Translation פון ancient Latin וואס ווערט היינט בעיקר באנוצט נאר ביי גלחים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

Translation פון ancient Latin וואס ווערט היינט בעיקר באנוצט נאר ביי גלחים

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מאי 07, 2018 12:10 pm

ווי קען איך איבערטייטשן אלט לאטייניש, אנליין, גוגל טרענסלעיט קען עס נישט געהעריג איבערטייטשן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מאי 07, 2018 4:19 pm

איך זיך צו טרענסלעיט די ווערטער אויף דעם בילד


_IMG_000000_000000.jpg
_IMG_000000_000000.jpg (57.21 KiB) געזעהן 1612 מאל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 07, 2018 4:28 pm

די ערשטע ווערטער טייטשט גוגל :

HOLY HOUSE
OF WHICH

איז מעגליך אז RASI מיינט רש"י?

גאנץ פון אויבן, וואס איז די נעקסטע ווארט נאך די שם הויה?

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג מאי 07, 2018 4:33 pm

די אידישע אותיות פארשטייסט די יא?
ווער זאגט דיר אז עס איז בכלל א אידישע זאך?
אפשר איז בעסער אז די פארשטייסט נישט
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מאי 07, 2018 5:04 pm

די אידישע ווערטער דארף צו זיין "ה' ניסי", ס'איז למעשה געשריבן אזוי ווי איר זעהט י-ה-ד-ה נסי

ס'איז א טאוועל אויף א קירכע אין דעעש רומעניע, אבער ס'האט א אידישע סיבה-מעשה פארוואס די אידישע ווערטער זענען דארט, און לכאורה זענען די אנדערע ווערטער א פשט-הסבר אויף די אידישע ווערטער, דעראיבער וויל איך זעהן וואס די גלחים שרייבן דערוועגן

איך וועל אי"ה בקרוב ארויפשטעלן די גאנצע מעשה דערוועגן, אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן, ס'נישט אזוי באקאנט אבער ס'דא אידן וואס שטאמען פון דארט און ווייסן יא די מעשה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג מאי 07, 2018 5:17 pm

לפי קט שכלי
לאז זיך אפ פון די געשרייבעכץ פון די כומרים
ה ניסי ווי א כומר זעהט דאס איז פאר א אידיש קינד צו ליינען?
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
בלעקבארד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

תגובהדורך בלעקבארד » מאנטאג מאי 07, 2018 5:33 pm

doesnt seem like latin to me. Are you sure its not romanian? romanian and latin are very simialr

להודות
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג מאי 07, 2018 6:40 pm

גוים האבן זיך שוין געמוטשעט אויף דעם און זאגן אז ס'איז סתם געבעבעלט. קיין שייכות צו אידישקייט און קדושה האט עס נישט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מאי 07, 2018 6:54 pm

אויף די באשרייבונג זענען מיר נישט מוותר בשום אופן!

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מאי 07, 2018 7:01 pm

להודות האט געשריבן:גוים האבן זיך שוין געמוטשעט אויף דעם און זאגן אז ס'איז סתם געבעבעלט. קיין שייכות צו אידישקייט און קדושה האט עס נישט.


דאס וואס די האסט געטראפן האב איך שוין אויך געזעהן, און אז יענער ווייסט נישט, איז פשוט ווייל ער קען נישט די שפראך גוט, און ער ווייסט ניטאמאל אין וועלעכע ריכטונג צו זוכן, ווייל ער ווייסט נישט וואס ליגט אונטער דעם טאוועל, די היסטאריע דערפון
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 07, 2018 10:03 pm

אז ס'איז נאר א שפראך וואס גלחים באנוצן זיך דערמיט, פארוואס לייגן זיי עס ארויס פאר'ן פאבליק? אפשר ליגט עס דארט נאך פון די צייטן וואס ס'איז געווען אן אלגעמיינע שפראך?
פלאצהויזן [דאס איז אויך עפעס לאטייניש...?] וואסי די מאנסע?

אשמע
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג מאי 22, 2018 2:34 pm

פלאחותיך

פארוואס קומסטו נישט אריין מיט די מעשה?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מאי 22, 2018 7:24 pm

אלע אידן וואס זענען געקומען פון שטאט דעש האבן געדענקט דעם אלטען קלויסטער אין מיטן שטאט וואס אויפן הויעכען טארעם איז געווען אויפגעשריבן צוויי ווערטער מיט גרויסע אידישע אותיות "ה' נסי" (ארויסגעשריבן דעם שם) אז מ'האט עס געקענט זעהן פון דערווייט אינעם גאנצן ארום

און די מעשה וואס ליגט אונטער דעם איז געווען באקאנט ביי אסאך ארטיגע אידן מדור הישן, און עטליכע פון זיי האבן עס איבערדערציילט ווי זיי האבן עס געהערט אינגערהייט נאך פארן קריג

אז אין די צייטן פונעם הייליגן דעש'ער רבין ר' מענדעלע דער בעל מעגלי צדק, איז ערלויבט געווארן פאר אידן זיך אריין צו ציען וואוינען אין די שטאט, (וואס ביז דאן האט מען דארט נישט ערלויבט פאר אידן צו וואוינען אין גרויסע שטעט נאר אין די דערפעלעך ארום, נאר בייטאג פלעגן זיי אריינגיין אין שטאט אויף מסחר.)

איז א קורצע צייט נאך וואס אסאך אידן האבן זיך שוין באזעצט אין דעש, האט דער קלויסטער אנגעהויבן צוביסלעך איינזינקען אין דער ערד, און די גוים האבן פארשטייט זיך ווי אלעמאל, באשולדיגט דערין די אידן, און דער גלח האט געשיקט א מעסעדש פארן אידישן ראבינער רבי ר' מענדעלע אז אויב גייט דער קלויסטער נישט אויפהערן צו זינקען וועלן די גוים צוריק פארטרייבן אלע אידן פון שטאט.

און דער רבי ר' מענדעלע האט געזעהן אז די מצב איז שטארק צעהיצט, און ס'איז א סכנה אז די גוים זאלן זיך חס ושלום צולאזן און מאכן פאגראמען, האט ער צוריק געשיקט ענטפערן דעם גלח אז ס'האט זיכער נישט קיין שום שייכות צו אידן אפילו נישט קיין אומדירעקטע תוצאה, מיר זענען דא אין גלות און וואלטן קיינמאל געטון אזא זאך, אבער פארט קען ער גיבן אן עצה, אז אויב מ'וועט ארויף שרייבן די ווערטער "ה' נסי" וועט עס העלפן אז דער קלויסטער זאל מער נישט איינזינקען,
וכך הוה. זיי האבן געפאלגט און די ווערטער זענען נאך דארט געווען ביזן קריג, און אפשר אפילו נאך דעם,

אין די מ' יארן ווען די דעעש'ער רבי מיט א קבוצה דעעש'ער אידן זענען געווען דארט אויף א נסיעה לקברי אבות, האט מען געזעהן אז ס'איז שוין נישט דארט און דער ארטיגער לאקאלער (שץ-מו"ץ) משמש הקהילה וואס האט זיי אלע ארום געפירט האט געוויסט צו זאגן אז זיי בויען יעצט איבער דעם קירכע און זיי גייען עס דערנאך צוריק לייגן,

למעשה האבן זיי נישט צוריק געלייגט אויפן זעלבן פלאץ די גרויסע ווערטער נאר זיי האבן געשטעלט דעם קליינעם טאוועל אויפן זייט פונעם בנין כמעט אין די בעק מיט די צוגעשריבענע דרשה אויף די אלט לאטיינישע שפראך וואס איז באנוצט ביי די גלחים

ס'איז דא וואס באטראכטן די מעשה ווי סתם א לעגענדע, זיי האלטן אז אויב ס'וואלט געווען אמת וואלט עס שוין זיכער געווען באשריבן ערגעץ, און ס'וואלט געווען מער באוויסט, און מ'קען אפשר מפלפל זיין אויף די ווארהייט פון די מעשה, אבער דאס איז זיכער אז עטליכע אידן פון דעש האבן אזוי געדענקט און איבער דערציילט
און ביי די דעש'ער משפחה/רבי'ס קינדער און אייניקלעך האט מען נישט געמאכט דערפון קיין וועהזן, מ'האט לכאורה דוקא נישט גערעדט פון דעם פשוט ווייל ס'איז א טמא'נער קירכע און מ'האט נישט געזוכט צו ציען קיינעם'ס אויגן און אויפמערקזאמקייט אהין, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם היא, במילא האבן די דעעש'ער רבי'ס פון לעצטן דור נישט געקענט מאשר זיין די ווארהייט פון די מעשה
לעצט פאראכטן דורך פלאחותיך אום דינסטאג מאי 22, 2018 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 22, 2018 7:38 pm

אינטערסאנט

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 22, 2018 8:14 pm

א דאנק דיר פלאחותיך. אינטערעסאנט.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג מאי 22, 2018 8:24 pm

יוראפ האט געשריבן:אז ס'איז נאר א שפראך וואס גלחים באנוצן זיך דערמיט, פארוואס לייגן זיי עס ארויס פאר'ן פאבליק? אפשר ליגט עס דארט נאך פון די צייטן וואס ס'איז געווען אן אלגעמיינע שפראך?
פלאצהויזן [דאס איז אויך עפעס לאטייניש...?] וואסי די מאנסע?


לפי די מעשה קומט אויס, אז אויב שרייבן זיי עפעס וועגן די מעשה אפילו נאר ברמז, קען מען שוין פארשטיין פארוואס ס'איז דווקא אויף די אומבנוצטע שפראך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

תוכן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

תגובהדורך תוכן » מיטוואך מאי 23, 2018 3:39 pm

לויט די בלאג: http://laudator.blog.hu/2011/07/25/ilye ... t_nincs_is איז די באשרייבונג אומפארשטאנדליך אונד שווער פארגרייסט.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מאי 23, 2018 4:41 pm

יש"כ פלאחותיך. איך מיין אז מיט די מעשה פארשטייט מען אביסל דעם ערשטן חלק וואס איז געשריבן אין לאטייניש:

SACRAE AEDIS
די שמייליגע בנין
DEUS] HOTE DISTAE]
ג-ט האט בטל געמאכט דעם לאך

--- איך האב אריינגעשטעלט די ווארט DEUS, וואס איז איז לאטייניש פאר ג-ט. (H-U-J-U-S קוקט אויס ווי די שם המפורש געשריבן אין לאטיינישע בוכשטאבן).
--- DI-TAE איז איין ווארט צוטיילט מיט א "-".

דערנאך קומט א גרויסע הפסק און עס הויבט זיך אן די אומפארשטענליכע חלק.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך מאי 23, 2018 6:23 pm

תוכן האט געשריבן:לויט די בלאג: http://laudator.blog.hu/2011/07/25/ilye ... t_nincs_is איז די באשרייבונג אומפארשטאנדליך אונד שווער פארגרייסט.


אומפארשטענדליך פאר וועם?
דער שרייבער פונעם בלאג איז נישט דער גרויסער מומחה אין אלט-לאטייניש און ער שרייבט נאר סך הכל לויט זיין אייגענע טרענסלעישאן

ער ווייסט נישט די אורזאך איבער די ווערטער, און ווי זיי קומען אהין
און ער האט אויך נישט פראבירט פרעגן דעם גלח פונעם קלויסטער פשט פון ווערטער, היסטאריע פון דעם טאוועל
במילא איז נישט קיין חידוש אז ער שרייבט אזוי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

תוכן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

תגובהדורך תוכן » פרייטאג מאי 25, 2018 5:40 am

פלאחותיך האט געשריבן:
תוכן האט געשריבן:לויט די בלאג: http://laudator.blog.hu/2011/07/25/ilye ... t_nincs_is איז די באשרייבונג אומפארשטאנדליך אונד שווער פארגרייסט.


אומפארשטענדליך פאר וועם?
דער שרייבער פונעם בלאג איז נישט דער גרויסער מומחה אין אלט-לאטייניש און ער שרייבט נאר סך הכל לויט זיין אייגענע טרענסלעישאן

ער ווייסט נישט די אורזאך איבער די ווערטער, און ווי זיי קומען אהין
און ער האט אויך נישט פראבירט פרעגן דעם גלח פונעם קלויסטער פשט פון ווערטער, היסטאריע פון דעם טאוועל
במילא איז נישט קיין חידוש אז ער שרייבט אזוי


אדרבה, פרעג זיך ביי א גלח אונד לאמיר זען צו ער פארשטייט. איך בין נוטה אז די טאוועל האט איבערגעשריבען א פויער, וואס האט קאם געקענט ליינען, אונד ממילא ויצא העגל הזה.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג מאי 25, 2018 6:18 am

אלעס קאן זיין, אבער נאכגעשריבן פון וואס? לכאורה איז פארן קריג נישט געווען בכלל קיין טאוועל נאר די צוויי אידישע ווערטער אין גרויסע אותיות הויעך אויפן טורעם
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט