, 2019 2:48 pm

די ווארט "מאשני" (bow), איז א אידישע ווארט?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט