ווי אזוי זאגט מען ארויס די אות ה' - אתא קלילא?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

ווי אזוי זאגט מען ארויס די אות ה' - אתא קלילא?

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 21, 2018 2:44 am

באקאנט אז די אות ה' איז די לייכסטע אות, אזוי שטייט טאקע אין פיוט אקדמות, עס ווערט דארט אנגערופען 'אתא קלילא', מ'קען טאקע הערן מענטשן מיט א אר"י'דיגע אקסענט, וואס קענען אמאל זאגט א ה' ווי א א', אבער זיי זענען מודה אז עס איז א טעות, אדער ווי חז"ל רופען דאס 'לשון עילגים'.

דא עקא דבספר מקנה אברם, ספר דקדוק קדמון, ראיתי שכתב, וזל"ק

כשהאדם יפתח פיו ולא יניע גוף הלשון אלא סוף שורשה סמוך לחלל הגוף אז יוציא א' שהוא מוצא האל"ף, ואם יניע שורש הלשון באחת מטבעות הגרגרת למטה מן השפוי כובע וסמוך לו אז יוציא ה' שהוא מוצא הה"א... ומצד זה יראה טעות החביב שחשב שמוצא הה"א יותר קל ממוצא האל"ף והדבר בהפך.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג ינואר 21, 2018 4:28 pm

אז מרעדט איבער די נושא פון וואו נעמט זיך טאקע אז ארץ ישראל זאגט מען די ה"א ווי א אל"ף?
בלויז א טעות? פון וואס?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מאנטאג ינואר 22, 2018 2:07 pm

חזון-איש'ניק האט געשריבן:באקאנט אז די אות ה' איז די לייכסטע אות, אזוי שטייט טאקע אין פיוט אקדמות, עס ווערט דארט אנגערופען 'אתא קלילא', מ'קען טאקע הערן מענטשן מיט א אר"י'דיגע אקסענט, וואס קענען אמאל זאגט א ה' ווי א א', אבער זיי זענען מודה אז עס איז א טעות, אדער ווי חז"ל רופען דאס 'לשון עילגים'.

דא עקא דבספר מקנה אברם, ספר דקדוק קדמון, ראיתי שכתב, וזל"ק

כשהאדם יפתח פיו ולא יניע גוף הלשון אלא סוף שורשה סמוך לחלל הגוף אז יוציא א' שהוא מוצא האל"ף, ואם יניע שורש הלשון באחת מטבעות הגרגרת למטה מן השפוי כובע וסמוך לו אז יוציא ה' שהוא מוצא הה"א... ומצד זה יראה טעות החביב שחשב שמוצא הה"א יותר קל ממוצא האל"ף והדבר בהפך.


ווער איז מודה אז די אר"י אידן האבן א טעות אפשר איז ביינונז פארוואנדלט געווארן דעם טעות און מיר זענען וואס רעדן די 'לשון עילגים'?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 22, 2018 5:18 pm

נו חזון איש ניק ביטע קום אריין קלאר.

יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 2:45 am

נודה לך האט געשריבן:נו חזון איש ניק ביטע קום אריין קלאר.

יישר כח

איך פרעג באמת? איך ווייס נישט, קען אפשר זיין אז די ארץ ישראל'דיגע ה' איז טאקע די ריכטיגע?

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 5:35 am

לכאורה, וואס די ספר מקנה אברהם מיינט צו זאגן איז, א 'א' און א 'ה' קומען פון די זעלבע לאקאציע פונעם מויל, ד. ה. פון די האלז, אנדערש ווי, למשל, א נון וואס קומט פון פארנט פון מויל, ובלשונם 'פראנטל פאלעט', א 'א' און א 'ה' קומט פון דארט ווי חית אדער 'ק' קומט.

יעצט זייער א סך מענטשן ווען זיי זאגן אן 'א' אטעקירן זיי די האלז, א שטייגער ווי איינער מאכט עפעס אוועק' 'א! נישט אזוי' , ס'איז אבער נישט ריכטיג, אן 'א' ברויך קומען מיט א רואיגקייט, א שטייגער, ווי עמעציר שפאצירט אין גאר אן ענגענעמען וועטער, וועט ער זאגן, בעסער, ס'וועט זיך זאגן פון זיך אליינס א לאנגן אההה, אוואו ס'שמירט זיך ארויף אויפן האלז, (מיר רופן דאס א 'לויזע' 'א')

ווס. א 'ה' געברויך מען אביסל א מאנועוורן די שורש פון צינג, ובלשונם 'בעק אוו די טאנג' כדי צו מאכן ספעיס, פרובירט אליין, זאגט: 'א האלבע' און שפירט די חילוק אין די צינג.

דרך אגב אין גמרא שבת ביי די י"ח דבר איז דא דאכט זיך א רש''י וועגן שמעיה ואבטליון וואס רעדט פון דעם.
על מי מנוחות ינהלנו


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט